בלאט 62 פון 64

געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2019 11:58 pm
דורך שפיגליצקי
נישט פשוט האט געשריבן:אויף די קעפעל שטייט אהדנגז"א, איך וויל אבער שרייבן, איך בין היינט געווער געווארן פארוואס אדער וואס.. ממילא העל איך שרייבן, צום האלבן קעפעל

די פשט פון די עפל פירמע'ס נאמען, און די דיזיין מיטן ביס אריין.

און וואס איז פשט פון בלעקבערי ווייסטו שוין יא? און דארט זעט מען שוין גארנישט קיין ביס טראץ וואס זיי האבן בשעתם אויך אן ערנסטן ביס געגעבן ביי כלל ישראל.

און וואס איז פשט פון 'איך גיי באנאנעס' ווייסטו שוין יא?... אדער איך גיי ניסלעך..

געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2019 12:20 am
דורך פּשוט און פּראָסט
שפיגליצקי האט געשריבן:אהה, יעצט זע איך אז דו ביסט דער בעל המימרא אויף וועם כ'האב מיר באצויגן.

קום איך דא מיט א גילוי דעת אז מיין תגובה איז געווען בדרך צחות נאכדעם וואס כ'האב געזען דיין באמערקונג אז מ'זאל נישט שיקן קיין טיפס פון $200 מיט קינדער, פון וואו האסטו געזען א אינגל וואס טראגט אזא טיפ? מוז זיין אז דו ביסט זיין מלמד.

שטימט שוין?


אקעי, האו אבאוט כ׳האב געשיקט א טיפ מיט מײן יונגל און ער האט עס פארלױרן?? אױב בין איך דער מלמד העט איך גיװען נישט געװיסט פון די גאנצע מעשה.. װײל ער האטעכעס פאלױרן..

כ׳האב פארשטאנען אז דו גײסט ארױף אױף לדעתי װאס האט געשריבן
לדעתי האט געשריבן:צ/ק
אז אידן שיקן 200$ טיפס פאר מלמדים לכבוד שבועות.
כה לחי'

און דו האסט נישט געקוקט אױף װאס ער גײט ארױף...

עניװעיז כ׳מײן סיז ענדערשט זיך צו פארטיפן אין א שטיקל תוספת.. װאס זאגסטו?

געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2019 1:00 am
דורך קלאָצקאָפּ
איך פארשטיי נישט ווי שפיגליצקי האט געקענט לערנען פשט אז פשוט וכו' איז דער מלמד. אויב האט ער ווירקליך באקומען דעם טיפ, דעמאלטס איז ער נישט "היינט געוואויר געווארן" אז מ'שיקט נישט אזעלכע גרויסע טיפס מיט א זעקס יעריג אינגל. ער וואלט עס העכסטנס געקענט שרייבן אין דעם אשכול, אלס א באמערקונג פאר'ן פאטער. אבער דאס אז ער האט עס געשריבן אין דעם אשכול, צייגט אז דאס איז עפעס וואס ער איז היינט (כ'מיין נישט ממש היינט, כ'רעד פון דעם טאג וואס ער האט עס געשריבן) געוואויר געווארן, וואס דאס מיינט לכאורה דורכדעם וואס דער טיפ איז פארלוירן געווארן. אויב אזוי קען ער נישט זיין דער מלמד וואס האט עס באקומען, ווייל אויב ס'איז פארלוירן געווארן האט דאך דער מלמד בכלל נישט געוואוסט פונעם טיפ צו זאגן, אלא מאי מוז זיין אז מ'רעדט דא פונעם טאטן וואס האט געשיקט א טיפ מיט זיין זעקס יעריג אינגל.

---------
נאכ'ן ענדיגן שרייבן, זע איך אז דער בעל העובדא זעלבסט האט דאס שוין מסביר געווען... נו שוין..
פּשוט און פּראָסט האט געשריבן:אױב בין איך דער מלמד העט איך גיװען נישט געװיסט פון די גאנצע מעשה.. װײל ער האטעכעס פאלױרן..

געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2019 11:11 am
דורך שפיגליצקי
ודקארי לה מאי קארי לה מיטן גראבן פינגער..., שוין, איך זעה אז שיעור עיון קען איך נישט לערנען, אויף דעם געב איך שוין אויף.

געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2019 12:24 pm
דורך א נייער
שפיגליצקי האט געשריבן:ודקארי לה מאי קארי לה מיטן גראבן פינגער..., שוין, איך זעה אז שיעור עיון קען איך נישט לערנען, אויף דעם געב איך שוין אויף.

גוט מארגן, פארוואס האסטו זיך אנגעהויבן מיט קלאצקאפ?

געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2019 4:26 pm
דורך אדער יא
:grin:

געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2019 4:33 pm
דורך קו הישר
שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
נישט פשוט האט געשריבן:אויף די קעפעל שטייט אהדנגז"א, איך וויל אבער שרייבן, איך בין היינט געווער געווארן פארוואס אדער וואס.. ממילא העל איך שרייבן, צום האלבן קעפעל

די פשט פון די עפל פירמע'ס נאמען, און די דיזיין מיטן ביס אריין.

