Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

בורא מיני קלעבאכץ

דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 3:43 pm

חחח אזוי פאני, האסט געהערט אבי? הי הי בורא מיני קלעבאכץ.. האסט שוין געהערט די קליינע אינגעלעך זאגן, בורא פרי האץ, האסט א לאך אין טייץ. הי הי הי.
אוי קיינער לאכט נישט? אוי איז מיר. כאגעמיינט אז ס'גייט זיין אזא גוטע דזשאוק, זעהט אויס דער עולם ארבעט שווער. אבער פארט איז דא אזא ברכה, און ווען מ'זאגט עס נישט ערליך, קעמען ביטער אפשניידן. (ליגעל דיסקלעימער: כ'רעדט נישט פון די בארד)

העליך אייך פארציילן, וואס איז פארגעקומען בביתו נאווה קודש, פונ'ם הייליקן דאיען זז"ג. דער הייליקער דאיען זז"ג, וואס איז באקאנט אין די גאנצע וועלט, אלס אן הייליקער מאן. וואס צייגט ווינדערליכע פאסירונגען, ווען מ'קומט איהם בעטן א בערוחע, אדער נענע זיין פון זיין הייליקן מויל אנייצע וטוישיע, וואס מ'דארף דאס גארנישט צו ערציילן. וואס אבער האט יא אפגעשטעלט אלע ארומיקע, וואס האט יא מיך געבראכט צונייך צו ערציילן? אט דאס העליכייך דא אט טאקען דא מסביר זיין.

ס'נעמעסען אריין איז דאס נישט דוקא ביין דאיען, (דער דאיען אידאך נישט דוקא קיין דוקא'ניק, איא יאכער?) עס מאכט זיך (זאל זיך נישט מאכן) ביי פילע אידישע היימען, אין די גארער וועלט. בפרט מאכט זיך עס אין די ווארימער צייטן פון יאר, וואס דאן האט גאט מיט זיין גרויס רחמים אונז באשאנקן מיט גרויסע היץ. (האט גארנישט מיט בורא פרי האץ האסט א לאך אין טייץ, דאס איז מיט א אידעלע, אזא וואס מ'זאגט אין גיטע א') און דאס גרויסע היץ, איז איינע פון די גורמים אויף אטע דעם ערשיינונג.

כ'זעה אז כאלטעך שוין ביין פערטן פאראגראף, און כאנאך גארנישט געזאגט. נישט ממש גארנישט, כאשוין גערעדט פונ'ם דאיען, כאשוין גערעדט פון די היץ, כאשוין גערעדט פון יאכער, און אויך פון אבי. אבער נישט פארדעם האב איך געזאלט מאכן אזא לאכעדיגע קעפל, הגם קיינער האט נישט געלאכט. אבער כאזעך דאך איינגערעדט, אז מ'וועט לאכן. אלזא, מוזעך דאך שוין צוקומען צום ס'ענין. באלד וועט מיר נאך אלטי אריינפארן אין צוואנציגסטן ריפ אריין, עס וועט מיר וויי-טוהן. איז כדי צו פארמיידן אטע דעם ווייטאג, העליכייך נישט לאנג אנציען. (ווער ווייסט וואס אן אויבערציער מייינט? נישט פון דעם רעדעך, כאזעך נאר דערמאנט דערפון) כ'וועל פרובירן מיט מיינע שטערקסטע כוחות, צוקומען צום ענין.

אהה איצט כאפעך זעך פארוואס דער עולם האט נישט געלאכט, סיז די ניין טעג. און אז ס'איז די ניין טאג, אידאך טאקען נישט קיין יושר מרבה צו זיין מיט פטפוטי דברים, פאר אידער עולם ארומגעהילט מיט אן ערענסטע (ווערט האט געזען ערענסטער? כ'זוך איהם) אטמאספערע, העליכעס נישט צוברעכן, און כ'על צוקומען צום ווארט, אזוי שנעל ווי עס איז פאסיבל.

איז ביים דאיען זז"ג אינדערהיים, האצעך געמאכט וואס זאל זיך נישט מאכן ביי קיין שום איד. כ'שטעל זיך פאר דערוילעם פרובירט אויסצופיגערן פון וואס כ'רעדט. יענקל קלערט אז מ'רעדט פון די מייז קלעבערס, און יצחק קלערט אז מ'רעדט פון די פארקלעבטע פאדלאגע, וואס האט גורם געווען די מייז זאלן זיך אהער-איילן. אבער ס'נעמעסן, לא כדברי זה, ולא כדברי זה. אויסערן מייזל פונ'ם קאמפיוטער, האט דער דאיען מיט קיין מייזל נישט צוטוהן.

