בלאט 1 פון 1
דער תשעה באב אשכול
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 10, 2008 12:16 pm
דורך טהור-עיניים
כשמו כן הוא, שרייבט דא אריין סיי וואס ס'האט צו טאן מיט דעם יו"ט (קרא עלי "מועד" לשבור בחורי) טישע באוו.
לדוגמא,
-אין ביהמ"ד ווי איר דאווענט זאגט מען אלע קינות אדער מ'לאזט אויס,
-דער פארזאגער זאגט שיין אדער קריכט אויף די נערוון,
-נאך די קינות, אדער איכה ביינאכט, לערנט מען עפעס פאר, אדער איינער רעדדט עפעס,
-אויב יא, איזעס געווען אינטערעססאנט אדער נישט,
-פון וועלכן נושא האט מען גערעדט,
וגו' וכו'
שרייבט וואס עס ליגט אייך אויפן הארצן, ווי קוקן מיר היינט אן תשעה באב, מיט צוויי טויזנט יאר וועלכע טיילן אפ פון אונז ביזן צווייטן ביהמ"ק, און צוויי מיט א האלב טויזנט ביזן ערשטן, וואס זענען אייערע געדאנקען.
ווארטן מיר באמת אויף משיח'ן, ווילן מיר אמת'דיג ער זאל קומען, זענען מיר גרייט אויפצוגעבן אונזערע באקוועמליכקייטן, אדער פשוט צושטערן אונזער רוטינער לעבן צו וועלכן מיר זענען שוין צוגעוואוינט און אנהייבן עפעס ניי און אומבאקאנט.
די דאזיגע טעמע קען מען גאר שטארק צולייגן, נעמענדיג אין באטראכט למשל נאר דער ענין פון טומאה וטהרה וועלכעס וועט בעז"ה ווערן צוריק איינגעפירט נאך וואס מיר וועלן אלע ווערן ריין דורך די אפר הפרה, און אונזער גאנצער סדר פונעם לעבן ווי מיר קענען עס ביז היינט וועט קומען צו א ראדיקאלער טויש.
איך האב אנגעהויבן מיט עפעס געדאנקען, און אדרבה, לייגט צו, פארברייטערט דעם ענין.
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 10, 2008 12:39 pm
דורך חיים
עס איז דא א תורה פון מרן הגה"ק מסאטמאר זי"ע אויף החודש הזה לכם ראש חדשים אז חודש ניסן איז דאך מסוגל פאר די גאולה שלימה וואס מיר ווארטן אויף דעם אז עס זאל שוין נתרומם ווערן דער קרן ישראל און בעיקר אז די שכינה וועט צוריק רוען צווישן די אידן אזוי ווי אמאל און דער בית המקדש מיט די עבודת הכהנים וועט זיך צוריק ביינייען, אבער ליידער פארגעסט מען פון די עיקר תענוג וואס עס וועט זיין לעתיד לבא און ממילא האט מען נישט אזא תשוקה אזוי ווי עס וואלט געדארפט זיין לחכות על ביאת משיח אבער ווען מען טראכט אריין די גשמיותדיגע צרות וואס כלל ישראל מאכט מיט, דעמאלס באקומט מען א שטיקל תשוקה אז משיח זאל שוין קומען און מען זאל שוין ווערן אויסגעלייזט פון אלע צרות, און אפילו מען האט נישט דער ריכטיגער תשוקה אויף ביאת המשיח אבער עכ"פ ווארט מען אז משיח זאל קומען וועגן די אייגענע צרות איז דאס אויך חשוב ווייל סוף כל סוף ווארט ער אז משיח זאל קומען
וועגן דעם זאגט דער פסוק החודש הזה "לכם" אזאביסל אפילו אויב מען ווארט אז משיח זאל שוין קומען אין דעם חודש וואס איז מסוגל לגאולה וועגן "לכם" דאס הייסט וועגן די אייגענע הנאה לכם להנאתכם, אפילו אזוי איז עס אויך חשוב און פארדעם אליין דארף שוין משיח קומען וועגן די אידישע צרות וואס עס איז ליידער דא ביי כלל ישראל (עיין לאורך חידושי תורה באידיש)
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 10, 2008 1:53 pm
דורך טהור-עיניים
היינט אין ביהמ"ד האט א איד דערציילט אז בערך צען יאר צוריק האט ער זיך געבויעט א נייער הויז און במשך די צייט פון בויען איז ער אמאל געווען ביי עפעס א גוטער יוד און דער צדיק האט עם געזאגט: בוי דעם הויז אזוי אז ווען משיח וועט קומען זאלסטו נישט האבן קיין שום פראבלעם עס איבערצולאזן דא אין גלות.
