בלאט 33 פון 39
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 11, 2014 1:06 pm
דורך לכתחילה אריבער
מאנ-יימער האט געשריבן:dim האט געשריבן:נישט היינט, אבער די יאר
אז די עק פייפ פון די דיזעל גאז איז גרעסער פון די רעגולאר געז פייפ כדי מען זאל נישט בטעות אריינלייגן דיזעל און סתם א קאר.
נארישקייט!!
געז נעמט מען דאך מער - בכמות ובאיכות - וואלט די געז געדארפט זיין גרעסער!!
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 11, 2014 1:08 pm
דורך שנאפס
לכאורה ווייל די טראקטאר טרעילערס נעמען מער אויף איין מאל, איך מיין אז זייער טאנק איז אסאך גרעסער ווי סתם א קאר
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 11, 2014 1:21 pm
דורך פעפערקארן
אוודאי איז עס גרעסער, אין א באס גייט אריין געז פאר $600
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 11, 2014 1:31 pm
דורך לכתחילה אריבער
שנאפס האט געשריבן:לכאורה ווייל די טראקטאר טרעילערס נעמען מער אויף איין מאל, איך מיין אז זייער טאנק איז אסאך גרעסער ווי סתם א קאר
כ'האבעס נישט געמיינט אזוי ערענסט, אבער אז מען רעדט שוין.....
יא, אבער וויפיל קארס זענען דא לעומת וויפיל טרעילערס! זעהסטאך ביי די ראודס וכדו', רעכענט מען זיך סאך ווייניגער אויף די טרעילערס, זיי זענען באגרעניצט, מיט לעינס, געוויסע הייוועיס, צייט אויף די בריקען וכו' וכו'.
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 11, 2014 3:36 pm
דורך מאנ-יימער
די פייפ איז מסתם די זעלבע גרויס, ס'איז נאר די tip פונעם פייפ וואס איז א טראפעלע ברייטער כדי מען זאל עס נישט קענען אריינשטיפן אינעם קאר.
איך ווייס נישט צו אלע גאז סטאנציעס זענען אזוי ווייל איינער זאגט מיר יעצט אז ער האט שוין אמאל געמאכט א טעות און אריינגעלייגט דיזעך אין א קאר און ס'איז געגאנגען פייפן.
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 12, 2014 11:20 am
דורך קרעפטיג
(שוין לאנג געוואוסט)
אז היינט איז הבל בן אדם'ס יארצייט (לויט'ן אר"י הקדוש), נישט איבערגעלאזט קיין קינדער.
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 12, 2014 11:26 am
דורך שנאפס
מאנ-יימער האט געשריבן:די פייפ איז מסתם די זעלבע גרויס, ס'איז נאר די tip פונעם פייפ וואס איז א טראפעלע ברייטער כדי מען זאל עס נישט קענען אריינשטיפן אינעם קאר.
איך ווייס נישט צו אלע גאז סטאנציעס זענען אזוי ווייל איינער זאגט מיר יעצט אז ער האט שוין אמאל געמאכט א טעות און אריינגעלייגט דיזעך אין א קאר און ס'איז געגאנגען פייפן.
ס'איז געווארן א ישיבישע קאר?..
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 12, 2014 11:06 pm
דורך נשמה
לבוב איז לעמבערג. ס'קוקט עפעס אויס ווי א לשון קודש'ע נאמען "לבוב". אבער ס'איז נישט. אויך האב איך די ערשטע מאל געזעהן אז גאליציע הייסט אזוי אויף פויליש. וואס האב איך געמיינט? איך האב נישט געטראכט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 13, 2014 12:13 am
דורך קיקיון
נשמה האט געשריבן:לבוב איז לעמבערג. ס'קוקט עפעס אויס ווי א לשון קודש'ע נאמען "לבוב". אבער ס'איז נישט. אויך האב איך די ערשטע מאל געזעהן אז גאליציע הייסט אזוי אויף פויליש. וואס האב איך געמיינט? איך האב נישט געטראכט.