האבעך אמאל געהערט א פשט אזוי. שטייט דאך ״נמשלו כלל ישראל לתפוח״ און די קאמפעני ׳עפל׳ מיט אירע כלים האט געגעבן אן ערנסטע ביס אריין אין כלל ישראל.


נאך א פשט האט געזאגט די בעל דרשן ביים אינטערנעט סאמעטוכע: לויט געוויסע איז די עץ הדעת געווען אן עפל בוים. דאס קומט די סימבעל ווייזן אז די כלים האבן א דירעקט שייכות מיטן ארייינגעביסענעם עפל - מיטן חטא עץ הדעת. והמבין יבין
UPDATE: זעה ווייטער פון ר' גרשון אז דאס האט ניט קיין אידישע מקור. ונכון הוא

געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2019 4:38 pm
דורך נישט פשוט
שפיגליצקי האט געשריבן:
נישט פשוט האט געשריבן:אויף די קעפעל שטייט אהדנגז"א, איך וויל אבער שרייבן, איך בין היינט געווער געווארן פארוואס אדער וואס.. ממילא העל איך שרייבן, צום האלבן קעפעלי

די פשט פון די עפל פירמע'ס נאמען, און די דיזיין מיטן ביס אריין.

און וואס איז פשט פון בלעקבערי ווייסטו שוין יא? און דארט זעט מען שוין גארנישט קיין ביס טראץ וואס זיי האבן בשעתם אויך אן ערנסטן ביס געגעבן ביי כלל ישראל.

און וואס איז פשט פון 'איך גיי באנאנעס' ווייסטו שוין יא?... אדער איך גיי ניסלעך..


גראדע איז די בייס אריין: פשט פון א ביט BIT, וואס אין די קאמפיטער וועלט גייט אלעס מיט ביטס.

זעצעך אויס אז די בלעק, האט נישט געהאט אזא גיטע בייס אריין.

און גייען באנעס און ניסלעך אז פשוט ורוק וטישטך.

געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2019 9:24 am
דורך קיקיון
מורישקעס האבען נישט ליב דעם גערוך פון צימערינג
עס זענען געוועען צווי פעקלעך קיכעלעך איינס מיט טשאקאלאד און איינס מיט צימעריג
די טשאקטלאד איז געווען פול
און איו די צימערנינג איז נישט געווען קיין איינס

געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2019 9:36 am
דורך nmi
קיקיון האט געשריבן:מורישקעס האבען נישט ליב דעם גערוך פון צימערינג
עס זענען געוועען צווי פעקלעך קיכעלעך איינס מיט טשאקאלאד און איינס מיט צימעריג
די טשאקטלאד איז געווען פול
און איו די צימערנינג איז נישט געווען קיין איינס

מיינע חברה ווען זיי האבן ביידע אפשענס גייען זיי אויך ענדישער צט די טשאקלעד אווי צו די סינימען.

געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2019 3:56 pm
דורך קו הישר
קיקיון האט געשריבן:מורישקעס האבען נישט ליב דעם גערוך פון צימערינג
עס זענען געוועען צווי פעקלעך קיכעלעך איינס מיט טשאקאלאד און איינס מיט צימעריג
די טשאקטלאד איז געווען פול
און איו די צימערנינג איז נישט געווען קיין איינס

עס איז שוין פינלאנג אן אפציעלען מהלך וויזוי איך ספראווע מיר מיט די מאריטשעקעס.
גענומען פין וויקי-האו. How to Get Rid of Ants with Cinnamon

געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2019 4:14 pm
דורך קיקיון
דער פראדוקט איז מוראדיג זיי ווערען אין א פאר מינוט און מען זעהט זיי נישט מער
זוגתי שתחי'האט דאס באקומען פון ידידה אין מאנטריא'
Untitled.jpg
Untitled.jpg (86.98 KiB) געזעהן 1139 מאל

דאהי קען מען עש נור באקומען און SPRAY נעך נישט פראבירט

געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2019 4:55 pm
דורך פאראינטערסירט
קיקיון האט געשריבן:דער פראדוקט איז מוראדיג זיי ווערען אין א פאר מינוט און מען זעהט זיי נישט מער
זוגתי שתחי'האט דאס באקומען פון ידידה אין מאנטריא'
בילד
דאהי קען מען עס נור באקומען און SPRAY נאך נישט פראבירט


אויף עמעזאן קען מען עס קויפן.
https://www.amazon.com/Garden-Liquid-Ki ... B074SW7L5J

געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2019 4:58 pm
דורך קיקיון
פאראינטערסירט האט געשריבן:אדער אויף עמעזאן.
https://www.amazon.com/Garden-Liquid-Ki ... B074SW7L5J

קוק אויבען רעכטס
Currently unavailable.
We don't know when or if this item will be back in stock.

געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2019 5:01 pm
דורך פאראינטערסירט
קיקיון האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:אדער אויף עמעזאן.
https://www.amazon.com/Garden-Liquid-Ki ... B074SW7L5J

קוק אויבען רעכטס
Currently unavailable.
We don't know when or if this item will be back in stock.

