Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

גיי מיר מאכן א רעיס!!!

מאנטאג יולי 28, 2008 10:21 am

היום יום אחד לעומר.....

[align=center]וויכטיגע מעלדונג!!![/align]

מיר טוען מעלדן פאר אלע אונזערע חשובע קאסטעמערס, דא טא רענאוועישענס, וועט היינט נאכט אונזער לאקאל זיין געשלאסן, מיר האפן אייך צו קענען בעסער באדינען, אין אונזער נייעם פארגרעסערטן לאקאל, אויף ברידזש קרעטשמע פלאזא, אלטארעישאנס וועט היינט נישט ווערן אנגענומען, היות אונזערע אנגעשטעלטע זענען זייער פארנומען מיטן מאפן, וועט א נושא, תגובה, הערה, וואסי נישט אויסגעהאלטן, תיכף געמעקט ווערן, אלע אייערע אלטע חפצים(אפי' לינקס פון אייערע סחורה), וועט איר קענען אויפפיקן, פון מארגען אן אין אונזער נייער פלאץ, פאר די וואס די צייט ערלויבט זיי נישט צו ווארטן ביז מארגען, קענען גיין אונעם אלטן שול, אויף היימישע שטותים קארנער הייד פארק, און אביסעלע פארברענגן.

אזוי האט זיך געליינט א שרעקעדיגע מודעה, פון אונזער געטרייער סייט אדמין.

גלייך האט זיך אנגעהויבן א מאסן אנלויפעניש, מאנכע זענען געקומען פראטעסטירן, אנדערע האבן האבן געמאכט קאנטער פראטעסטן, אויסצודריקן זייער פולשטענדיגע שטיצע, מיט די קרעטשמע באהערדע, שמערי האט זיך באזעצט מיט א פידל, און ארויס געזינגן שפיץ הערליכע ניגונים פון קאנטרי ארויס.

עפעס שטימט נישט דא מיטן קעפל? כאמיך סתם פארעדט, היצט העליך שוין צוקומען צום פוינט,

פון עפעס א שעה... קיינער ווייסט נשיט די פונקליכע צייט, גייט פאסירן א באמבע! מ'גייט דריקן שלח, און נאהאד! ס'גייט נישט, קרעטשמע איז אפגעשפארט, אשר על כן נאכן זיך דורך רעדן עטליכע מאל מיט די חשובע מנהלים, האמיר באשלאסן מ'גייט מאכן א רעיס, די רעיס גייט זיין ווער ס'קען שרייבן די לעצטע תגובה אין אלט-ניי קרעטשמע.

ווי גייט עס זיין? דא, טאקע דא, דא ווי די ליינער(איך ווייס נישט ווער די ביסט), ליינסט יעצט.

מהלך הרעיס:

צו פארגרינגערן פאר די אירעיסערס, האמיר באשלאסן אז היינט וועט איר נישט דארפן זיך ארום דרייען אין 200 אשכולת, וואס ס'פאלט אייך אן, אריין דא, לדוגמא:

אויב פאלט אייך אן א איין ווארט, ווי למשל, פאפריקע, שרייבטס דא, פאפריקע.

פלעכטן, קענט איר מאכן דעם פלעכטל אליינס, שרייבטס נאר די צווייטע העלפט פונעם פאריגן ווארט אויף וואס אייער באפלעכטאכטץ גייט זיך באציען, און גלייך דערויף לייגטס צו א גאנצער ווארט. ווי למשל: 'ספ ספרינקלער.

וואס איז דיין מאד היינט, אבאמא איז העפי מ'מופט.

די מיטוואך אשכול: ווער שרייבט ביי מיטוואך ווען סיז.....

מעשה גראמען אשכול: און מאשקע גייט מאפן קיין קרעטשמע...

די טעהנ'ן אשכול: מאשקע גייט נישט מאפן.

החיפוש מצא" 14 כמנין בהמה.

עפען נאר אויב די שרייבסט א תגובה: וכו' וכו' וכו'

כא שוין נישט קיין כח צו שרייבן ווייטער, דאס איבריגע העל איך לאזן פאר אייך טייערע אידן.

נא יעצט לאמיר זען וואס איר קענט.

ווער עס גייט געווינען די רעיס, וועט באקומען צוגעטיילט א פורפיל הארט, וואס וועט איבער געגעבן במעמד רבים פון אלע מ. ראש הקהל'ס, און עס וועט ווערן איבער געגעבן דורך די ראה"ק בכבודו ובעצמו.

