Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מיטוואך מאי 02, 2012 11:14 am

איך ווייס נישט ווי די רש"י איז, היות קרעמער האט נישט ציגעצייכנט קיין מראה מקום.
אבער אולי איז די כוונה אין רש"י לאכול חלבה, נאכ'ן מאכן דערפון קעז. (פאר ווער עס ווייסט נישט, קעז מאכט מען פון מילך).

Advertisement

מיטוואך מאי 02, 2012 1:19 pm

קרעמער האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:איך בין [די וואך] געוואויר געווארן אז מילך הייסט א 'סאליד' עסן.

מעשה שהיה אז א נאנטער משפחה מיטגליד האט געדארפט דורכגיין אן אפעראציע, און כמנהג הרופאים האט מען באקומען א צעטל מיט אנווייזונגען וויאזוי זיך צוצוגרייטן דערצו, אריינגערעכנט אז פון 8 שעה בעפאר זאל מען נישט עסן גארנישט, און פון 2 שעה בעפאר זאל מען גארנישט טרונקן.

יענער איז אויפגעשטאנען 6 אזייגער און רואיג געטרונקן א קאווע, ווייל די אפעראציע איז געווען באשטימט אויף 8:30. אבער אנקומענדיג אין שפיטאל האבן זיי געמאכט א חקירה ודרישה אויב מען האט זיי אויסגעפאלגט, און הערנדיג אז מען האט געטרונקן א מילכיגע קאווע, האבן זיי אפגעשטופט דעם אפעראציע אויף נאך 2 אזייגער, כדי עס זאל שוין האבן אדורכגעגאנגען 8 שעה צווישן די קאווע און די איינשלעף גאזן.

שפעטער האב איך איבערגעקוקט די צעטלעך מיט אביסל מער התבוננות און באמערקט אז מילך שטייט קלאר אויסגערעכנט צווישן די עסנס.

למעשה האט מען זיך אויפגעהויבן און געכאפט א טעקסי אהיים, קומט אויס אז דער גלעזל קאווע האט געקאסט ארום 40 דאלער! [33 דאלער די טעקסי, און 6.75 די באן פאר 3 מענטשן אויפן וועג צוריק].

גם זו לטובה!

ליכא מידי דלא רמיזא באורייתא. לערנענדיג מיין ביינאכט שיעור, באמערקט איך א רש"י וואס זאגט אז מילך "עסט" מען! (זעה כתובות ע"ט ע"ב "עז לחלבה", טייטשט רש"י "לאכול חלבה"...).

און דער אויפן בוידעם טענה'ט אז איך האב נישט געשריבן דעם מראה מקום.

מיטוואך מאי 02, 2012 1:25 pm

ועדיין יתכן לומר כמוש כתבתי לעיל בדוחק

האמנם שהפשטות כדבריך וצ"ל אז מילעך איז אוך א רפואה

מיטוואך מאי 02, 2012 1:53 pm

אנטשולדיגט וואס איך שטעק אריין מיין קאפ דא אין א וויכוח וואס גהערט נישט צו מיר.
העיקר, און ווי אזוי וועט איר טייטשען ואכלת את שלל אויביך, און ונתאכלו המעות, עס
איז נישט משורש כלה עס קומט משורש אכל.

מיטוואך מאי 02, 2012 9:17 pm

אפשר יוגערט.

מיטוואך מאי 02, 2012 10:35 pm

איך בין היינט געוואויר געווארן אז חלב טייטשט סמייטע מיט קעז מיט יוגארט, אבי נישט דער טרוקענער איבערטייטש פון וואס קרעמער וועט זיין צופרידן :x

מיטוואך מאי 02, 2012 10:38 pm

ויקח חמאה וחלב, דאס איז צוויי אנדערע פראדוקטען, אויב עס וואלט געוועהן א כפל הלשון וואלט שוין געוועהן א דרש אויף דעם.

