איך בין היינט געוואויר געווארן אז

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
טריסקער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4275
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm
לאקאציע: ביים טיש

תגובהדורך טריסקער » זונטאג מאי 15, 2016 5:30 pm

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:אברהם פריעד'ס פולע נאמען איז אברהם שבתי פריעדמאן, דער אנדערער באקאנטער זינגער בעני פריעדמאן איז זיין נעפיו.

אקעי דאס איז מיין דאזע פארן היינטיגן טאג געוואר צו ווערן, אזוי גאר??!!
לחיים לחיים לחיים!!! א פרייליכן ףורימ¡¡¡
הצועק לחסידים ומדבר לכותלים
נופל מן החלונות ונדחף בין החרכים
'פורים רב' דק"ק טריסק יצ"ו

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלף
תגובות: 1520
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » זונטאג מאי 15, 2016 7:10 pm

אז אברהם פריעד איז נישט קיין ריכטיגער נאמען, מיינעך איז א באקאנטע זאך, כאטש זיין פולער נאמען ווייסן מן הסתם אויך נישט רוב מענטשן (ואני בתוכם, ביז איצט), משא"כ ירמי' דמן א געהעריגער חסידיש'ער אינגערמאן, נוצט דאך יא זיין געהעריגע נאמען איבעראל, איז מיר געווען א חידוש צו טרעפן אויף אן אלטע קאסעטע אז ער פארמאגט נאך א נאמען, און ס'פלעגט אפי' צו זיין אויף די קאווער.

אבער דאס אז בעני איז אברהם'ס נעפיו, איז מיר שוין יא אינטערעסאנט, ווייל ס'האט זיך מיר אלס געדאכט אז בעני'ס זינגען האט שטארקע ענליכקייטן צו אברעמ'ל, סיי אין קול און סיי און סטייל, ווערן מיר יעצט געוואר וואס ליגט דערונטער.

#חידושים
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

מכה בפטיש
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מאי 07, 2016 11:25 pm

תגובהדורך מכה בפטיש » זונטאג מאי 15, 2016 7:33 pm

ירמי׳ דמן איז נישט אזא גרויסע חידוש אז ער האט נאך א נאמען, סך הכל לאזט ער אויס זיין מיטעלסטען נאמען א שטייגער ווי אסאך חסידישע זינגערס כגון, לוי (יצחק) פאלקאוויטש, מנחם (דוד) מאשקאוויטש ועוד.. אבער נעמען א לעצטע נאמען ווי פריעדמאן פאר פריעד זה חידוש גדול.

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלף
תגובות: 1520
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » זונטאג מאי 15, 2016 7:44 pm

אין קאנסעפט זענט איר לכאו' גערעכט, פאר מיר פערזענליך איז דאס געווען א חידוש, און ווען איך זאל געוואר ווערן אז מנחם מאשקאוויטש פארמאגט נאך א נאמען נאך עטליכע צוואנציג יאר אים הערן, וואלט עס מיר מן הסתם אויך א חידוש געווען, בפרט אז מ'זעט אמאל מודעות וכדו' וואס דארט שרייבט מען געווענליך יא א פולען נאמען, און איך געדענק נישט עס צו האבן געזען, אויסערדעם איז ר' ירמי' אן ערנסטער מענטש א תופס ישיבה, נישט קיין מאדעל וכדו' ס'איז נישט ממש דומה צו א היינטיגע אפי' היימישע זינגער.

#אין לך בו אלא חידושו
לעצט פאראכטן דורך אַבּערוואַס אום זונטאג מאי 15, 2016 7:47 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
ויתן לך
שר האלף
תגובות: 1470
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » זונטאג מאי 15, 2016 7:46 pm

אברהם שבתי הכהן פרידמאן
הוי דע לך כי נקודה אחת של אור מבריחה הרבה חושך ואפלות, ניצוץ אחד יוצא מתחת פטיש ההתחזקות ושורף את כל הקשות והחמורות. (ניגון מאדזיץ)

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 16657
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג מאי 16, 2016 9:03 am