- קאוד:
• Prince Danylo of Galicia founded Lviv in the 13th century.
• One hundred years later the Polish Kings took control of Lviv.
• Lviv was a very important city in the Polish-Lithuanian alliance.
• Lviv’s named was changed to Lwow.
• In 1773 Lviv was ruled by Austria under the first partition of Poland until the collapse of the Austro-Hungarian Empire in 1918.
• Austria changed the name of Lviv to Lemberg, and made it the capital of the Kingdom of Galicia.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 13, 2014 8:45 am
דורך נשמה
שכח רב קיקיון
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 13, 2014 10:47 am
דורך קרעפטיג
א ניין יעריג אינגל קען אויך צוטרעפן א קשיא פון אבן עזרא. (וישתחו אברהם לפני עם הארץ)
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 13, 2014 11:06 am
דורך SPUSMN
קרעפטיג, דערמאנסט מיר אז דער חתם סופר ווען ער איז געווען א אינגעל האט אפגעפרעגט א מהרשש"ך (זיין עלטער זיידע'ס א חידוש) און זיין פאטער האט אים אראפ געלאזט א פראסק פאר די חוצפה. דענמאלט האט הגאון רבי נתן אדלער געהייסען דער חתם סופר פארלאזען פראנקפורט אז זיין טאטע זאל אים נישט זיין א שטער צו וואקסען, ווייל אפילו א אינגעל מעג און האט א רעכט אפצופרעגען דער מהרשש"ך.
בערך אזוי גייט די מעשה.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 13, 2014 12:32 pm
דורך קרעפטיג
זאגסטו איך זאל אוועקשיקן מיין אינגעל לערנען אדער אים געבן א פראסק ?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 13, 2014 12:36 pm
דורך SPUSMN
און האבען רבי נתן אדלער פאר דיין זוהן'ס רבי.
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 14, 2014 1:14 pm
דורך קיקיון
אז א קעמעל טרינקט מער ווי 30 גאלאן בבת אחת
- קאוד:
ONCE AGAIN--FROM ‘OUR AMAZING WORLD’! In order to get a better appreciation of the Chesed of our Avos and what we have to strive for, the Sefer Our Amazing World by Rabbi Avrohom Katz, Shlita, and Tuvia Cohen, Shlita, writes that a camel drinks more than 34 gallons at one time! Since Eliezer had 10 camels, this would mean that Rivka as a young girl, supplied more than 340 gallons of water--to Eliezer’s camels alone!
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 17, 2014 1:02 pm
דורך נשמה
אז פרעה'ס חלום מיט די קיען איז געווען ראש השנה אויפדערנאכט.
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 17, 2014 1:16 pm
דורך מיסטעריעז
וואדע, ראש השנה יא א
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 17, 2014 1:18 pm
דורך דמתה לתמר
קיקיון האט געשריבן:אז א קעמעל טרינקט מער ווי 30 גאלאן בבת אחת
- קאוד:
ONCE AGAIN--FROM ‘OUR AMAZING WORLD’! In order to get a better appreciation of the Chesed of our Avos and what we have to strive for, the Sefer Our Amazing World by Rabbi Avrohom Katz, Shlita, and Tuvia Cohen, Shlita, writes that a camel drinks more than 34 gallons at one time! Since Eliezer had 10 camels, this would mean that Rivka as a young girl, supplied more than 340 gallons of water--to Eliezer’s camels alone!