נאר וויאזוי דען? בבואי, ווען כ'בין געקומען, מפדן ארם, פון א שווערע טאג ארבעט. מתה, איז געווען פול. עלי, אויף מיר. רחל, אסאך פליגן. בדרך, אין די קאך. בעוד כברת ארץ, און אויך ארום די גאנצע הויז. זאלסט נישט מיינען אז עס איז געווען אפן די טיר, ניין, בעוד כברת ארץ, די טירן און די פענסטער זענען געווען געהעריג פארמאכט. ווייסעך דאך אז דו וועסט ברוגז זיין אויף מיר... וואס? ברוגז? ווער אויף וועמען,

אהה כ'זעה שוין, כאזעך פארמישט מיט די ואני... שוין, די מעשה איז אז עס איז פול מיט פליגן. ס'רביצין, אהה יא, זי איז ברוגז, פארוואס? זי וויל כ'זאל גיין קויפן די וויזויהייסטעסנאר? נו, אבי, מאך א משל. קוקט ארויף אויפן דאך, שוין געקוקט? העי פארוואס פאלגסטו נישט? כאגעבעטן קוקן, קוק. אוקיי, זוך ארום אינ'ם גאנצן ארום (פארשטאנען וואס דאס מיינט? ארום דאס גאנצע ארום, אויף דעם שטייט/זיצט שוין, סחור סחור = ארינגס און ארום) און קוק גוט אויב היינגט נישט פון די הייעך אזא טשענדעליר. אוי כאפסטע מיך שוין ביים ווארט, כ'מיין נישט דוקא א טשענדעליר וואס האט באלבס, (האסט שוין אמאל געטראכט ווי שרעקוועדיג דאס ווארט באלבס איז? ס'קוקט אויס ווי א באמבע. ניין?) דוקא נישט. אויך מיינעך נישט די אלד-פעשאן טשענדעלירן וואס קומט דערינען לעכט, וואס די שמיגעגיס (קרעדיט: אלטער בחור) לייגן ארום, צו פילן די אלטע שטיקעדיגע גערוך וואס פלעגן ארויסקומען פון די אויווענעס, פאר מ'האט זיך באנוצט מיט נוטראל-אויל (כ'ווייס כאנגערירט א פארווייטאגטע טעמע, אבער כאניש געהאט קיין ברירה. אויסערעדעם, די חורבן בית המקדש, איז מער פארוויטאגט) און די בהמות שפירן זיך גוט ווען זיי שטינקן דאס זעלבע. ניין, כ'רעדט נישט פון דעם אויך נישט. כ'רעדט פון אזא ברוינליך געלכלעכ'ל טשענדעליר, ער איז היבש דאר, כ'מיין צוזאגן שמאל. (דברו חכמים בלשון נקי') אין אנדערע ווערטער: ער האט נישט דעם ברייטן עפל שעיפ ברייטקייט. אההה איצט וועט מען שוין כאפן וואס כ'מיין, נאר ער לויפט אראפ (שרעקטס ענק נישט, ער לויפט נישט שנעל) פון דאך אזוי שמאלעכדיג, און ער פארברייטערט זיך ממש מ'קען זאגן אן אינטש אויף אן אינטש צומערסטענס. יא, איצט האט שוין דער עולם דאס בילד קלאר. ווער עס כאפט נישט, זאל בעטן אונזער זיידען יענטאאש, זאל ארויסקומען פון ס'קיסע, און אפמאלן א דראינג (נישט קיין דראונג ח"ו) אזוי ווי יעמאלט ביי די V פרשה.

אלזא, דער טשענדעליר האט אנאנדער אויפגאבע, פון סיי וועכע משפחה זיינע, אנדערע פון זיין משפחה, ווען עס דערנענטערט זיך צו זיי א פליג - דאס פון וואס מיר רעדן שוין דאס גאנצע צייט - טוט ער איהם א בריה געבן, און דער פליג שמירנישדירניש פליהט אוועק, האט עטץ שוין געזעהן אזא מעשה? איך האב שוין פיל מאל געזעהן. עניוועיס, דער איז גאר עפעס אנדערש, ער כאפט אן דעם פליג ביי די קרניים, אדער ביי די רגליים, און ער לאזט איהם נישט אוועק, סיז ממש א בחינה פון ונפשו קשורה בנפשו.

די מערסטע פלא אינאך, אז דער טשענדעליר האט גארנישט קיין כוח פון עלעקטעריזערטי. העטעצעמעך פרעגן פון וואנעט איך ווייס? מיין שטריימל האט עס מיר מגלה געווען, ווען ער זאגט גוט שבת פאר אזא טשענדעליר, ווערט ער נישט לעקטערזירט.... דארף מען דאך פארט דערגיין וואס איז דער כוח פון דעם טשענדעליר? ס'נעמעסן, ווען מ'קויפט עס, קוקט עס אויס קלענער ווי א פלעשל מעדיצין וואס קומט פונ'ם מעדיצינישן ראבאט פון קרית יואל פארמאסי. און פארט ווערט עס אזא לאנגער לאקש-טשענדעליר. די מעשה איז, אז טאקע דא קומעך צו צום ווארט. אבער קודם מוזעך פארציילן דעם כוח פון דעם טשענדעליר. דער טשענדעליר, איז געמאכט פון גאר א געמיינעם פלאסטיק, כ'קלער גאר אז עס איז א צייטונג-פאפיר. (כאמאזאל כ'ליין נישט וואס דארט שטייט) און דער פלאסטיק-פאפיר, האט אויף זיך אזא קאוד (נישט וואס מ'דארף צו עפענען א שלאס, נאר אזא וואס מ'לייגט אויף א פאדלאגע, בעפאר מ'לייגט די טרייפענע גאושי, ניין כ'מיין צוזאגן די טרייפענע משה קיורוואס, (איר קענט דעם משה) יא? דעס וואס מ'האט גע'אסר'ט משום חמירא איסורא מממשכנתא, בקיצער א קאד וואס טוט קאודען איבערדעקן בלע"ס) מיט .... נו, לאמיר זעהן ווער ווייסט? ווער ס'ווייסט זאל אויפהויבן די הענט, דער לעצטער כאפט א שמיץ.... אוקיי, דו שמיידריי קום אהער, נאדיר איינס פון אונטן... אוטש (לעצטענס נוצט עס יאנאש ביי די דורכפעלער) אוקיי, עס האט א קאוד פון 'קלעבאכץ' רחמנא ליצלן. אויף דעם דארף מען מאכן די ברכה, בורא מיני קלעבאכץ. אניש, האבעך שוין אויבן געשריבן. און וויבאלד, יאך האב טאקעניש געמאכט די ברכה, און כאגקראגן וואס כאגעקראגן, העליכייך עס ערציילן, ממנו ילמדו וכן גראסיאס.