ויתן לך האט געשריבן:אברהם שבתי הכהן פרידמאן

נכד הרב מקרעניץ
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר חמש מאות
תגובות: 500
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

תגובהדורך פיצי קעפעלע » מאנטאג מאי 16, 2016 10:57 am

מכה בפטיש האט געשריבן:ירמי׳ דמן איז נישט אזא גרויסע חידוש אז ער האט נאך א נאמען, סך הכל לאזט ער אויס זיין מיטעלסטען נאמען א שטייגער ווי אסאך חסידישע זינגערס כגון, לוי (יצחק) פאלקאוויטש, מנחם (דוד) מאשקאוויטש ועוד.. אבער נעמען א לעצטע נאמען ווי פריעדמאן פאר פריעד זה חידוש גדול.

יהודה גרין האט אויך פארקערצערט זיין נאמען פון גרינוואלד
Mindenható! Mutasd meg a kegyelmet, hogy én is megértem

אוועטאר
שאינו יודע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4432
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » מאנטאג מאי 16, 2016 11:13 am

סטייפלער/הארניסטייפלער
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 10346
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג מאי 16, 2016 11:17 am

מכה בפטיש האט געשריבן:ירמי׳ דמן איז נישט אזא גרויסע חידוש אז ער האט נאך א נאמען, סך הכל לאזט ער אויס זיין מיטעלסטען נאמען א שטייגער ווי אסאך חסידישע זינגערס כגון, לוי (יצחק) פאלקאוויטש, מנחם דוד() מאשקאוויטש ועוד.. אבער נעמען א לעצטע נאמען ווי פריעדמאן פאר פריעד זה חידוש גדול.

אברהם פרידמן שגדל והתחנך בתומכי תמימים התבייש בתחילה במקצועו החדש ועל כן חתם על תקליטו "אברהם פריד",


זיין טאטע ר' יעקב משה
בקשה!
ווען איר ענטפערט, קריטיזירט, אדער דאנקט מיר, ביטע לייגט נישט צו דעם שטרודל @
איך בין עמפינדלעך דערצו

מכה בפטיש
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מאי 07, 2016 11:25 pm

תגובהדורך מכה בפטיש » מאנטאג מאי 16, 2016 6:09 pm

פיצי קעפעלע האט געשריבן:
מכה בפטיש האט געשריבן:ירמי׳ דמן איז נישט אזא גרויסע חידוש אז ער האט נאך א נאמען, סך הכל לאזט ער אויס זיין מיטעלסטען נאמען א שטייגער ווי אסאך חסידישע זינגערס כגון, לוי (יצחק) פאלקאוויטש, מנחם (דוד) מאשקאוויטש ועוד.. אבער נעמען א לעצטע נאמען ווי פריעדמאן פאר פריעד זה חידוש גדול.

יהודה גרין האט אויך פארקערצערט זיין נאמען פון גרינוואלד

דאס איז א חידוש, קיינמאל נישט געוויסט דערפין. איז דא נאך זינגערס וואס שפילן זיך ארים מיטען לעצטען נאמען?

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4401
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת
פארבינד זיך:

תגובהדורך מה פתאום??? » מאנטאג מאי 16, 2016 7:28 pm

מרדכי בן דוד...

אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1104
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

תגובהדורך לאמפ » דינסטאג מאי 17, 2016 11:43 pm

(אלעזר) ליפא שמעלצער.

אוועטאר
ויתן לך
שר האלף
תגובות: 1470
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » דינסטאג מאי 17, 2016 11:44 pm

אליעזר
הוי דע לך כי נקודה אחת של אור מבריחה הרבה חושך ואפלות, ניצוץ אחד יוצא מתחת פטיש ההתחזקות ושורף את כל הקשות והחמורות. (ניגון מאדזיץ)

אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1104
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

תגובהדורך לאמפ » מיטוואך מאי 18, 2016 12:34 am

האסטו.
צוגעלייגטע
Screenshot_2016-05-18-00-33-18-1.png

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3506
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » מיטוואך מאי 18, 2016 6:58 am

אז אתב"ש הייסט אויך אזוי אין ענגליש Atbash

אוועטאר
ויתן לך
שר האלף
תגובות: 1470
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » מיטוואך מאי 18, 2016 7:37 am

לאמפ האט געשריבן:האסטו.

