גריסן און שמועסן
מיטוואך יולי 23, 2008 3:25 pm
די וואלקענעס פארן, די אותיות פליען, די נערווען פלאצן, שווארצע באצילין שפרינגער מיר פאר די אויגן. דער מח איז פאקנאקט, די געדולדן זוכן אביסל מנוחה, דער וואלקן רויעך אויסבראך פונעם פאפיראסל זעטיגן נישט גארנישט. וואס איז, וואס גייט פאר? אט עליך אייך מגלה זיין (נו, גילו...) בראד זיין.
שטעלט אייך פאר. איך האב זיך קאנצענטרירט בעצם יום המעונן אפצוקלאפן ערגעץ וואו אין די קרעטשמע א תגובה ארוכה, פון ירדן יריחו ביז לבוא חמת. איר קענט זיך אזאנס פארשטעלן? איך נישט! ווילט איר וויסן וויאזוי איך האב אויסגעקוקט נאכן שלח'ן די תגובה? דאן ליינט איבער מיין ערשטער פערעגראף
איז עני מנהל עוועילבעל פליז? איך דארף פון זיי א וויכטיגע טובה. ביטע רופט אייך אן דא אדער אין אישית. דאנקע שעהן.
הק' זארעך, ביום המעונן
Advertisement
מיטוואך יולי 23, 2008 3:30 pm
הייבענדיג מיינע הויזן טרייגער פיל איך אז די ווינט בלאזט עפעס דורך א בריוועלע אריין צום קרעטשמע, אפפפפס... אפפפס... א דורך געפלויגן... וואס ברויך ער? וואס שטופסטו יעדן דא, רוה איין די פארוואלקענעטר איד. אההה דאס איז שוין די מנהל געוועזן, וואיי-ווי! דאס מוז זיין אן עמורדזשענסי, זאג מיר נאר מנהל ביטע, אויפן וועג ארויס שיק מיר א...
אהה... זארעך האט געברויכט א יוניט? שוין אבי מהעלפט אים ארויס. דעם זארעך! קענסטאחך פארטשעלן וויאזוי עס קוקט אויס א 175 פונטיגן אידל מיט גרויסע אויערן, שטארק פארמאכטע שיך בענדלעך, זוכט א-עני יוניט? נאטוודאי לויפן זיי ארום פארקלעצערט אין קוקן ווי-וואטווען גיימער....
שוין געהאלפן געווארן? שליידער א אפדעיט.
מיטוואך יולי 23, 2008 3:35 pm
אודה ה' מאוד בפי ובתוך רבים אהללנו, געלויבט איז השי"ת פאר'ן געבן אזעלעכע זיסע געשמאקע בא'טעמ'טע פארוואלקענטע טעג, (איך פיל אביסל גילטי פארן אזוי הנאה האבן אין די 3 וואכן) טעג ווי וואלקענעס פארן, טעג ווען די אותיות פליען, טעג ווען נערוון פלאצן, און שווערע באצילן (זאפטיגע מליצות בלע"ז) שפרינג פאר די אויגן. וואו וואלטן מיר געשטאנען אן אזעלכע טעג?
איך האף אז איר פארשטייט מיך הרב זארעך, פארוואס מיר דאנקן אזוי די באשעפער פאר אייער צרות. ווען דו וואלסט געזעצן אין מיינע שיך (פרוביר נאר איך האב זייער א קליינע סייז) וואלט איר מיך גוט פארשטאנען.
איך בין נישט קיין מנהל אבער ווען איך בין געווען א קינד האב איך גוט געוואוסט ווי אזוי ארויס צו שלעפן די מנהל פון זיין באהעלטעניש, סאו אפשר קען איך דיר העלפן.
מיטוואך יולי 23, 2008 3:53 pm
מיטוואך יולי 23, 2008 3:55 pm
איר זעהט וואס פאר א טראבעל מעיקיר איך בין? איך בין דא געווען פאר איין מינוט און שוין איז די מנהל דא!
מיטוואך יולי 23, 2008 4:14 pm
קרעטשמע-29 אן סיען, ראזשער?
מיטוואך יולי 23, 2008 4:15 pm
האלט אייך ראויג, מ'נעט שוין קעיר, מ'האפט אז אלעס וועט אי"ה זיין אקעי.
מיטוואך יולי 23, 2008 4:17 pm
מען דארף הילף דארט? איך האב טאבאק אויב עס פעלט אויס.
מיטוואך יולי 23, 2008 5:23 pm
זארעכ, איז שוין אלעס אקעי?