דאנערשטאג מאי 03, 2012 5:10 am

ס'שטייט חלבה, נישט חלב, שטימט? דאס איז וואס באדערט מיר.

דאנערשטאג מאי 03, 2012 5:58 am

חלבה = איר מילך

עס וואונדערט מיר ווי מען גייט דא מיטן קאפ אין וואנט אריין על לא דבר

דאנערשטאג מאי 03, 2012 7:19 am

פשוט אומפארגינערישקייט, אדער קנאת סופרים.

דאנערשטאג מאי 03, 2012 10:47 am

דער עולם האט נאך קיינמאל 'געגעסן' טשיריאוס מיט מילך? אדער גריז מיט מילך?

דאנערשטאג מאי 03, 2012 10:51 am

ווינקל האט געשריבן:דער עולם האט נאך קיינמאל 'געגעסן' טשיריאוס מיט מילך? אדער גריז מיט מילך?

דו רעדסט מיט א תפל, אויך אן א תפל איז שייך ביי מילך די לשון אוכל.

דאנערשטאג מאי 03, 2012 10:52 am

ריכטיג! נאר אז מען ווערט אזוי ווילד אויפן עסן מילך, זאג איך אז מען עסט מילך בפועל אויך.

פרייטאג מאי 04, 2012 6:25 am

דעם ליל ששי בין איך געוואויר געווארן אז לא אלמן ישראל, דאס בית המדרש איז פול מיט אידישע קינדער וואס זיצן און לערנען ביז די קליינע נאכט שעות מיט א געשמאק און א חשק!

פרייטאג מאי 04, 2012 1:51 pm

ווי אויך צענדליגער שיעורים אין אלע מקצועות

ב"ה..

מיטוואך מאי 16, 2012 12:49 pm

אז אויף איין בלאט גייט ארויף 25 תגובות

מיטוואך מאי 16, 2012 3:41 pm

אז מען האט אראפגענימען די הכשר פון אלד ווילי קאפע

מיטוואך מאי 16, 2012 3:48 pm

עס איז דא אזא זאך ווי אלד וויל קאפעי

מיטוואך מאי 16, 2012 4:08 pm

בלעקבערי פען האט געשריבן:אז מען האט אראפגענימען די הכשר פון אלד ווילי קאפע

דאס איז די סיבה

דאנערשטאג מאי 17, 2012 4:51 pm

שרעקעדיג!!!!!!!!!

דאנערשטאג מאי 17, 2012 7:32 pm

קרעמער האט געשריבן:דעם ליל ששי בין איך געוואויר געווארן אז לא אלמן ישראל, דאס בית המדרש איז פול מיט אידישע קינדער וואס זיצן און לערנען ביז די קליינע נאכט שעות מיט א געשמאק און א חשק!


ווער ווייסט וואס קרעמער וועט געוואויר ווערן דעם ליל שישי?

פרייטאג מאי 18, 2012 11:13 am

און ווילי קען נישט פארקען אויף א פרייטאג

(אויב איינער זעהט א פארקינק ביטע לאזט מיר וויסען

א שייהנעם דאנק

זונטאג מאי 20, 2012 9:31 am

ווי האב איך נאר געהערט פון עמיצען, "ווי ס'איז שוין יא געבליבן א ליידיגע פארקינג ספאט, האט די סיטי אראפ געשטעלט א פאמפ..."

מאנטאג מאי 21, 2012 1:38 pm

אז די גוגעל טאלק אשכול איז אויסגעמעקט געווארען

מאנטאג מאי 21, 2012 1:42 pm

משנה מקום האט געשריבן:אז די גוגעל טאלק אשכול איז אויסגעמעקט געווארען

איך האב עס באמערקט יענע וואך, יענע אימעיל אדרעסן זענען געגאנגען פובליק און ס'האט אנגעפאנגען צו פליסן מארקעטינג אימעילס, דאס איז לכאורה די סיבה פארן אראפנעמען
שרייב א תגובה

Advertisement