זייער אינטערסאנט
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 21, 2014 2:25 am
דורך אפטימיסט
אז קאן עדיסאן שטעלט צו געז פאר מאנהעטען
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 23, 2014 9:12 am
דורך קיקיון
29235SPUSMN האט געשריבן:קרעפטיג, דערמאנסט מיר אז דער חתם סופר ווען ער איז געווען א אינגעל האט אפגעפרעגט א מהרשש"ך (זיין עלטער זיידע'ס א חידוש) און זיין פאטער האט אים אראפ געלאזט א פראסק פאר די חוצפה. דענמאלט האט הגאון רבי נתן אדלער געהייסען דער חתם סופר פארלאזען פראנקפורט אז זיין טאטע זאל אים נישט זיין א שטער צו וואקסען, ווייל אפילו א אינגעל מעג און האט א רעכט אפצופרעגען דער מהרשש"ך.
בערך אזוי גייט די מעשה.
אזעלכע מעשיות דערציילט מען נישט בערך דא האסט די ווי אזוי אן אייניקעל דעם כתב סופר'ס זון דערציילט דאס אין
חוט המשולש......וכאשר בא הסדר על הבחור משה הקטן ובהתאספם השומעים וביניהם גס מחכמי העיר תוך הדברים אשר דרש דרש משה הזכיר קושי׳ א׳ חמורה משמי׳ דזקינו הגאון מהרשש״ך ובהתפלאו השומעי׳ על חומר הקושי׳ אמר הוא שבמח״כ זקינו טעה בזה ולא קשה כלל ובשמעו אביו דבר זה יוצא מ פי בנו חרה אפו והכהו ע ל הלחי איך העיז נגד זקינו שהי' גאון גדול ומופת דורו לאמר עליו שטעה והנער נתבייש והחביא א״ע אל הכלים ובבואו התלמידים לפני רבם ושאלם את אשר דרש משה והנה שמע מאשר עשה לו אביו ואת אשר קרהו אז ציוה עליו רבו שלא ידבר עם אביו עוד כי חושש הוא שאם עוד ייסר אותו אביו שיתקרר חשקת למורו עי״ז והוא את פי מלך שמר ושפתי כהן ישמרו דעת ובא אל אמו וסיפר לה את אשר ציוה עליו רבו ואביו התסיד כאשר שמע מאמר זה אשר מפורש יצא מפי כהן הגדול שמר א תהדבר וקבלו באהבה ובנו כבדו במחויב אבל לא דיבר אתו מאומה מהיום והלאה, ואז לקחו רבו לביתו מ פתו אכל ממימיו שתה והי׳ בן ביתו ממש ועזב את אביו ואמו ודבק ברבו בדביקות גדול
דעם טאטע'ס קפידה איז ניט געווען אויף דעם פרעגען א קושיא אויף דעם זיידען
נור דעם במח"כ וכ'
ווי זעסט די אז מרנ"א האט דאס בארעכטיגט
דער חתם סופר איז געבליבען אין פראנקפורט ביי זיין רבי
ביז מרנ"א איז געווארען אין באסקאוויץ 3 יאר נאך דעם טאטענ"ס פטירה
אין דער חת"ס איז אים גאך געלאפען צופיס
חוט המשולש עמוד ה:
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 01, 2014 9:29 pm
דורך אפטימיסט
אז עס זענען דא ליטווישע חסידים, א שטייגער ווי סטאלין, סלאנים, קארלין
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 01, 2014 10:19 pm
דורך סמארט גאי
אפטימיסט האט געשריבן:אז עס זענען דא ליטווישע חסידים, א שטייגער ווי סטאלין, סלאנים, קארלין
איז ער א חסיד אנגעטוהן אביסל מאדערן
ביסטו זיכער אז ער איז א ליטווישער דייקא. ?
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 01, 2014 10:21 pm
דורך אפטימיסט
געליינט אין אן אלטער ברוך און בערל. סימפל, די חסידות באוועגונג איז אויך אנגעקומען אין די ליטא, עס האט זיך נאר נישט פארשפרייט.
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 03, 2014 12:06 am
דורך משה עסקן
אבהג"ג פון דעם אשכול...
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 03, 2014 12:20 am
דורך גערעכטער
אז ס'נאך נישט דא אזא אשכול 'נייעס און קרישקלעך פון באראפארק'..