איך הער אז מ'דארף מאכן א טרענספער רייד עוועי.
מיטוואך יולי 23, 2008 5:28 pm
זאג, האסט א פאטשיילע צו פארטרייבן ענני הכבוד שמכבידין בכבידות? ווייל דער מצב איז אנגעצויגן. גראדע די מנהלים קעיר, וואס איך האב געקריגן, איז געווען ווי א ערשט קלאסיגע הילף. ממש ווי אן הצלה צו מיינע מעוננדיגע שיגעונות, אבער יעצט ליגט מען שוין מער ווייניגער אין אן עמעידזענסי קעיר יוניט, און מ'ווארפט אויפן רופא כל בשר זאל מפליא לעשות זיין...
שכוחו וגבורתו מלא עולם...
מיטוואך יולי 23, 2008 5:30 pm
די שלעפער טראק איז שוין אויפ'ן וועג...
מיטוואך יולי 23, 2008 5:37 pm
אוי וויי, עס קוקט אויס ווי דער מצב ווערט ערנסט, ס'איז נישטא קיין רפואה קוקט עס אויס.
יאנאש, ברענג א פאטשיילע, אדער זאג דעם גוי זאל אהער גיבן זיין שמאטע, עס וועט שוין גוט זיין אזוי אויך.
מיטוואך יולי 23, 2008 8:22 pm
נו, כ'בין אנגעצויגן, עני אפדעיט?
מיטוואך יולי 23, 2008 9:08 pm
זארעכ,
די דארפסט א פאטשיילע צי פארטרייבען די עננים?
ווואס איז? האלסט יעצט ביי קידוש לבנה?
דאנערשטאג יולי 24, 2008 12:21 am
מסתמא אין מדות מזהבות וועט זארעכ פארציילן פאר'ן ציבור דעם דאנק פאר'ן מנהל.
דאנערשטאג יולי 24, 2008 11:16 am
פאוואס האט מיר קיינער נישט געזאגט אז ער דארף הילף? כ'קען קומען מיט מיינע לעלא'ס, זארעך יו סטילל ניד מי?
דאנערשטאג יולי 24, 2008 4:57 pm
איר ברויכט פארשטיין, רבותי, אז זינט נעכטן פון ווען די תגובה איז ארויפגערוקט געווארן על אדמת הקרעטשמע ביז צום היינטיגן טאג האט אינדערצווישן פאסירט א מורא'דיקער שינו. און ווייסט וואס כ'על אייך זאגן? אז נישט נאר פון נעכטן ביז היינט, נאר ס'גאר בו ביומ'דיגער פאסירונג, איך האב א בדידי הוה עובדא'דיגער פאסירונג!
פארווער ס'ווייסט (פון וואו זאלט איר דען וויסן? אז איר'ט ליינען מיין תגובה וועט איר שוין איינמאל וויסן) האט היינט אינדערפרי פאסירט עפעס אויסטערלישס. וואס אזוינס אויסטערליש האט פאסירט? אט הערט א מעשה. דער זייגער קלינגט, זינגט און שרייט: "זארעך מ'דארף שוין מודה אני'ן". א ברירה האב איך? א מ'דארף דארף מען דאך. כ'גיס מיך אפ מיט די ציפורן-וואסער, כ'זאג מודה אני, און עס איז מיר טונקל פאר די אויגן! ס'הייסט, פרעג איך זיך צו מיר מיט אזא תמיה'דיג לשון, עפעס האט פאסירט מיטן זייגער? באשעפער זיסער, ס'דאך חושך ואפילה על פני האדמה, וואס וויל ער פון מיר, דער זייגער זאל זיך מיען?
איר ווייסט? איך לייד אביסל אויף די ראי'. האט איר דאס געוואוסט? אזוי צו זאגן, איך פארמאג עטוואס שוואכע זע-קראפט אין מיינע שווארץ אפלען, האט מיר דער טוב שברופאים פארשריבן אזא רעצעפט וועלכער פאראנדענט אז איך דארף טראגן זע-מאשינדלעך. איר ווייסט וואס כ'מיין, יא? ס'לאו דוקא מאשינדלעך, ס'ארבעט נישט עלעקטראנישע, נאר כ'פיר זיך נאר אזא מנהג טוב אז יעדע מאטריאל מיט וועלכע איך לאז זיך מקיים זיין און זיין דעם מלאכתך נעשה ע"י אחרים, רוף איך דאס בשם "עלעקטראשניש". די סיבה דערפאר איז דאך פשוט, כ'מיין אז אן ערקלערונג איז איבעריג. אלנספאל, צוריק צום דאקטער'ס רעצעפט וועלכער שרייבט פאר אז איך זאל טראגן זע-קראפט פארבעסרונגען. אין דער מעדעצינישער וועלט רופט זיך דאס "ברילן". הקיצור אין איין ווארט: איך טראג ברילן (נו גילוי...). איך טוה זיך אן די ברילן און צו מיין וואונדער זעה איך גאר אז יא, דער זייגער האט רעכט, ס'זמן קימה אויף דער וועלט! מרא דעלמא, וואס גייט דא פאר? ס'טונקל אדער ליכטיג, ס'זעקסע אדער דרייע?