זאגט דער יוד, אז ער האט נאך יענעם טאג געקענסלט אסאך פון די פענסי זאכן וואס ער האט געפלאנט אריינצולייגן אין דעם הויז, און ער האט געבויט א גרויסע רחבות'דיגע הויז אבער אן די אלע איבריגע זאכן, ווייל די ווערטער פון דעם צדיק זענען עם גוט געלעגן אין קאפ.
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 10, 2008 2:14 pm
דורך איך_הער
איך האב געוואוסט אז א הויז וואס געפירט אויפן ריין אידישן שטייגער, וועט מיטגיין קיין ארץ ישראל, צוזאמען מיט אלע בתי מדרשים און תלמוד תורה'ס.
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 10, 2008 3:34 pm
דורך טהור-עיניים
אויב עס האט אבער לוקסוס דאן איז דאס שוין נישט געפירט אויפן אידישן שטייגער.
איצט וואס טוצעך דא, סידאך טישעבאוו היינט, קיינער באציט זיך נישט צו דעם תשעה באב אשכול
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 10, 2008 3:50 pm
דורך שמיי_דריי
יוש טהור'ל שוינעך דיר, קיינער קוקט נישא אויף דיין אשכול יו ביסטו א רחמנות
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 10, 2008 5:20 pm
דורך טהור-עיניים
שקויעח שמיי, און די עוולה איז נאך גרעסער ווייל סידאך א תשעה באב אשכול און דערוילעם דרייצעך איבעראל נאר נישט דא.
וויי מיינע יארן
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 10, 2008 6:04 pm
דורך חיים
אוי ווי עס איז דאך צווי מאל א שרעק
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 10, 2008 6:13 pm
דורך טהור-עיניים
פארוואס צוויי
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 10, 2008 6:19 pm
דורך איך_הער
איין פאר תשעה, און איינס פאר באב.
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 10, 2008 6:22 pm
דורך טהור-עיניים
שוואכע תירוץ
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:35 pm
דורך קרעמער
שוין. וועל איך זיין דער ערשטער צו ענטפערן ווי א מענטש אויף טהור עינים'ס קעצעלע (סארי: שאלה).
1. ביי אונז זאגט מען אלע קינות און מען לאזט אלעס אויס (די לעצטע צוויי שורות).
2. דער פארזאגער איז גאנץ געשמאק (הגם נישט אזוי שטארק ווי ער האלט זיך).
3. קען זיין מ'לערנט פאר, איך בין אבער גלייך אריין אין בעט (מיט א שיעור פון קול דודי).
4. (די שיעור פון קול דודי איז געווען זייער אינטערסאנט).
5. (די שיעור פון קול דודי האט גערעדט וויאזוי מען דארף זיך היינט מעורר זיין צו קלאגן אויפן חורבן).
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 12:28 am
דורך טהור-עיניים
ביינונז גראדע לאזט מען אויס בערך דעם האלבן קינות. (אמחי'), און דערנאך האט מען אביסל גערעט פון די היסטאריע וואס האצעך דארט אגעטון אין א"י ביי די תקופה פון חורבן בית שני, סיגעווען גאנץ אינטערעסאנט.
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 12:38 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
איך_הער האט געשריבן:איך האב געוואוסט אז א הויז וואס געפירט אויפן ריין אידישן שטייגער, וועט מיטגיין קיין ארץ ישראל, צוזאמען מיט אלע בתי מדרשים און תלמוד תורה'ס.
אזוי ווערט געברענגט אין צמח דוד דינוב בשם הקדושת לוי.
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 7:47 pm
דורך פיטום
מען מעג שרייבן אויף אייוועלט נאך חצות????

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 7:50 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
פרעג דעם דיין ר' סאכדעס
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 8:07 pm
דורך יוראפ
די' ל... בשעתה ארויס!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 7:13 am
דורך ק.נ.א. וועטער
ערב תשעה באב