Advertisement

מאנטאג יולי 28, 2008 2:23 pm

גאנץ גוט אבאמא, אפשר דאך ענדיגסטע דאס איבעריגע, איך האב הנאה געהאט.

Re: גיי מיר מאכן א רעיס!!!

מאנטאג יולי 28, 2008 3:08 pm

אבאמא09 האט געשריבן:החיפוש מצא" 14 כמנין בהמה.
.

בהמה איז 52 ביי מיר, כמנין כלב, אליהו, און נאך.

מאנטאג יולי 28, 2008 3:24 pm

אקעי, נאך קוים א האלבע שעה געבליבן צום רעיס.

5:00PM פומקלעך הייבטסעכעס אן.

מאנטאג יולי 28, 2008 4:18 pm

פאפריקע געפלאכטן מיט ספרינקלערס. נישט שלעכט.

מאנטאג יולי 28, 2008 4:23 pm

ביזדערווייל האט מאשקע געווינען די רעיס, חוץ אויב מיין שלח קנעפל וועט נאך ארבייטן.

'קר קרעטשמע.

מאנטאג יולי 28, 2008 5:20 pm

און יעצט???

מאנטאג יולי 28, 2008 5:20 pm

אופ... כ\ווען כ'אבעס געשריבן האבעך געמיינט אז עס גייט שוין נישט ארבעטן די שלח... נאר די קרח...

מאנטאג יולי 28, 2008 5:21 pm

וויאזוי גייט שטיין אין ניי קרעטשמע, "שיק"???

מאנטאג יולי 28, 2008 6:28 pm

יא. דער עולם גייט שיק'ערן אין גרויסן...

מאנטאג יולי 28, 2008 7:10 pm

שיכורת ולא מתגובות, וואס??? כ'ווייס נישט..

מאנטאג יולי 28, 2008 7:34 pm

רבוש"ע זא דורכפאל, דריי שעה נישט דא געווען קריך איך יעצט אריין אלעס איז אראנדזש, אין פלוההיצלינג.....(מיט א שלשלת) קאנעקשאן עראר, כאמיך נאכאמאל געדארפט מחבר זיין,יעצט גיי זיך דעם שמויגער!

עטס הערטס נאך מיינע צרות? יא צו ניין?

מאנטאג יולי 28, 2008 8:10 pm

גראדע האבעך אויך געהאט די זעלבע זאך,

אפשר בין איך דו?

מאנטאג יולי 28, 2008 8:15 pm

העי שמערי! גילו!!!

מאנטאג יולי 28, 2008 8:18 pm

היי באמי, סמאכסטע? אריינגעפליקט אן אשכול, געגאפלט א רעיס, און ווילסט וויסן ווער עס גייט שרייבן די לעצטע קאקאש קעיק? און דא קומסטע מער אן מיט א באטל גרינע גילא, סעצעך דער נישט לוינען ס'געשעפט, פארמאך דעם קרעטשמע און קום אריין שרייבן די לעצטע תנובה, ביי

מאנטאג יולי 28, 2008 8:23 pm

אקעי איך צו צוריק, העמיר גיין רעיסן.

ס'ארבייט נאך??????? אה געב א קןק טאקע יא! ס'ארבייט.

בד"וו פאר באמא זאגט מען שווארצע גאלא נישט גרינע.

מאנטאג יולי 28, 2008 8:26 pm

בוסט גערעכט, יעצט און די זוממער האט ער נאך באקומען א שיינע סאן-טען, (סאיז נאך אנגעקומען?)

מאנטאג יולי 28, 2008 11:01 pm

אקעי ארענדאר האט יעצט געמאלדן די שרעקעדיגע נייעס, אז 12:07 ווערט געשפארט, די רעיס גייט אריין אין פראסעס, לאמיר זען ווער ס'גייט זיין די לעצטע???????

מאנטאג יולי 28, 2008 11:06 pm

האלטסט ער וועט זיין פונקטליך? קאם-אן, ל"ג בעומר איז דען געווען ל"ג בעומר?

מאנטאג יולי 28, 2008 11:09 pm

גערעכט סישוין 12:08.

מאנטאג יולי 28, 2008 11:13 pm

גוד לאק!

מאנטאג יולי 28, 2008 11:15 pm

נו?

מאנטאג יולי 28, 2008 11:15 pm

פאר עווריבאדי.

מאנטאג יולי 28, 2008 11:15 pm

נו?

מאנטאג יולי 28, 2008 11:15 pm

נו?
שרייב א תגובה

Advertisement