כגנב במחתרת האב איך אזוי פאררוקט מיינע לאדנ'ס זייטיג-ווייז, און דער תירוץ איז מיר אנטקעגן געפשרינגען. אהא... היום יום מעונן בשבת. מ'מקבל דעם גזר דין באהבה, מ'זעצט זיך ארויף אויפן טאג באן, און... ויסעו, דער טאג פארט.
שטייצעך אז אין ההרהור מצוי אלא בלב פנוי. זיך שטעלן טראכטן פון די עננים איז קיין תכלית נישט, אלזא, אריין אין קרעטשמע. זייענדיג פארהאנקעט ערגעץ וואו אין אן אשכול האב איך זיך גענומען צו דער עבודה און אפגעקלאפט דארט א צוזאמענשמעלצונג פון עטליכע ווייס-איך-נישט-וויפיל קערעקטערס. גלייבט מיר, מיינע פריינד, ס'נישט גרינג געווען. איך קען אייך גאר נישט אפמאלן וויאזוי עס האט אויסגעזען א מח קאנצענטראציע בין העננים, און ווער רעדט נאך ווען דאס דארף קומען באגלייט אין א פארום פון א שריפט, פון א ווערטער אויסגוס.
"וויקאנץ!!!" האב איך געגעבן א שריי אויס. אזוינס?
און יא, ביידעוועי, א שכוח יאנאש פאר די טיילענאל וואס דו האסט מיר צוגעווארפן דארט. כא'מזל, ווייל ווען נישט ווייסעך נישט וואס וואלט געווען ווייטער.
קעל פנים לאמיר נישט פארקריכן (איר האלט נאך מיט יא? מיר זענען שוין פארקראכן צי נישט? כ'ווייס שוין אליין נישט...). איז וואס זאל איך אייך דערציילן? וואס זאל איך אייך זאגן? זינטן אויסקלאפ פון יענע תגובה דארט ביז צו דער היצטיגער מינוט, האט פאסירט א שרעקליכער וועלט טויש. יא, ממש, אזוי ווי איר הערט. ס'נישט קיין מעשיות, נישט קיין דמיונות. גארנישט, בלויז א פאקט. נעמליך, "נתפזרו העבים!"
אהה... אזוי גאר? דאן איז דאך צייט צו מאכן א חשבון הנפש און איבערגיין די נעכטיגע שטותים, און זיך באדאנקען דערויף כראוי. איז אזוי:
איינס מיט איינס ווייסן מיר דאך א כלל גדול באטרעפט צוזאמען צוויי, שטימט? א מעונן בזה אחר זה ווערט דאך גערעכנט ווי א בבת אחת, ווי א יומא אריכתא, מכח די הילכתא פון כל שאינו בזה אחר זה אפי' בבת אחת אינו. טייטש אזוי, עס לאזט זיך דאך גרינג סברה'נען אז מכלל לאו שומע הן, און אויב כל שאינו בזה אחר זה איז בבת אחת אויך אינו דאן אויב אזוי ווען ס'ישנו בזה אחר זה איז דאך דאס א כל שכן בבת אחת, און פון דארט ביז צום חידוש אז א בזה אחר זה זאל פארעכנט ווערן ווי א בת אחת ממש איז דאך שוין נישט אזוי געפערליך... (קען דאס מיט גיין? אז נישט, נישט. איך דאס נאר בדרך חידוד ואפשר). טא נעכטן מיט היינט דא ודא אחת הוא, ס'אזא שטיקל יומא אריכתא. נו, אויב ס'זאל זיין אמת דאן האב איך אויף בל תלין נישט עובר געווען, און דער יישר כח איז נאך אין פלאץ. הגם מ'קען זיך אריינלאזן אין די שאלה צי די פיזור העננים טיילן די טעג, אבער איבער דעם וועלן מיר מוזן א צווייט מאל צוריק קומען. מען מוז גיין ווייטער און לאמיר צוגיין צום ענין.
