Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

פרייטאג אפריל 27, 2012 1:27 am

איך האב היינט געהאט א אינטערעסאנטע מעשה
איך בין געווען אין א גרויסע ספלייס סטאר היבש ווייט פון פון א יודישע געגענד וואס ווערט געפירט פון א משפחה גוים וואס קומען פון קאריע פארשטייט זיך אז זיי רעדן א גאנצע צייט קאריען צווישן זיך קוים וואס זיי ברעכן זיך דער ציין אויף א ווארט ענגליש
בקיצר המעשה איך פרעג איינע פון די חברה דארט וואס האט יא גערעד גאנץ א פיינעם ענגליש וואס עפעס א ווארט מיינט ענפערט ער מיר דאס מיינט אימה און ער הייבט אן געמיטלך צי פארברענגען מיט מיר אויף עברית נישט מער אין נישט ווייניגער א קאריאנער שייגאץ האט זיך געלערנט עברית דשאסט פאר די פאן.
גיי ווייס וויפול מענטשען וואס די רעדס פאר זיי און די האסט נישט קיין אנונג אז ער פארשייט וואס די רעדטס!

Advertisement

פרייטאג אפריל 27, 2012 1:31 am

איך בין פריער געווען אין בוטשער, הער איך א אידל בעט דעם גוי "אונא טשאלענטע" (איין טשולענט) פרעגט דער גוי "גרויס אר קליין?"...

עולם הפוך ראיתי.

פרייטאג אפריל 27, 2012 3:17 pm

איך בין [די וואך] געוואויר געווארן אז מילך הייסט א 'סאליד' עסן.

מעשה שהיה אז א נאנטער משפחה מיטגליד האט געדארפט דורכגיין אן אפעראציע, און כמנהג הרופאים האט מען באקומען א צעטל מיט אנווייזונגען וויאזוי זיך צוצוגרייטן דערצו, אריינגערעכנט אז פון 8 שעה בעפאר זאל מען נישט עסן גארנישט, און פון 2 שעה בעפאר זאל מען גארנישט טרונקן.

יענער איז אויפגעשטאנען 6 אזייגער און רואיג געטרונקן א קאווע, ווייל די אפעראציע איז געווען באשטימט אויף 8:30. אבער אנקומענדיג אין שפיטאל האבן זיי געמאכט א חקירה ודרישה אויב מען האט זיי אויסגעפאלגט, און הערנדיג אז מען האט געטרונקן א מילכיגע קאווע, האבן זיי אפגעשטופט דעם אפעראציע אויף נאך 2 אזייגער, כדי עס זאל שוין האבן אדורכגעגאנגען 8 שעה צווישן די קאווע און די איינשלעף גאזן.

שפעטער האב איך איבערגעקוקט די צעטלעך מיט אביסל מער התבוננות און באמערקט אז מילך שטייט קלאר אויסגערעכנט צווישן די עסנס.

למעשה האט מען זיך אויפגעהויבן און געכאפט א טעקסי אהיים, קומט אויס אז דער גלעזל קאווע האט געקאסט ארום 40 דאלער! [33 דאלער די טעקסי, און 6.75 די באן פאר 3 מענטשן אויפן וועג צוריק].

גם זו לטובה!

פרייטאג אפריל 27, 2012 5:16 pm

אז דזשעקאפ 50 רעדט עברית.

וכדי שלא יאמרו מדשתקי רבנן ש"מ דניחא להו, רוף איך אויס דא בקול רם : איך בין מוחה, די טמא'נע שפראך איז נישט געמאכט פאר א איד צו רעדן !

שבת אפריל 28, 2012 8:41 pm

בוידעם האט געשריבן:אז דזשעקאפ 50 רעדט עברית.

וכדי שלא יאמרו מדשתקי רבנן ש"מ דניחא להו, רוף איך אויס דא בקול רם : איך בין מוחה, די טמא'נע שפראך איז נישט געמאכט פאר א איד צו רעדן !

viewtopic.php?f=1&t=1199
עיין שם בסעיף א'

שבת אפריל 28, 2012 8:46 pm

איך בין היינט געוואויר געווארן וויאזוי צו שרייבן א תגובה. (יא יא... איך ווייס סאיז אביסל מאדנע, אבער...)