אז דער פרייליכער חסידישע בדחן זינגער אליין שרייבט אזוי הייב איך הענט
הוי דע לך כי נקודה אחת של אור מבריחה הרבה חושך ואפלות, ניצוץ אחד יוצא מתחת פטיש ההתחזקות ושורף את כל הקשות והחמורות. (ניגון מאדזיץ)

אוועטאר
ויתן לך
שר האלף
תגובות: 1470
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » מיטוואך מאי 18, 2016 1:20 pm

אז די לשון דמים תרתי משמע איז א מליצה על פי די גמרא מגילה י"ד ע"ב
וברוך טעמך וברוכה את אשר כילתני היום הזה מבוא בדמים. דמים תרתי משמע
הוי דע לך כי נקודה אחת של אור מבריחה הרבה חושך ואפלות, ניצוץ אחד יוצא מתחת פטיש ההתחזקות ושורף את כל הקשות והחמורות. (ניגון מאדזיץ)

אוועטאר
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » דאנארשטאג מאי 26, 2016 8:17 pm

אייועלט איז א 100% פארזיכערטע וועבסייט און עס איז ווערט $17,200

http://www.scamadviser.com/check-website/ivelt.com
פאר קריטיק דריקט דא

אוועטאר
יאצמעך
שר חמש מאות
תגובות: 805
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » פרייטאג מאי 27, 2016 3:05 pm

פארבינדן האט געשריבן:אייועלט איז א 100% פארזיכערטע וועבסייט און עס איז ווערט $17,200

http://www.scamadviser.com/check-website/ivelt.com

און אז ס'איז א קאנאדישע וועבסייט
אוועטער קרעדיט: בן נון. ריסייז: וואוילע שעפעלע

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » פרייטאג מאי 27, 2016 3:55 pm

זיבעצן טויזענט דאלאר??

בענקעל
שר האלף
תגובות: 1454
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » פרייטאג מאי 27, 2016 4:07 pm

וויאזוי קען זיין אז עס איז דא מעמבערס פון 2006?
צוגעלייגטע
2016-05-27 16.00.04.jpg

פרידן
שר האלף
תגובות: 1113
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » פרייטאג מאי 27, 2016 4:10 pm

מען האט קודם געפענט אין נאכדעם א עאר א האלב שפעטער האט מען עס איבער געמאכט
זעט אויס ביים אבער מאכן האט מען געמאכט א נייע פין אנפאנג אין אריין געלייגט די אלטע חומר

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » פרייטאג מאי 27, 2016 4:25 pm

עס איז געווען איינמאל א מעידשער קראך.

אזויווי די לעצטע בעקאפ פאר די קראך איז געווען בערך א וואך אפגערוקט איז אסאך אינפארמאציע פארלוירן געגאנגען.

מען קען נאך זעהן אין אלטע אשכולות וויאזוי א ניק leiby האט אויפגעזוכט אויסגעמעקטע תגובות און איבערגעשריבן אין די ריכטיגע אשכול

בענקעל
שר האלף
תגובות: 1454
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » זונטאג מאי 29, 2016 6:15 pm

אה, דאס האב'ך געוויסט. נו, בין געווען גערעכט. אז June וועט זיין די 10טע געבורטס טאג פון אייוועלט.

דארף מען עפענען א באמבע אשכול צו קענען סאלאבראטירן די סאלאבראציע.

געוואלדיג!

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4401
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת
פארבינד זיך:

תגובהדורך מה פתאום??? » זונטאג מאי 29, 2016 6:26 pm

בענקעל האט געשריבן:אה, דאס האב'ך געוויסט. נו, בין געווען גערעכט. אז June וועט זיין די 10טע געבורטס טאג פון אייוועלט.

דארף מען עפענען א באמבע אשכול צו קענען סאלאבראטירן די סאלאבראציע.

געוואלדיג!

כאפעך נישט לויט דעם וואס מיינט דאס?


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: רינדעכיג און 6 געסט