אוקיי דער דאיען לויפט אין גראסעריי, זוכן דעם טשענדעליר. [אגב, עס קומט פיר אין א פעקל] בלא מיט א גימל, עס איז אויסגעגאנגען, פרעגעך צו אויף קידוש השם? פרעגט ער וואס? זאגעך נעווער מיינד, האסט קיינמאל קיין מיינד נישט געהאט. ער פרעגט שויניש איבער.. בקיצער, מיינטעץ אז כאב זעך געשפארט אפאר דאלער? בלא מיט א דלת, די וואך אין די גרויסער ארדער (מ'האט נישט געמאכט קיין PO) האט מען עס באשטעלט, והנה, אונין, עס איז דא. נו, דער דאיען קומט אן, פארשטייצעך, ווער קריגט דען דעם כיבוד אניש דער דאיען? כבוד התורה. דער דאיען האט אנגעהויבן ארויסצונעמן פונ'ם פעקל, איינס נאך ס'אנדערע, עס שיין אויסגעשטעלט אין א רייע, אזוי ווי די קינדער ווען זיי גייען אין לאנטשרום. (כ'רעדט ביז גיטע ה) און ס'הויבצעך אן.
דער דאיען: וואו זאלעך עס לייגן?
די רביצין: סייסט? אין קאך, אין די טוילעטס, אין די שטובער. קוק וויפיל סיז דא
דער דאיען: דו ווייסט נישט וויפיל דו האסט געקויפט?
די רביצין: כ'ווייס יא, עםםם...
דא קומט זי שוין אן צולויפן, און ציילט איבער איינמאל און נאכאמאל און פרעגט ס'פעלט דאך צוויי. אוי א בראך, זאגעכער אז ס'יז געווען צוויי פעקלעך, אין יעדן פעקל אידא פיר. אההה רופט זיך זיך אן, כאגעמיינט אז סיז דא פינף אין א פעקל. איי זענען זיי גנבים....

עניוועי, רבותי, דא קומט דעריקער. דער דאיען מיט א דעכילי ורכימי הויבט אן ארויסצושלעפן דעם פאפיר, ס'ערשטע האצעך תיכף צוריסן, ס'צווייטע, נאך א צוויי מאל שלעפן. דעס דריטע, האט שוין דער דאיען אנגעכאפט דעם קלעבאכץ, און פארקלעבט געווארן. און ווידער ביים הענגן האצעכעס עס צוריסן. אקיצער, סיז געבליבן ביים לעבן צוויי גאנצע, און איבריגע, אנע הענט אדער אנע פוס.... פארגעסט נישט פון די צוויי וואס פעלן שוין פון אנפאנג....
דאס איז נאך גארנישט, אבער די הענט זענען דאך געווארן פארקלעבט. זוכט מען דאך וויאזוי מ'קען עס רייניגן, הויבט מען מיט וואזעלין, און מ'ענדיגט ביי שמן זית. אוקיי, נאך ס'גאנצע מעשה איז דער דאיען אנטלאפן פון זיך אליינס, דאס גערוך איז נישט געווען צום אויסהאלטן...

נאך א לאנגע חשבון הנפש, האט דער דאיען עס תולה געווען אין צוויי סיבות: א) שוין לאנג נישט געשריבן אנארטיקל, און יאכער בעט זיך שוין לאנג, שרייב בעפאר עפעס פאסירט. ב) מ'האמיר נישט געמאכט די ברכה בורא מיני קלעבאכץ.... אההה איצט פארשטייט מען שוין דאס קאפל.

Advertisement

דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 4:28 pm

איך פארשטיי שוין די קעפל, איך האב מיר איינגעהאלטען פון לאכען, וויבאלד ס'איז די ניין טעג.

דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 4:30 pm

דער דיין האט אונז אלע אנגעקלעפט צום סקרין, אזש דער סקרין האט זעך געווארפן ביי יעדן לאך.

דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 5:14 pm

כ'האב עס נאכנישט געליינט אבער איך בין זיכער אז ס'גוט ווייל א דיין זאגט אייביג גוט (נישט אזוי איז די נוסח...)

דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 5:42 pm

אזא קלעבעדיגע ארטיקל קען מען נישט ליינען עולה רגל אחת. מ'קען נאך ח"ו צוגעקלעבט ווערן צום בענקל. מ'וועט עס מוזן איבערלאזן אויף א פאסיגערן געלעגנהייט.

דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 6:40 pm

ואני און איך קרעמער, כאטשיג וואס עס איז די ניין טעג, אבער דעם דאיען'ס ארטיקל קומט נישט אין באטראכט אוועקצולייגן, ווייל עס ווערט פיגול און נותר. נאר וויאזוי דען? בבואי ווען איך בין אריינגעקומען אין קרעטשמע, מתה עלי איז די גאנצע וועלט ווי כאילו אפגעשטארבן ביי מיר, רחל אפילו די אידענע, בדרך אפרת (מלשון ארפישל) אויפן וועג אדורכצוליינען דעם לאנגן ארטיקל, בעוד כברת ארץ די ערד איז געווען געלעכטערט ווי א זיבעלע, ואקברה שם איך האב מיך דארט באגראבן פאר צחוק, היא בית לחם די ארטיקל איז געווען ווי א געשמאקע שטיקל ברויט.

ווייס איך דאך אז דו ביסט ברוגז אויף די קלעבאכץ, זאג איך דיר אז עס וועט דיר גארנישט העלפן, ווייל ווען בין-לאדין דער גרויסער באמבל-בי וועט אדורכגיין דעם שאנדעליער, וועלן אלע קליינטשיגע פליגעלעך וואס סווינגן זיך דערויף אנהייבן וויינען און שרייען און פארפירן, און דער גרויסער באמבל-בין וועט זיך נישט קימערן מיט זיי און ווייטער גיין צו סאכדעס'ס געשמאקע בשר ודגים, ווי עס שטייט אין פסוק מיני קולך מבכי - די קול פון די פליגלעך איז היבש קלענער ווי סאכדעס' בויך, ושבו בנים לגבולם קענסט צוריקגעבן די קלעבאכץ צו די גראסעריי און צוריקבאקומען א ריפאנד.

דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 6:50 pm

חחחחחחחחח פארן דאיען און פאר קרעמער, איך זעה א ערנסטע קאמפעטישען מיטן ואני איינס בעסער פון צווייטן, שכח שכח,

דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 8:12 pm

עכט איז דא נאך א ואני, אביסל א קלענערע, אפשר יענטץ עטמער זיין גרינגער אויסצוטייטשן, אבער כ'וועלעס לאזן פאר די וואס קענען דאס בעסער פון מיר.

סאכדעס, דיין קלעבעדיגע ארטיקל, איז הערליך, צוזאם געשאסן רעכט און לינקס, הוידל מיט בוידל, און וואס נישט, איין זאך באמערקעך אז דו גלייכסט קלעבעדיגע ארטיקלען, קודם מיט א קלעבעדיגן באנדאזש, (דו ווייסט אז דו ביסט נאך שולדיג חלק ב', יא?) און דערנאך מיטן פליגן קלעפער, לאמעך טראכטן וואס נאך קלעפט, עלעך שוין אויסרעכענען אויף וואס דיין נעקסטע ארטיקל גייטעצך באציען.

און נאך א זאך, די באנטש רינגלעך אין אן ארטיקל איז קאפירייט.

יאשר כחכם. (קרעדיט סאכדעס.)

דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:57 pm

יישר כוח אלע מגיבים, בפרט פאר קרעמער, און אויך פאר יאכער. כ'ווארט צו הערן נאך גוטע ווערטער, יישר כוח למפרע.

פרייטאג אוגוסט 08, 2008 3:19 am

סאכדעס, זיי נישט בייז, אבער אינעם היצטיגן ליישישי בין דערביי דורכצוליינען אזא לאנגע מעשה, אפשר טישעבאוו נאכמיטאג, אבער קודם ווילעך דער קאמענטירן אז מסתמה איז עס גוט, חזקה על חבר, איתמחי גברא ואיתמחי קמיע, און כ'קען זאגן אז סיז געוואלדיג, אפילע כאבעס נאך נישט געליינט.

פרייטאג אוגוסט 08, 2008 10:21 am

נו, אז ער בעט מוז מען דאך געבן, נישט?

א גרויסן יאשר כח סאכדעס באטשי פאר קלעבעדיגן ארטיקל, מיר האב הנאה געהאט דערפון.

פרייטאג אוגוסט 08, 2008 11:10 am

יעצט אין די ניין טעג ווען די רעדסט פון קלעבן האט עס א גאר א אנדערע באדייט, אבער איין זאך קענסטו זיכער זיין אז לייינענדיג דיין קלעבעדיגע ארטיקל, האב איך מיך אזוי געראלט אז איך האב מיך צוגעקלעבט צו די פלאר, מיין באס האט מיך ערשט יעצט אויפגעקלעבט מיט אביסל גו גאן.

בד"וו אז דער דיין מאכט מיך אזוי קוצקענען פאר געלעכטער אין די ניין טעג איז דאס לכאורה א בפירושע הוראה אז.........מען מעג.

דרך אגב, וואס גייט דא פאר וואס איז מיט דעם חכם ואינו לפי כבודו? דיין ווייב ווייסט נישט אז די ביסט דא דיין?........

פרייטאג אוגוסט 08, 2008 1:02 pm

wildturkey האט געשריבן:דרך אגב, וואס גייט דא פאר וואס איז מיט דעם חכם ואינו לפי כבודו? דיין ווייב ווייסט נישט אז די ביסט דא דיין?........


אז דו ווילסט עפעס פרעגן דעם דיין, נאך וואס פרעגסטו דאס דרך אגב'ן?

