בלאט 4 פון 39

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 16, 2008 5:01 pm
דורך אנדי פעטיט
איך בין היינט געוואויר געווארען אז רוב עולם האט זיך געלערענט טייפען אידיש מיט די פראגראפ וואס דע פאקט האט היינט ארויף געלייגט.

http://www.yiddishworld.com/forum/viewtop ... ght=#80449

ווי אזוי ווייס איך?

ווייל איך האב געוואלט נעמען די ערשטע שיעור און זיי האבן מיר געהייסען אריין טייפען א פראזע וואס ווערט גענוצט עט ליסט זיבעצען טויזענט מאל א טאג אין די קרעטשמע.

גיבט א קוק.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 16, 2008 5:44 pm
דורך איך_הער
אנדי, חחחחחחחחחחחחחחחחחחכככככככככככככ.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 16, 2008 6:02 pm
דורך יאנאש
אאאאאאאנננננננננננדדדדדדדדדדייייייייייי!!!!!!!!!!!!!!!!!!! (זארעך אינישטא, סאו מען מעג שרייבן לאנגע ווערטער......)

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 16, 2008 6:02 pm
דורך דארפסמאן
כאכאכאכאכאכאכאכא

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 16, 2008 10:51 pm
דורך קרעמער
אנדי; שוין איינמאל א גוטס!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 17, 2008 5:50 pm
דורך abimlaibt
אנדי כאב געפערליך גע כאכאכט

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 18, 2008 5:03 am
דורך סאכדעס
אוי ביסטו גוט, כאב אזאנס אויסגעשאסן.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 20, 2008 12:24 am
דורך מאשקע
חכחכחחחכחחככ חכחכחכחכחכככככ חחכחכחחחכחכחככככ חחחחחחחחח

יא אנדי, ס'ארבעט!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 24, 2008 11:40 pm
דורך קאניאק
איך בין היינט געוואר געווארן אז עס דא אזא אשכול

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 27, 2008 4:08 pm
דורך אנדי פעטיט
איך בין היינט געוואויר געווארען אז אסאך פון די שאלות וואס מענטשען האבן איבער טעקניקעליטיס פון דער סייט ווערען פארענטפערט דא.

FAQ

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 27, 2008 4:32 pm
דורך אלעקסיי
איצט בין איך אויך געוואויר געווארען. שכוח אנדי

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 27, 2008 4:43 pm
דורך מאשקע
און איך בין געוואויר געווארן אז ס'איז געווען מענטשן וואס האבן דאס נישט געוואוסט ביז היינט.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 27, 2008 4:54 pm
דורך דארפסמאן
איך בין היינט געוואר געווארען אז מאשקע האט געטוישט זיין בילד (איך האב נישט ליב זיין נייע בילד)

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 19, 2008 3:14 pm
דורך אנדי פעטיט
איך בין היינט געוואר געווארן אז "קנא" איז נוטריקן ק'רעמער נ'ייעס א'גענטור.

ביז היינט האב איך געמיינ אז ס'מאכט, ק'רעטשמע נ'ייע א'גענטור.


איי וועט איר פרעגען פין ווי איך ווייס?

פון דא.
http://www.yiddishworld.com/forum/viewtop ... =2490#2490

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 19, 2008 5:26 pm
דורך קרעמער
מבינים זאגן אז ס'איז היינו הך...

----
איך בין נעכטן געוואויר געווארן - אונטער א האגל קללות און בושות נוראות - אז די מענער ביקור חולים מיט די פרויען ביקור חולים האבן נישט קיין שלום בית!

איך בין געפארן מיט די מענער ביקור חולים באס קיין מאנהעטען, און ווען די פושקע איז ארויפגעשיקט געווארן, האב איך אריינגעשטופט א גאנצן 5'ער, מיט די מחשבה אז דאס זאל קלעקן אויפן וועג צוריק, ווייניג האב איך געוואוסט אז דער וועג צוריק ווערט געפירט דורך די פרויען ביקור חולים, און יענער דרייווער האט מיר נישט געוואלט ארויפלאזן אן באצאלן פון פאראויס 3 דאלער, א זאך וואס איך האב נישט פארמאגט אויף מיר.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 20, 2008 2:13 pm
דורך אנדי פעטיט
קרעמער האט געשריבן:מבינים זאגן אז ס'איז היינו הך...

----
איך בין נעכטן געוואויר געווארן - אונטער א האגל קללות און בושות נוראות - אז די מענער ביקור חולים מיט די פרויען ביקור חולים האבן נישט קיין שלום בית!

איך בין געפארן מיט די מענער ביקור חולים באס קיין מאנהעטען, און ווען די פושקע איז ארויפגעשיקט געווארן, האב איך אריינגעשטופט א גאנצן 5'ער, מיט די מחשבה אז דאס זאל קלעקן אויפן וועג צוריק, ווייניג האב איך געוואוסט אז דער וועג צוריק ווערט געפירט דורך די פרויען ביקור חולים, און יענער דרייווער האט מיר נישט געוואלט ארויפלאזן אן באצאלן פון פאראויס 3 דאלער, א זאך וואס איך האב נישט פארמאגט אויף מיר.


נייעס איבערגעגעבן דורך קנ"א

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 20, 2008 6:09 pm
דורך abimlaibt
קרעמער זיי וויסען אז דיין גאנצע 8 טאלער איז געגאנגען פאר צדקה,
עס טוט מיר אויך וויי צו הערען דיינע נייעס,

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 20, 2008 8:31 pm
דורך קרעמער
דערווייל נאר 5.

העמיר זעהן ווען עס וועט אויסקומען צו באצאלן דעם חוב.

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 30, 2011 6:34 pm
דורך קרעמער
איך בין היינט געוואויר געווארן אז ביי "פארגעשריטענע זוכעניש" קען מען זעהן אונטן פונעם בלעטל די לעצטע 5 זאכן וואס מענטשן האבן געזוכט אויף אייוועלט

(איך האף אז יעדער קען דאס זעהן, און נישט נאר מנהלים)

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 30, 2011 6:35 pm
דורך קרעמער
איך בין היינט געוואויר געווארן אז אזא וויכטיגע און אינטערסאנטע אשכול ליגט שוין עטליכע יאר אין קעלער

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 30, 2011 6:50 pm
דורך למעלה משבעים
קרעמער האט געשריבן:איך בין היינט געוואויר געווארן אז ביי "פארגעשריטענע זוכעניש" קען מען זעהן אונטן פונעם בלעטל די לעצטע 5 זאכן וואס מענטשן האבן געזוכט אויף אייוועלט

(איך האף אז יעדער קען דאס זעהן, און נישט נאר מנהלים)


איך קען דאס נישט זען.

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 30, 2011 6:51 pm
דורך קרעמער
אוי וויי. איך האב נישט געוואלט נייגעריג מאכן דעם עולם...

אגב, איינער האט יעצט געזוכט דארט "קרעמער קענסט דאס זען"...

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 30, 2011 6:57 pm
דורך שנאפס
קרעמער האט געשריבן:איך בין היינט געוואויר געווארן אז אזא וויכטיגע און אינטערסאנטע אשכול ליגט שוין עטליכע יאר אין קעלער

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 30, 2011 7:02 pm
דורך למעלה משבעים
חחח, קרעמער איך בין דאס געווען.....

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 30, 2011 7:03 pm
דורך שנאפס
און צו האבן די פארגעשריטענע זוכעניש דארף מען זיין א אלטע מעמבער? איך זעה נישט אזא אפציע