ריכטיג, נישט באמערקט :oops:

אינאיינוועגס, א גרויסע מזל טוב לכבוד דאס געבורט פון אייער אור-אייניקל.

געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2019 5:10 pm
דורך טשאדעלע באדעלע
כ׳מיין אז אלע לאקאלע גראסערייען פארקויפן עס.

[קוק נאר. ווילאנג זיי האבן אים נישט אויפגעגעסן די טשאקאלעד קיכן זענען די מורידזשקעס נישט געווען קיין שטער.]

געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2019 5:12 pm
דורך קו הישר
פאראינטערסירט האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:

אינאיינוועגס, א גרויסע מזל טוב לכבוד דאס געבורט פון אייער אור-אייניקל.

קוקט אויס איך בין שוין אריינגעקומען נאכן גילו, ווייסעך נישט וואסארא מזל טוב דאס איז. מזל טוב!

געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2019 5:14 pm
דורך פאראינטערסירט
קו הישר האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:

אינאיינוועגס, א גרויסע מזל טוב לכבוד דאס געבורט פון אייער אור-אייניקל.

קוקט אויס איך בין שוין אריינגעקומען נאכן גילו, ווייסעך נישט וואסארא מזל טוב דאס איז. מזל טוב!

האלד איט... האסט גארנישט פארפאסט! ס'גארנישט קיין גילוי... :roll:
viewtopic.php?p=1960693#p1960693

געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2019 5:24 pm
דורך דממה דקה
קיקיון האט געשריבן:דער פראדוקט איז מוראדיג זיי ווערען אין א פאר מינוט און מען זעהט זיי נישט מער
זוגתי שתחי'האט דאס באקומען פון ידידה אין מאנטריא'
Untitled.jpg

דאהי קען מען עש נור באקומען און SPRAY נעך נישט פראבירט


איך האב דאס געקויפט אין גראסערי און ארבעט וואונדערבאר

https://www.amazon.com/dp/B000BQT5IG

געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2019 8:08 pm
דורך גרשון
קו הישר האט געשריבן:
שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
נישט פשוט האט געשריבן:אויף די קעפעל שטייט אהדנגז"א, איך וויל אבער שרייבן, איך בין היינט געווער געווארן פארוואס אדער וואס.. ממילא העל איך שרייבן, צום האלבן קעפעל

די פשט פון די עפל פירמע'ס נאמען, און די דיזיין מיטן ביס אריין.

האבעך אמאל געהערט א פשט אזוי. שטייט דאך ״נמשלו כלל ישראל לתפוח״ און די קאמפעני ׳עפל׳ מיט אירע כלים האט געגעבן אן ערנסטע ביס אריין אין כלל ישראל.


נאך א פשט האט געזאגט די בעל דרשן ביים אינטערנעט סאמעטוכע: לויט געוויסע איז די עץ הדעת געווען אן עפל בוים. דאס קומט די סימבעל ווייזן אז די כלים האבן א דירעקט שייכות מיטן ארייינגעביסענעם עפל - מיטן חטא עץ הדעת. והמבין יבין

נע, דאס איז א קריסטליכע שיטה וועלכע שטאמט פון א טעות אינעם לאטיינישן בייבל. אין גמרא געפינען מיר דריי שיטות וואס דער עץ הדעת איז געווען: א וויינשטאק, א פייגן בוים, אדער ווייץ.

געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2019 10:29 pm
דורך קו הישר
גרשון האט געשריבן:נע, דאס איז א קריסטליכע שיטה וועלכע שטאמט פון א טעות אינעם לאטיינישן בייבל. אין גמרא געפינען מיר דריי שיטות וואס דער עץ הדעת איז געווען: א וויינשטאק, א פייגן בוים, אדער ווייץ.

גערעכט. פאראכטן.

געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2019 12:07 am
דורך Think and Thank
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:אבהגג״א..

אז עברי איז א פעלד. און אז ס׳איז אפילו פארהאן אזא זאך ווי מומחים.

א צעטעלע געפינען אין קאווע שטובל (נדוו״ס).
כ׳האב פונקט פאריגע וואך געזעהן אן עד אז א ת״ת זיכט דרינגענד א כיתה א׳ מלמד, זאל איך אנרופן אנטראגן דעם שידוך?


ליידער איז עברי א שווערע פעלד. איך האב געלערנט מיט א זיבעצן יעריגער בחור וואס קען נישט געהעריג קיין עברי!

געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2019 5:20 am
דורך nmi
צ/ק אז יאסעלע שוכמאכער איז נישט קיין שומר תורה ומצוות ר"ל. כ'האב אלץ געמיינט אז יא.

געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2019 8:57 am
דורך farshlufen
באזירט אויף?

געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2019 9:58 am
דורך דממה דקה
farshlufen האט געשריבן:באזירט אויף?

דאס לכאורה

viewtopic.php?p=1957127#p1957127