צווייטענס, ס'איז נישט אזוי ווייט חכם ואינו לפי כבודו, ס'איז מער אויבער חכם ולפי כבודו.

זונטאג אוגוסט 10, 2008 5:08 pm

לכבוד דעם גאנצן ציבור, אזוי ווי כ'בין אין א תענית, וועל איך זיך נישט באציען צו אלע תגובות, אבער די תגובה קענעך נישט ארויסלאזן.
איך_הער האט געשריבן:
wildturkey האט געשריבן:דרך אגב, וואס גייט דא פאר וואס איז מיט דעם חכם ואינו לפי כבודו? דיין ווייב ווייסט נישט אז די ביסט דא דיין?........


אז דו ווילסט עפעס פרעגן דעם דיין, נאך וואס פרעגסטו דאס דרך אגב'ן?

צווייטענס, ס'איז נישט אזוי ווייט חכם ואינו לפי כבודו, ס'איז מער אויבער חכם ולפי כבודו.


ערשט יאכער, לאמיר דיר מתקן זיין דיין אידיש.
אז דו ווילסט עפעס פרעגן דעם דאיען, נאך וואס פרעגסטו דאס דרך אגב'ן?

צווייטנ'ס, ס'איז נישט אזוי ווייט חכם ואינו לפי כבודו, ס'איז מער: אויבער חכם ולפי כבודו.

צווייטנ'ס, נעקסטיים פאר תשעה באב, שרייב נישט אזא תגובה, מ'קען לאכן תשעה באב דערפון.

מאנטאג אוגוסט 11, 2008 10:48 am

ס'ארא קעפל דאס... איך האב געראָגעלט! דאסמאל איז עס געווען 'שמחה מתוך סאכדעס'.

ואני - אין איך אלטער... סוועפט שוין? גלייבטס מיר אז ביינונז אין חדר ווען מען האט פיינעלי צו לערנען דעם צווייטן 'ואני' האָטעס שוין אויך געוועפט - פשוט ווייל די גאנצע כח איז שוין געווען אויסגעבלאזן אינעם ערשטען 'ואני'.

העמער טאקע גיין לויטן צווייטן 'ואני'. שכם אחת: גענומען איין טייל מער... סייסט? העצטעמער פרעגן, איי ווען האב איך געקענט כאפן א אשפטעל מיט א געלעכטער? נאָוואָדען. דער עלעקטעריזירטע קנאקעדיגס האט ביי מיר געפוילט צו צוברעכן אין צווייען ס'ליינען, אזוי האב איך געהאט צוויי זאכן, איינס אזס מיר האבן געלאכט צוויי מאל, אין געראָגעלט? אנע אפשטעל!

אין פארשטאנען? אפילו נאך דריי מאל איבער ליינען... אה נאר א גוזמא, דעם קעפל האב איך פארשטאנען נאך א דאָזען לאַכעריי.

דיינע ארטיקלן זענען עפעס באָבעלדיגע געשווילאכטץ, איז ווען מען לאכט, שפורט מען אז ס'יז עק וועלט... דאס קומט נאר ווען מען לייגט אריין די אויסדרוקן וואס איז ממש לאכמאכער'דיג.

סאו וואַט - ווען איך האב געליינט דער ארטיקל אין די ניין טעג, האבעך געמיינט אז דו האסט געמיינט דעם בורא מיני שטינקאַכץ! אטע אזוי געמיינט? נעעע, נאר געשפורט אזוי.

אין עני קעיס, דו סאכדעס, וואס איך נעם ארויס דא ווייטער אז מיטן אריינשמייטערן א-נארטיקל אין פארברענגן איז א ביי-די-וועי בי דיר, הא? געסט אזא ניר-שמיר-דיר אריין דא, פון דא אין ווייטער, זאל דער זוכער גיין זוכן. אין יא! כאָבעס געטראפן, איי וויזוי? כאָגעקריגן א לינק! פרעגט אייך נאך... מיצטָ-מֶא פון די דייען'ס חסידים...

ריזן דענקיו!

*****
אלעקס; קליינער טאָשט הערה, וואטעווער איט קאָללד.

איר פארשטייט שוין ס'קעפל? אזוי? אההה... איך זעה אז דער בעל האשכול האט דיר געמאכט לאכן, קום נאר צוריק אין זאג וואס ווען וואו, דאס מעג מען גערן טאן נאך די ניין טאג, יעעע... מען קען נאך אפגעבן ס'שכח, יעעע... דער בעל האשכול איז נאך אפען צו הערן. טענקס! ביי די וועי, וויזוי האסטע געפאסט תשעה-באָף?

מאנטאג אוגוסט 11, 2008 12:33 pm

ס'נעמעסן, זוי ווי מיין ביזעם פריינד 'אלטער' הא-שוין געזאגט, איז דאך שוין דער "ואני" אומאינטערסאנט. ווארן, ס'קריכט שוין פון די אפיים. פארט אבער קאן עך מיר נישט קירוק (קרעדיט: סאכדעס) האלטן און ניט אויסגיסן מיין ואני'דיגער מעלאדיע.