שבת אפריל 28, 2012 10:03 pm

משנה מקום האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:אז דזשעקאפ 50 רעדט עברית.

וכדי שלא יאמרו מדשתקי רבנן ש"מ דניחא להו, רוף איך אויס דא בקול רם : איך בין מוחה, די טמא'נע שפראך איז נישט געמאכט פאר א איד צו רעדן !

viewtopic.php?f=1&t=1199
עיין שם בסעיף א'


לכאורה האבען זיי נישט געמיינט דאס !

אגב, איך בין היינט געוואויר געווארען אז : ס'איז דא תקנות !!!!

שבת אפריל 28, 2012 10:10 pm

לאדיךארויס האט געשריבן:איך בין היינט געוואויר געווארן וויאזוי צו שרייבן א תגובה. (יא יא... איך ווייס סאיז אביסל מאדנע, אבער...)


שלום. ווען היינט? אינמיטן ממקומך?

שבת אפריל 28, 2012 10:11 pm

אז די טייטש פון מחאה איז רויטליך.

שבת אפריל 28, 2012 10:14 pm

בוידעם האט געשריבן:אז דזשעקאפ 50 רעדט עברית. וכדי שלא יאמרו מדשתקי רבנן ש"מ דניחא להו, רוף איך אויס דא בקול רם : איך בין מוחה, די טמא'נע שפראך איז נישט געמאכט פאר א איד צו רעדן !

איך האב געהערט אמאל אז סאטמער רב זצ״ל האט נישט געאסערט צו רעדען עברית נאר צו זיך לערנען (אפשר קען איינער אראפ ברענגען די מקור) אויב אזוי וואס איז די גרויסע מחאה???

שבת אפריל 28, 2012 10:16 pm

אפשר דארף מען נישט פארחזר'ן יעדע אשכול?

שבת אפריל 28, 2012 10:19 pm

און וואס נישט האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:אז דזשעקאפ 50 רעדט עברית. וכדי שלא יאמרו מדשתקי רבנן ש"מ דניחא להו, רוף איך אויס דא בקול רם : איך בין מוחה, די טמא'נע שפראך איז נישט געמאכט פאר א איד צו רעדן !

איך האב געהערט אמאל אז סאטמער רב זצ״ל האט נישט געאסערט צו רעדען עברית נאר צו זיך לערנען (אפשר קען איינער אראפ ברענגען די מקור) אויב אזוי וואס איז די גרויסע מחאה???


עיי' בחידו"ת להחזקת המסודות פ' נשא. דארט רעדט ער פון זיך לערנען עברית, ווי ער זאגט אז עס איז ארגער זיך צו לערנען עברית, ווי זיך צו ביקען צום צלם. אבער בעצם רעדן א טמא'נע שפראך שבדו המינים ואפיקורסים איז נישט געאייגנט פאר איד מזרע אברהם יצחק ויעקב.
-------
געלעגער, נישט אלעס איז חזריי.

שבת אפריל 28, 2012 10:26 pm

ווענדט זיך וואו דער חמר שטייט איין

שבת אפריל 28, 2012 10:40 pm

... בוידעם פארפירט אומזיסט

--------
בוידעם דא דרייען זיך געניג מעמבערס וואס קענען (און רעדן) דעם שפראך, אז דו האסט א פראבלעם דערמיט קענסטו זיי שיקן אין אישית.

זונטאג אפריל 29, 2012 2:54 am

leiby האט געשריבן:... בוידעם פארפירט אומזיסט

--------
בוידעם דא דרייען זיך געניג מעמבערס וואס קענען (און רעדן) דעם שפראך, אז דו האסט א פראבלעם דערמיט קענסטו זיי שיקן אין אישית.

ר' לייבל איז גערעכט..

זונטאג אפריל 29, 2012 9:33 am

leiby האט געשריבן:... בוידעם פארפירט אומזיסט

--------
בוידעם דא דרייען זיך געניג מעמבערס וואס קענען (און רעדן) דעם שפראך, אז דו האסט א פראבלעם דערמיט קענסטו זיי שיקן אין אישית.


