Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

עמקות הדברים פון יגר סהדותא

דאנערשטאג יולי 06, 2006 2:22 pm

אויף א דערנעבנדיגער טישל http://yiddishworld.com/forum/viewtopic.php?p=189#189
האט זיך יגר סהדותא צולאזט מיט א גשמאק ווערטל, למען השלום וועל איך אראפברענגן די רייד, סיזאל זיין קילוריין לעינים.
פורסם: חמישי יול' 06, 2006 1:47 pm
פיינעלי, נאך אלעס באטראכטן, הייב איך אויף מיין היטעל, מיטן פולסטן רעספעקט פאר "ארענדער" וחבריו עמם, יישר כחכם

ס'איז באמת בא'טעמ'ט, שיין, גרינג, אלעס וואס כ'האב אמאל גע'חלומט איז זיס אהערגעשטעלט

יעצט גיי מיר זיך נעמען טרינקן
טוט'ס ענק אן סיט בעלט'ס... ....

איצט צום ענין דארט האבן מיר איך מיט מעסטערמיינד זעך מעמיק געווען לירד לעומקן של דברים, אבער היות דאס באלאנגט אויסשליסלעך פאר די קרעטשמע, און נישט אין דעם אויבנדערמאנטן טישל, העל איך עס ברענגן דא, און זאל דער עולם גולם פשט זאגן.

Advertisement

דאנערשטאג יולי 06, 2006 3:03 pm

פאר די וואס עס איז זיי שווער צו גיין ביז אהין ברענג איך אראפ דער דין ודברים..


סאכדעס



אויב שוין טרינקן ווער דארף נאך סיט בעלט'ס?


מעסטערמיינד

כ'טראכט אז קען זיין ער האט געמיינט צו זאגען אז ער בכבודו ובעצמו גייט זיך נעמען טרינקען און אונז אלץ פאסדזשירען זאל מיר זיך אנטוהן די סיט בעלט'ס מחמת ס'קומט א וואקעלדיגע רייזע. כנלפע"ד אבל זה לא ברור ויש לדייק מפני עמקות הדברים
...
עד כאן..
כ'האב געטראכט דערנאך אז דער גאנצער פשט איז נאר גוט אויב יגר איז אזא עניו אז ער וועט נישט שרייבען אויף זיך דאס ווארט "איך" נאר ער ניצט א לשון רבים "מיר" וואס דענמאלט קען מען זאגען דאס וואס כ'האב פריער געשריבען אונד אזוי האלט איך טאקע איי דאן פארוואס איז דאס שווער געווען פאר סאכדעס צו פארשטיין קען מען זאגן היות אין בית דין שטיבעל באנוצט מען זיך מיט'ן ווארט "יאך" אנשטאט די ווארט "איך" במילא האט ער פארשטאנען אז די ווארט "מיר" מיינט טאקע א יעדעם איינעם...
ולעת עתה די בזה כי כבר הארכתי יותר מהרגילי..

דאנערשטאג יולי 06, 2006 5:46 pm

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

חברה, ס'גארנישט, סססהההאאאטטט זזזייךךךך אללללללעס געעעעשאקלט, כככ'ההההההאב אזזזזזזזזווי מורא געהאט, הההההההאב איייייך געהההההההייייייייייסן אנטוהן

ווווועעער ס'וויל נישט ממממממממוז נישששטטטטטט

דאנערשטאג יולי 06, 2006 8:28 pm

כמדומה לי ס'איז יא שווער סאכדעס'ס קשיא ווייל אין יגר'לס לעצטע תגובה שרייבט ער יא איך, נאר מ'דארף דן זיין וויבאלד ער שרייבט מיט אזויפיל יודעלעך צו מ'טיישט עס אויס אויף די זעלבע וועג?

זונטאג יולי 09, 2006 1:03 am

איך האב עפעס צוגעשריבן א שטיקל הערה אויף יגר'ל ווערטל, איך בין אבער פויל דאס אראפצוברענגן אהער, ווער עס איז נייגעריג, זאל גיין צום אויבערשטן לינק און כאפן א בליק :evil:

זונטאג יולי 09, 2006 3:19 pm

קרעמער שרייבט:אזוי ווי עס שטייט קלאר ארויס אין מדרש ישקינו אז FREINDS DON'T LET FREINDS DRINK AND DRIVE, וועלן מיר יעצט אוועקכאפן די שליסלעך פון אונזער פריינט יגר'ל, און איר אלע קענט אייך אויסטאן די סיעטבעלטס.
קרעמער וואו געפינט מען דעם מדרש ? ס'קוקט מיר אויס ווי מ'קען דערויף פיל בויען..

פרייטאג יולי 28, 2006 2:33 pm

מדרש ישקינו איז אריינגעדרוקט צום סוף פון מדרש יאכילנו, איך וואלט מעתיק געווען נאך זאכן פון דארט, אבער עס האט נישט קיין השגחה.

דינסטאג אוקטובר 28, 2008 2:23 pm

דאס איז געווען די לעצטע (אדער גאר די ערשטע) אשכול פון פארברענגען.
עס איז אינטערעסאנט צו באמערקן וואספארא אנדערע אטמספער עס איז געווען אמאל אין קרעטשמע.


קיינער זאל נישט זאגן אז איך בין שטויביג, איך האב זיך שוין גוט אפגעשאקלט...

מיטוואך אוקטובר 29, 2008 9:57 pm

סתם אזוי, יפה דברת

מיטוואך אוקטובר 29, 2008 11:58 pm

ייז איז געווען גוטע צייטן אמאל (כאילו איך בין דא געווען :cry: :oops: )
שרייב א תגובה

Advertisement