ואני – און איך זארעכ, כאטש איך בין דיך הערשט היינט מהנה מיט מיין תגובה, אבער מיט דיינע אנדערע ארטיקלך האב איך נישט אזוי געטוהן. איך האב דיך געווענדליך נישט געלאזט אזוי לאנג אויסהונגערן מיט א תגובה. פארוואס דא יא? בעווייל
בבואי פדן ארם - ווען איך בין אריינגעקומען אין הויפט קרעטשמע,
מתה עלי – בין איך געווען באגאסן מיט א טויטע גוסטע,
בארץ כנען - אז ס'אט זיך מיר נישט פארגלוסט אריינצוגיין אפשטייגן א באזוך אינעם פארברענגען צימער.

זאלסט נישט מיינען בעווייל ס'געווען א רעגנדיגער מעוננדיגער טאג, ניין!
בעוד כברת ארץ - זעסטאך אז היינט איז אויך א רעגנדיגער און פונדעסטוועגן דאך בין איך דא.
(די צווייטע פשט איז: זאלסט נישט מיינען אז ס'געווען א רעגנדיגער טאג. ניין, זאג איך דיר בעוד כברת ארץ - ס'גראדע געווען דאן א פעפער-טריקנדיגער טאג).

נאר וואס דען?
ווייל נבוזראדן האט דאך פארטריבן די אידן אין גלות אריין, און די אידן זענען באפוילן געווארן אין די טעג צו טרויען און קלאגן, האב איך געטראכט צו מיר אזוי:
לבוא אפרתה - מעג איך דען יעצט קומען ליינען אן ארטיקל וואס איך ווייס ברור קלאר אז ס'גיסט זיך דערפון האניג און שמאלץ?
ואקברה שם - איך האב דעם ארטיקל ניטאמאל געוואלט עפענען. איך האב אים גלייך באגראבן אין מיין קעלער,
בדרך אפרת היא בית לחם – מיטן חשבון אז איך וועל דאס בלי נדר ליינען באלד נאך די ניין טעג.
**

סאכדעס,
קיין וויץ! איך האב געזען אז עס הענגט אן ארטיקל פון דיר האב איך געטראכט 'חזקה על סאכדעס שאינו מוציא מתחת ידו ארטיקל בלי צחוק', און ווי דו ווייסט גלייך איך דיין סטיל; ס'פארט מרחל למיכל און פון דא ביז הא; ס'באגיסט דעם ליינער מיט א געדריידל פון געלעכטער געמיטש מיט אן אויסגעגאסענעם פארגעניגן, טא האב איך געמאכט דעם חשבון און געפרעגט: מעג איך דען דאס געמעגט אפילו עפענען אין די ניין טעג?

אויפן דאייען זעלבסט איז דאך קיין פראגע נישט, ער אידאך פון די חובת הלבבות חסידים וועלכע זענען מקיים דעם 'אבלו בלבו וצהלותו בפניו'. און מיר ווייסן קלאר אז דער דאייען כשלעצמו האט בשעת'ן אנרעכטן דעם ארטיקל פארגאסן טייכן טרערן בלבו, נאר וואדען? ער האט פשוט זיך געפארכטן אז די טרערן וועלן אים אט אט אוועק נעמען דעם צהלתו בפניו, האט ער אין דער שנעל געכאפט דעם נאר'פישל פארן נעץ און אזוי ארום פארטריבן דעם אבלו בפניו ר"ל. אבער יעך? כ'בין דאך ווי חגבים אנטקייגן דעם גרויסן דאייען, ווי קומען מיר אפילו צו זיינע פאדעשוועס? מיר זיינען דאך נאך נישט אין דער מדריגה, האבן מיר דאס דעריבער געלאזט אויף נאך די ניין טעג.

און יא, נחמו נחמו סאכדעס! איך האב זיך נישט געפאפט. האסט מיך נישט אנטוישט. איך האב געוויסט וואס איך טו. דער ארטיקל, ווען איך זאל אים ווען ליינען אין די ניין טעג; אוי בעסער איך זאג נישט. נאך א מזל איך האב דאס הערשט יעצט געעפנט נאך חצות. נאך אזא טאג ווי נעכטן איז דאס ביי מיר געווען ווי בית לחם, ווי א שמייכל נאך די אנגעזעצטע ניין טעג. ויאמר בכפליים עס קומט דיר א טאפלטער שכוח. איינס פארן עצם ארטיקל און איינס פארן מיך אריינפירן אין די שבעה דנחמתא מיט אזא גוטס.

וזה לעומת זה. איך וויל דיר אויך זאגן, סאכדעס, אז זאלסט וויסן אז ביי מיר אין ביורא הענגען אויך ברוינע פארקלעפטע שטאנדאלירן ארטיקלען. אבער, נישט די עקלדיגע ברוינע כאפערלעך וועלכע זענען ספעציעל אויסגעפארעמט געווארן נאכצומאכן דיינע ברוינע האניג'דיגע ארטיקלען בכדי צו פארנארן די פליגן, ניין! ביי מיר הענגט די ארגינאלע, די ריכטיגע האניגדיגע ברוינע טשאנדאלירן, מיט זיין אמת'דיגן חן. אז איך הענג אויף סאכדעסנס ברוינע האניג ארטיקלען אויף דער וואנט, ווערן די עננימ'דיגע פליגן אנטרין ווי די שווארצע פעפער. בדוק ומנוסה!
**

ויאמר בכפליים. אויך קומט זיך א שכוח פאר קרעמער'ן. ער צעלאזט זיך זעלטן, אבער ווען ער איז שוין אויפגעלאזט דאן רינט דאס ווי די אויפגעלאזטע אייז-קרעים. און זאל קרעמער טאקע וויסן זיין, אז זיינע צעלאזטע תגובות זענען זיסער ווי זיס.

