נישט לייכט געווען - דער דאיען אין קראקא
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 04, 2006 12:46 pm
אינגאנצן פארסאפעט ערשעפט פארשטויבט פאמאטערט רוקט זיך סאכדעס אריין אין דערפל, מ'שפירט אויף אלע ריכטונגען אז סיז אקאורשט אריבער דער הייליקער טאג ביי אונז אידן, דא זעהט מען קרעמער האט שוין א ווייסע בארד באקומען, יאנאש איז שוין פארוואקסן געווארן מיט א ווייסע קאפ, אויפגעהערט רייכערן אויפן פארלאנג פון זיין דאקטאר, מעסטערמיינד פארקויפט אתרוגים, שוועמל האט זיך אנגעטוהן נארמאל מיט הוט און רעקל, די ערענסקייט פון די טעג שפירט זיך פון יעדן ווינקל.
דער דאיען מיט די גאנצע פמליא זענען אקאורשט צוריקגעקומען פון קראקא, ווי דער דאיען האט פארוויילט די הייליגע טעג שוין פון צוויי וואכן פאר ר"ה, איבער די שוידערליכע געשעניש פון די צוויי קצבים וואס האבן מאכיל געווען נבילות וטריפות די גאנצע שטאט, דער דאיען זאל זיין געזונט, באלד נאך די ווארימע דרשהוואס ער האט געהאלטן, לויט די אנווייזונגען פון דעם אלטן דאיען נ"ע הכ"מ, האט איהם דער דאיען נ"ע באויפטראגט זיך אונטערצונעמן די שווערע נסיעה אזש קיין קראקא, מתקן זיין די שטאט, פארשטייט זיך אז די נסיעה איז געווען בסוד סודות, אז קיינע בייזע רוחות זאלן זיך ח"ו ניט אנטשעפן און שטערן די הייליגע ציל, מיר זענען געפארן ממש געציילטע אידן, און אזוי ווי דער דאיען האט זיך באוויזן אין שטאט, הוא הודה הוא זיוה, די גאנצע שטאט איז זיך צוזאמעגעלאפן, און געפאלן צו די פוס, און געשריגן הייליגער דאיען וויאזוי קענען מיר האבן עפעס א תיקון?!, און דער דאיען מיט זיין פאטערליכען בליק און ווארימע הארץ האט יעדן גענפערט כפי רוחו, איי איז דאס געווען צום באוואונדערן, יונג און אלט, מענער און פרויען, יעדער האט אויסגעפאלגט כל מה שפקדה רוחם.
אזוי האמיר זיך געגרייט צו די הייליגע טעג, דער דאיען האט אראפגעלייגט א דאווענען אז די ווענט האבן געציטערט, ווער רעדט נאך פון די דרשות פאר תקיעות שופר און פאר כל נדרי, אומבאשרייבליך, מ'קען דאס גארנישט אפמאלן, די בכיות.... די ערענסקייט ביים ציבור, די ווייבער שוהל האט זיך געווארפן און געוואקלט אז מ'האט געברויכט אריינבראכן די אינדזשענירן, זאלן זעהן צו מ'דארף דאס נישט אויסליידיגן, ברוך השם מ'האט נישט געדארפט צוקומען דערצו, ווער רעדט נאך פון די לשנה טובה זאגן, די שטאט קראקא איז געווען אזוי עמאשענעל, אז דער דאיען האט געגעסן די סעודה הערשט אום 2 אזייגער קראקא צייט, מ'האט געפילט אין די לופטן דע געהויבנקייט.
אן עקסטערע ארטיקל פארלאנגט זיך אויף די כפרה שלאגן, וואס דער דאיען איז דערביי געשטאנען עטליכע שעה אין א ציה, זעהן אויב אלעס גייט כשורה, פון 2 פארטאג ביז 8 אינדערפרי האט מען נישט אויפגעהערט שטראמען מיט די טשיקעלעך, ווער מיט ווייסע אנדערע מיט שווארצע אדער געלע טשיקנס, מ'האט דארט געזונגן מיט גרויס התעוררות א כפרה א כפרה א כפרה, .... זה חליפתנו אויי אוי אוי אוי, זה תמורתינו אוי וכו' כו',בפרט איז געווען גרויס דער התעוררות ווען מ'האט געזונגען דעם שטיקל:
דער חסיד גייט פארטראכט
אז דער רבי הייסט אים לויפן
איז נישט דא א ספק די קלענסטע
און פונקט אינמיטן די נאכט
קומט ער בראנפען קויפן
דער דאיען האט זיך ביי די ווערטער פארגלייזט די אויגן און ער רופט מיר צו, דו ווייסט וואס טוט זיך ביינונז אין דערפל? איי איי איי רופט זיך אן דער דאיען, קרעמער האט מיר אקאורשט דערמאנט לטובה, און דער דאיען האט אויסגעבראכן מיט א יאמערליכן געוויין, און געזאגט, איך האף בקרוב צוריק צו קומען אין פריידן.
שלש עשרה מדות זאגט מען אין קראקא תשליך, דער דאיען מיט זיינע נאנטע האבן געזאגט ר"ה נאכמיטאג דעם צווייטן טאג, סאו האב איך נישט געקענט זעהן וואס טוט זיך דארט, אבער דאס האביך זיכער געהערט גרויסע פלאטשקען פון די עבירות אין וואסער אריין.
דער עיקר מ'זאל מיר האבן א זיס לעכטיג יאר און אלץ גוטס אויסגעבעטן.