בלאט 5 פון 39

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 30, 2011 7:59 pm
דורך קרעמער
שנאפס האט געשריבן:און צו האבן די פארגעשריטענע זוכעניש דארף מען זיין א אלטע מעמבער? איך זעה נישט אזא אפציע

לינקס אויבן אונטער די "זוך" קעסטל, געפונט זיך ביי מיר די "פארגעשריטענע זוכעניש"

אויב דו האסט עס נישט, פרעג אן דערוועגן אין די ברוכים הבאים/הילפס אפטיילונג

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 30, 2011 8:00 pm
דורך ניק ניק
קאניאק האט געשריבן:איך בין היינט געוואר געווארן אז עס דא אזא אשכול

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 30, 2011 9:25 pm
דורך שנאפס
קרעמער האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:און צו האבן די פארגעשריטענע זוכעניש דארף מען זיין א אלטע מעמבער? איך זעה נישט אזא אפציע

לינקס אויבן אונטער די "זוך" קעסטל, געפונט זיך ביי מיר די "פארגעשריטענע זוכעניש"

אויב דו האסט עס נישט, פרעג אן דערוועגן אין די ברוכים הבאים/הילפס אפטיילונג

איך זעה שוין דעם בראך...

איך האב נאר די פארגעשריטענע, איך נוץ די סוב סילווער אויסזעהן

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 02, 2011 1:10 pm
דורך קרעמער
היינט ביים מעביר סדרה זיין פרשת ויצא בין איך געוואויר געווארן אז איך לעב אין א טעות שוין יארן

עס שטייט מה פשעי "מה" חטאתי, און נישט "ומה" חטאתי..

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 04, 2011 2:45 pm
דורך בוידעם
קרעמער האט געשריבן:היינט ביים מעביר סדרה זיין פרשת ויצא בין איך געוואויר געווארן אז איך לעב אין א טעות שוין יארן

עס שטייט מה פשעי "מה" חטאתי, און נישט "ומה" חטאתי..

איך בין היינט געוואויר געווארען אז קרעמער האט געלעבט אין א טעות. און אז קרעמער איז מעביר סדרה פרייטאג פאר חצות (עכ"פ פארגאנגענע וואך)

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 04, 2011 7:51 pm
דורך קרעמער
(איך בין מעביר סדרה נאך תפלת שחרית מיט די תפילין דר"ת.)

איך בין היינט געוואויר געווארן אז א געוויסער איד ווייסט פון אייוועלט צו זאגען (דערווייל זאגט ער מיר נישט זיין ניק)

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 04, 2011 7:57 pm
דורך בחורהזעצער
איך בין פאר בערך א יאר צוריק געוואר געווארן איז בערך 2000 אידן ווייסן פון אייוועלט צו זאגן.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 04, 2011 8:14 pm
דורך פליגל
קרעמער האט געשריבן:היינט ביים מעביר סדרה זיין פרשת ויצא בין איך געוואויר געווארן אז איך לעב אין א טעות שוין יארן

עס שטייט מה פשעי "מה" חטאתי, און נישט "ומה" חטאתי..

קרעמער; האסט פאראיאר נאכנישט אפילו געטראכט אז ס'זאל בכלל שטיין "ומה"....

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 04, 2011 8:19 pm
דורך קרעמער
פארוואס זאגסטו אזוי?

גראדע האב איך פרייטאג צונאכטס אויך באמערקט דעם זעלבן טעות אין א ספר, און אויפגעמערקט דעם מחבר דערוועגן מוצאי שבת.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 04, 2011 8:53 pm
דורך בוידעם
איך בין היינט (היינט ? נאפס, נעכטן) געוואויר געווארען אז העירמאן קעין האט "סוספענדיט" זיין קאמפיין !

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 04, 2011 9:34 pm
דורך פליגל
קרעמער; כ'אב זיך שוין געקלאפט על חטא, כ'אב געהאט א חשד אז כ'אב'ס אנגעווירטשאפט ביי יענע עסק.