מאנטאג אוגוסט 11, 2008 1:24 pm

אלו קרבנו לפני פארברענגען ולא ערך לנו את הקלעבער - דאעינו!

דער דאיען איז דאך דער אמת'ער און פאסיגער (נישט די וואס מ'טראגט אויף די הויזן/טראגט די הויזן [געוואנדן צו מען האט טרעגער חוץ מזה]) שרייבער, סאכדעס דאעין האמת!

אז - דעמאלטס ווען מיללער האט געזעהן דעם גרויסן ארטיקל
ישיר מיללער - איז אים פייגעבאלן מגיב צו זיין, און ער האט טאקע אזוי געטאן
ובני הקרעטשמע - און די קרעטשמישע קינדער (נישט ניניוס/בעיביס כ'מיין ערוואקסענע קינדער, בורא פרי העץ האסט אריזאונע ווייץ)
את התגובה הזאת - די דאזיגע תגובה
ויאמרו לאמר - און זיי האבן געזאגט אזוי-צוזאגן (וויאזוי-צוזאגן פרעגטסו? אזוי-צוזאגן אט-אזוי-צוזאגן, ממש אזוי-צוזאגן, מאס מאס, נאך נאך אאאזוי....)

ווען איך מאך א סאכדעס-הכל ביזטו וואן-אוו-עי-קיינד

מאנטאג אוגוסט 11, 2008 2:51 pm

סאכדעס איין ווארט,
ס'איז באמת ראוי עליו לעשות ברכה בורא מיני קלעבעכטס..
ס'קלעבט זיך צו צו דיינע ארטיקלען אויסדריקן אשר לא שמעתן אוזן מעולם,
מ'קען פון דיינע קלעבעדיגע אויסדריקן מאכן א באזונדערע ווערטער ביך..

דינסטאג אוגוסט 12, 2008 12:38 am

טהור-עיניים האט געשריבן:סאכדעס, זיי נישט בייז, אבער אינעם היצטיגן ליישישי בין דערביי דורכצוליינען אזא לאנגע מעשה, אפשר טישעבאוו נאכמיטאג, אבער קודם ווילעך דער קאמענטירן אז מסתמה איז עס גוט, חזקה על חבר, איתמחי גברא ואיתמחי קמיע, און כ'קען זאגן אז סיז געוואלדיג, אפילע כאבעס נאך נישט געליינט.

סישוין מוצעי מוצעי טישעבאוו.

יאנאש האט געשריבן:נו, אז ער בעט מוז מען דאך געבן, נישט?

א גרויסן יאשר כח סאכדעס באטשי פאר קלעבעדיגן ארטיקל, מיר האב הנאה געהאט דערפון.


יאנאש, דיין תגובה האט מיך אמת'דיג מהנה געווען, בפרט די באלד ווערטער.

wildturkey האט געשריבן:יעצט אין די ניין טעג ווען די רעדסט פון קלעבן האט עס א גאר א אנדערע באדייט, אבער איין זאך קענסטו זיכער זיין אז לייינענדיג דיין קלעבעדיגע ארטיקל, האב איך מיך אזוי געראלט אז איך האב מיך צוגעקלעבט צו די פלאר, מיין באס האט מיך ערשט יעצט אויפגעקלעבט מיט אביסל גו גאן.

בד"וו אז דער דיין מאכט מיך אזוי קוצקענען פאר געלעכטער אין די ניין טעג איז דאס לכאורה א בפירושע הוראה אז.........מען מעג.

דרך אגב, וואס גייט דא פאר וואס איז מיט דעם חכם ואינו לפי כבודו? דיין ווייב ווייסט נישט אז די ביסט דא דיין?........


ווילדער טערק, דיך דארף מען עקסטער אויספראקן, ביי דיר וועט מקוים, תגובת חכם חצי ארטיקל...
על ראשון ראשון ועל אחרון שנית
דיין בוס דארף וועניש האבן קיין גו-גאן.
ס'איז בפירוש נישט קיין הוראה, ווייל דער דאיען אליינס לאכט נישט.
דאס ווייב ווייסט שוין איינמאל, נאר א_ווי יאכער האטער שוין גענפערט, סישוין איינמאל לפי כבודי, און ווי יאך אליינס האבן געשריבן, דאס אידאך געוועזן דער כיבוד.

אלטעבחורל האט געשריבן:ס'ארא קעפל דאס... איך האב געראָגעלט! דאסמאל איז עס געווען 'שמחה מתוך סאכדעס'.

ואני - אין איך אלטער... סוועפט שוין? גלייבטס מיר אז ביינונז אין חדר ווען מען האט פיינעלי צו לערנען דעם צווייטן 'ואני' האָטעס שוין אויך געוועפט - פשוט ווייל די גאנצע כח איז שוין געווען אויסגעבלאזן אינעם ערשטען 'ואני'.

דיינע ארטיקלן זענען עפעס באָבעלדיגע געשווילאכטץ, איז ווען מען לאכט, שפורט מען אז ס'יז עק וועלט... דאס קומט נאר ווען מען לייגט אריין די אויסדרוקן וואס איז ממש לאכמאכער'דיג.

