Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

גוגעל לערנט זיך אידיש ביי אונז אין שפראך פארום

מיטוואך אוגוסט 06, 2008 12:04 am

כאפנדיג פריער א בליק אינעם בלאט ווער איז איינגעסיינט זעה איך אז די גוגעל חברה האבן זיך געהעריג באקוועם געמאכט דא, איין באט לערנט זיך שפראך און א צווייטער באט לערנט גאר טעכנעלאגיע, הקיצור די חברה האבן זיך דא צוגעכאפט און ליינען נאכאנאנד, ווי איר קענט זעהן אינעם בייגעלייגטן בילד וואס איך האב געכאפט מיט פרינט סקרין.
עטעטשמענטס
untitled.JPG

Advertisement

מיטוואך אוגוסט 06, 2008 1:54 am

נו, זאלן זיי שרייבן עפעס אויכעט, נישט נאר ליינען ...

מר. גוגל באט, קענען די קרעטשמע מנויים האבן פראטעקציע ביי אייך?

קען זיין ס'יז איינס פון די גוגל קאנווערזשאן סיסטעמען (אנאליטיקס אד"ג) וואס ארענדאר האט אינסטולירט כדי צו האלטן חשבון וויפיל בלעטער ווערן באזוכט אינעם סייט.

מיטוואך אוגוסט 06, 2008 10:33 am

בעני, גוט גוט.

איך האב שוין אויך באמערקט די באט'ס חברה, עס איז דא פון יאהו אויך, נישט נאר גוגעל. זיי זענען מיסתמא די וואס זיכן פאר זייער סיורטש ענדשין. (די זעלבע חברה וואס זענען איין נאכט אריינגעקומען אין אלט קרעטשמע און שיעור-נישט איבער גענומען די מאכט דארט, ווען עס איז געווען ס'מערסטע צאל באזוכער אויפאיינמאל)

מיטוואך אוגוסט 06, 2008 12:18 pm

ווען עס איז דא אזוי פיל באזיכערס אויף איין מאל, מאכט עס דער סייט ארבעטען לאנגזאמער, נישט אזוי?

מיטוואך אוגוסט 06, 2008 12:45 pm

כ'האב שוין אמאל באמערקט דא MSN MEDIA BOT אפזיצן דא.

מיטוואך אוגוסט 06, 2008 1:44 pm

אבי נישט סאדאם כוסעין'ס באאט פארטיי.

מיטוואך אוגוסט 06, 2008 1:59 pm

בעני, גוט גוט.

שוועמל, וועל זיי האבן וואס צו שרייבן, זאגן זיי עס פאר גרויזאמער, און ער שרייבט עס אנשטאט זיי.

מיטוואך אוגוסט 06, 2008 2:01 pm

איך בין נישט אזוי באהאווענט וואס איז דאס גוגל באאט ?

מיטוואך אוגוסט 06, 2008 2:05 pm

דאס איז גוגעלס סערטש ענדזשאן, זיי קוקן זיך אום דא, אזוי ווען איינער זיכט עפעס אויף זייער סייט, און דא איז דא אינפארמאציע פאר יענעם, וועלן זיי געבן פאר יענעם א לינק צו יענעם אשכול.

מיטוואך אוגוסט 06, 2008 4:08 pm

קרעמער, לאכטי.

מיטוואך אוגוסט 06, 2008 7:33 pm

יעצט האב איך איהם געפאקט ווערן א למדן
עטעטשמענטס
untitled1.JPG
untitled1.JPG (10.24 KiB) געזעהן געווארן 417 מאל

מיטוואך אוגוסט 06, 2008 7:55 pm

בעני, גוד איידיע, יישר כח.

מיטוואך אוגוסט 06, 2008 8:10 pm

ככככככככ.... דאס איז שוין גאר גוט....
שרייב א תגובה

Advertisement