זאגסטו אז נישט, ארלעדיגט.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 06, 2011 3:55 pm
דורך ניק ניק
איך בין היינט געוואר געווארן א געוואלדיג ניצליכע טיפ אין אייוועלט, וואס איך מיין אז אנדערע וועלן אויך זייער הנאה האבן דערפון.

ווען מ'קליקט אויפן אייקאן (זעה בילד) קומט מען גלייך אן צו די לעצטע תגובה פון דעם אשכול.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 06, 2011 4:54 pm
דורך גיוואלדיג
דעיס איז פיינע נייעס איך האב זיך אייביג געבייזערט צו דארפן אראפמישן
טעינקס ע לאט

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 06, 2011 4:54 pm
דורך גיוואלדיג
אפשר געט איינער אן עצה וואס מען טוט ווען מען שרייבט בטעות א תגובה אין נישט גוטע פלאץ און מען מיז מיט עפעס אנפולן די פלאץ

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 06, 2011 5:50 pm
דורך חשמל
וואס איז שלעכט מי דאס וואס האסט יעצט געטון...?

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 06, 2011 6:12 pm
דורך קרעמער
גיוואלדיג האט געשריבן:אפשר געט איינער אן עצה וואס מען טוט ווען מען שרייבט בטעות א תגובה אין נישט גוטע פלאץ און מען מיז מיט עפעס אנפולן די פלאץ

מען קען עס פארמעקן אינגאנצן און לאזן א פינטל [.] און דער נעקסטער מנהל/אחראי וואס באמערקט עס וועט עס ארונטערנעמען

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 06, 2011 7:16 pm
דורך ניק ניק
קרעמער האט געשריבן:
גיוואלדיג האט געשריבן:אפשר געט איינער אן עצה וואס מען טוט ווען מען שרייבט בטעות א תגובה אין נישט גוטע פלאץ און מען מיז מיט עפעס אנפולן די פלאץ

מען קען עס פארמעקן אינגאנצן און לאזן א פינטל [.] און דער נעקסטער מנהל/אחראי וואס באמערקט עס וועט עס ארונטערנעמען

ס'קומט מיר ארויף קאשמארן.........

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 19, 2011 2:23 pm
דורך צים פינטעל
כבין היינט געוואר געווארן אז זיבענע איז נאך אביסל טינקעל

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 19, 2011 2:26 pm
דורך בלעקבערי פען
ווער האט דיך פארציילט די סוד
עס האט געדארפט זיין א סיקרעט

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 19, 2011 5:50 pm
דורך מר. פאטאשאפ
כ׳בין היינט געוואויר געווארן אז די וועלט איז נישט אזוי משוגע ווי כ׳האב געמיינט, ס׳איז סאך ערגער

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 29, 2011 10:18 am
דורך מאנ-יימער
בחורהזעצער האט געשריבן:איך בין פאר בערך א יאר צוריק געוואר געווארן איז בערך 2000 אידן ווייסן פון אייוועלט צו זאגן.

די אשכול איז פאר זאכן וואס מ'איז היינט געוואויר געווארן און נישט א יאר צוריק

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 29, 2011 10:59 am
דורך מכטי1
ניק ניק האט געשריבן:
קאניאק האט געשריבן:איך בין היינט געוואר געווארן אז עס דא אזא אשכול

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 29, 2011 12:00 pm
דורך שטייסטענישט
איך בין נאר גאנץ לעצטענס געוואויר געווארן אז...... אויף סופער סנעקס מאכט מען א בורא מיני מזונות! כ'פלעג אלץ מאכן א שהכל! איך ווייס נישט וועם צו בלעמען דערפאר, אבער אין מיין וויילדעסט דריעם וואלט איך נישט גע'געסט אז סיז א מזונות.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 29, 2011 12:10 pm
דורך צים פינטעל
וואסדע שהכול'עכטץ

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 29, 2011 1:16 pm
דורך שטייסטענישט
ספיהלט מער ווי א קארן טשיפ ווי א שטיקל קעיק, אניין ??