סאו וואַט - ווען איך האב געליינט דער ארטיקל אין די ניין טעג, האבעך געמיינט אז דו האסט געמיינט דעם בורא מיני שטינקאַכץ! אטע אזוי געמיינט? נעעע, נאר געשפורט אזוי.


אנגעצייכנט וואס איז מיר ס'מערסטע געפאלן. אגב, יישר כוח פארן אריינגעבן אלעקסייען..... נישט ווייל 'איך' זוך כבוד, נאר ער מעג ווען האבן מער מענטשליכקייט....

מיללער האט געשריבן:אלו קרבנו לפני פארברענגען ולא ערך לנו את הקלעבער - דאעינו!

דער דאיען איז דאך דער אמת'ער און פאסיגער (נישט די וואס מ'טראגט אויף די הויזן/טראגט די הויזן [געוואנדן צו מען האט טרעגער חוץ מזה]) שרייבער, סאכדעס דאעין האמת!

אז - דעמאלטס ווען מיללער האט געזעהן דעם גרויסן ארטיקל
ישיר מיללער - איז אים פייגעבאלן מגיב צו זיין, און ער האט טאקע אזוי געטאן
ובני הקרעטשמע - און די קרעטשמישע קינדער (נישט ניניוס/בעיביס כ'מיין ערוואקסענע קינדער, בורא פרי העץ האסט אריזאונע ווייץ)
את התגובה הזאת - די דאזיגע תגובה
ויאמרו לאמר - און זיי האבן געזאגט אזוי-צוזאגן (וויאזוי-צוזאגן פרעגטסו? אזוי-צוזאגן אט-אזוי-צוזאגן, ממש אזוי-צוזאגן, מאס מאס, נאך נאך אאאזוי....)

ווען איך מאך א סאכדעס-הכל ביזטו וואן-אוו-עי-קיינד


מיללעריא, דו מיט דיינע אבלאס, כ'מיין צוזאגן מיט דיינע לאזונגען, כ'רעד שויניש ווען ס'יז פערו'דיג, דאן שטעלסטו מיך אין שאטן.

שאץ מאץ האט געשריבן:סאכדעס איין ווארט,
ס'איז באמת ראוי עליו לעשות ברכה בורא מיני קלעבעכטס..
ס'קלעבט זיך צו צו דיינע ארטיקלען אויסדריקן אשר לא שמעתן אוזן מעולם,
מ'קען פון דיינע קלעבעדיגע אויסדריקן מאכן א באזונדערע ווערטער ביך..


שאצי, פון דיר שעמעמיך, ווייל כ'קום נישט אן אלעמאל צו ליינען אלע דיינע ארטיקלן, און דא קומסטו דיר אריין פון אן אונטער טירל, און דו באקלעבסט מיך מיט א ברכה. אלזא, זאל דיר עס צו אלעס גוט פארעכנט ווערן.
אגב, כאגעשריבן אין איינע פון דיינע ארטיקלן א גאנצע תגובה, סאום האו איז עס נישט אריין. סארי, כ'וועל באלד אפירזוכן וועכע.

דינסטאג אוגוסט 12, 2008 12:43 am

פאר זארעכ'ן מוז איך אין אן עקסטערן תגובה קריק ענפערן.... אמער? ער האט מיך געקרעדיט דארט מיט קירוק, וויל איך זאגן אז עס איך קען אויך אויף קריק.

כ'מוז באוואונדערן דיינע כוחות פון זיך קענען צוריקהאלטן עס נישט צו ליינען אין די ניין טעג. וואויל איז דיר וואויל איז דיין חלק.

יאך פאר זיך האבעכ'זעך פארלאזט אויפן פסק פונ'ם אלטן דאיען, ווען עס קומט אונטער אן ארטיקל, טאר מען עס נישט לאזן חמעציג ווערן, נאר תיכף מהנה זיין דעם ציבור. (דער דאיען געדענקט נאך דעם פסק?) ממילא האבעך זעך געטרויעט.


איך מוז קומען באזוכן דיין ביורא, כ'מוז זעהן וואו אין די וועלט איך הענג שוין....

דינסטאג אוגוסט 12, 2008 1:32 am

אוי סאכדעס ווי איך לאך נאך יעצט מיין בויך האט נא נישט אויפגעהערט רעדן ווי פאני ס'איז געוועהן קיפ איט אן גאוינג

דאנערשטאג ספטמבר 18, 2008 7:13 pm

סאכדעס, מאמער ערשטע יעצט ארויס גענומען דעם אלטן ארטיקל פון די ארכיוון און דארעך געליינט.

און כ'מידער זאגן אז כ'אמייזל כאבעס נישט געליינט אין די ניין טעג, ווייל ווען יא וואלט איך עובר געווען אויף לא תנחום, אוי וואס רעד איך דא?

סאכדעס'ל סאכדעס'ל, דאי דאי יינו, מה נאמר ומה נדבר ומיינע ווייבער, וואזאמענדיר זאגן? אדיביסט גוט? ס'נישט געגלייבט ס'פאריגעס מאל? נו גוט, נאדיר א ;l;p- , און יא, דו ביסט גוט דאס מאל אויך!
שרייב א תגובה

Advertisement