בוידעם פאפירט נישט. סך הכל האט ער מוחה געווען אין פאבליק, אויף א זאך וואס איינער האט געשריבען אין פאבליק. אין די גאנצע געמאכאכטס דא איז איבריג.

זונטאג אפריל 29, 2012 12:21 pm

אז ב. ד. וו. איז ח. א. וו. סעס ברודער, איך קען שוין די מענטשן וויייסעך ווילאנג, און דאס קיינמאל געוויסט, יא אלעס האט א ערשטע מאל

זונטאג אפריל 29, 2012 7:37 pm

איך הייב אן ערענטס צי קלערן צי דער כניעזר גוי איז אפשר גאר געווען....

דינסטאג מאי 01, 2012 9:38 pm

...אז ס'איז דא א קאמפאני וואס (מסתמא) פאר אפאר גרייצער וועלן זיי ארויסשלעפן אייערע גארבידזש קאנעס צו די גאדער פאר די גארבידזש טראק קומט, און עס צוריקלייגן דערנאך.

דינסטאג מאי 01, 2012 11:40 pm

קרעמער האט געשריבן:איך בין [די וואך] געוואויר געווארן אז מילך הייסט א 'סאליד' עסן.

מעשה שהיה אז א נאנטער משפחה מיטגליד האט געדארפט דורכגיין אן אפעראציע, און כמנהג הרופאים האט מען באקומען א צעטל מיט אנווייזונגען וויאזוי זיך צוצוגרייטן דערצו, אריינגערעכנט אז פון 8 שעה בעפאר זאל מען נישט עסן גארנישט, און פון 2 שעה בעפאר זאל מען גארנישט טרונקן.

יענער איז אויפגעשטאנען 6 אזייגער און רואיג געטרונקן א קאווע, ווייל די אפעראציע איז געווען באשטימט אויף 8:30. אבער אנקומענדיג אין שפיטאל האבן זיי געמאכט א חקירה ודרישה אויב מען האט זיי אויסגעפאלגט, און הערנדיג אז מען האט געטרונקן א מילכיגע קאווע, האבן זיי אפגעשטופט דעם אפעראציע אויף נאך 2 אזייגער, כדי עס זאל שוין האבן אדורכגעגאנגען 8 שעה צווישן די קאווע און די איינשלעף גאזן.

שפעטער האב איך איבערגעקוקט די צעטלעך מיט אביסל מער התבוננות און באמערקט אז מילך שטייט קלאר אויסגערעכנט צווישן די עסנס.

למעשה האט מען זיך אויפגעהויבן און געכאפט א טעקסי אהיים, קומט אויס אז דער גלעזל קאווע האט געקאסט ארום 40 דאלער! [33 דאלער די טעקסי, און 6.75 די באן פאר 3 מענטשן אויפן וועג צוריק].

גם זו לטובה!

ליכא מידי דלא רמיזא באורייתא. לערנענדיג מיין ביינאכט שיעור, באמערקט איך א רש"י וואס זאגט אז מילך "עסט" מען! (זעה כתובות ע"ט ע"ב "עז לחלבה", טייטשט רש"י "לאכול חלבה"...).

מיטוואך מאי 02, 2012 2:49 am

קרעמער האט געשריבן:למעשה האט מען זיך אויפגעהויבן און געכאפט א טעקסי אהיים, קומט אויס אז דער גלעזל קאווע האט געקאסט ארום 40 דאלער! [33 דאלער די טעקסי, און 6.75 די באן פאר 3 מענטשן אויפן וועג צוריק].


הדא היא דכתיב א שטורם אין א גלעזל מילך/קאװע!

מיטוואך מאי 02, 2012 8:16 am

יתכן מאוד דכוונת רש"י הוא לפיטער

מיטוואך מאי 02, 2012 10:39 am

הרב ט"ב, רש"י ידע שפוטער נקרא חמאה, כי כבר נכתב בפ' וירא חמאה וחלב.

מיטוואך מאי 02, 2012 10:43 am

וכבר ידוע השקו"ט אם חמאה הוא סמייטע או פוטער

מיטוואך מאי 02, 2012 11:06 am

אבער חלב איז דאך זיכער מילך.
שרייב א תגובה

Advertisement