געווען איז דאס נעכטן בין העננים, וואו איך האב אנגעראכטן א געוויסע תגובה און מכח דעם מצב היום מיט איר (די תגובה) גרויסקייט צוגלייך האב איך באשלאסן איר ארויפצורוקן אינדערמיט, מיטן חשבון באלד ביז א קורצע צייט צוצושטעלן דעם צווייטן העלפט וועלכער איז שוין כמעט געווען גרייט צום דרוק. צו מיין גוט מזל האב איך די תגובה ארויפגערוקט בלתי מוגה. די אנגעבליכע סיבה וואס די עקספערטן זאגן דערויף איז, בעווייל ס'איז ס'געווען א בע'עננ'טע תגובה. ומה עשיתי? כדרך כל המגיבים. כ'האב איר עורך געווען. און נישט איינמאל, נאר צוויי מאל, לקיים מה שכתוב (?) דאפלט איז שטערקער. שטערקער צו וואס? שטערקער צו ווייזן אז מ'זיפט יעדע תגובה מיט דרייצן מילבן זיפלעך. בינו לבינו איז צוגעקומען אפאר תגובה'ס צו דעם אשכול, און מיינע פינגער אפדריקן האבן נאכגעלאזט שפירן פון מיינע עריכה'ס, און דאן האט זיך דאס אנגעהויבן...
זייענדיג גוט פאריקט און מעשוגע, האבן מיר מיינע עננדיגע נערווען נערוועס געמאכט זיך טרעפנדיג יעדן מאל באזונדער מיט מיינע עריכה'שע אפדריקן. גיי ווייס וואס ס'האט מיך געבאדערט דארט? אבער שוין, אויף אזא טאג פרעגט מען נישט קיין קשיות אויף שיגאנען. כך הי' שגיותי און ברעך קאפ. ווען איר האט א תי' אדער א הסבר פאר מיר זענט איר געלאדענט דאס צו ערקלערן, און ביז דאן וועלן מיר זיך רירן ווייטער.
צוריק צו די שיגאנישע מעשה. זיך דערזענדיג מיט מיינע נערווען אויף די הענט, האב איך באלד געמאכט אן עמערדזענסי קאל נאך ערשטע הילף פון די מנהלים. גייט נישט אריבער קיין מינוט און באלד האבן זיך צוויי יוניטס אנגערופן צום קאל מיט באלדיגע הילף. דער ערשטער איז געווען אונזער באקאנטער בעגאבטער מנהל, הרב יאנאש שליט"א, און דער צווייטער איז געווען אונזער מתן בסתר'דיגער מנהל, הרוצה בעילום שמו, מוהר"ר טריאו שליט"א. צוויי גאלדענע אינגעלייט, וועלכע שטייען 24/7 גרייט פאר עני עימערדזענסי קאלס. טריאו שרייבט אז ער איז שוין דער צווייטער וואס רופט זיך אן און וואס גייט פאר? ער פרעגט (נישט) צו כ'בין אן קאנטשערס הלמאי איך מאך זיך נישט וויסנדיג. ענדליך בין איך צו מיר געקומען און כ'עפן די בריוולעך אזוי בזה אחר זה (קיין שייכות צו די אויבערשטע סוגיא) די צוויי בריוול. כ'מעלד טריאו דעם הננו, ווען גלייכצייטיג לייג איך אים אף האלד בכדי צו לאזן וויסן פאר יאנאש'ן אז איך בין אנליין מיט טריאו. כ'פארענטפער זיך צו יאנאשן אז די סיבה פארוואס איך גיי צו טריאון איז, ווייל אזוי ווי יאנאש האט זיך ערשט אנגערופן און טריאו דאס צווייטע, קומט דאך אויס אז טריאו ערשינט אויפן אויבערפלאך אין פאסט שאכטל, א ווי רש"י איז מסביר דארט אין פר' תולדות מיט די צוויי שטיינער שנכנסו זה אחר זה, דעריבער האט טריאו א דין קדימה.
הקיצור, צוריק צו טריאון. איך בין אים פונקטליך מסביר הין-ן'-צוריק (קרעדיט: קרעמערס כף החיים שיעורים) מיינע שיגאנישע נערווען. און אומגלויבליך... אפגעווישט! קיין זכר מער נישט דא פון מיינע פינגער אפדרוקן.
פרעג איך אייך: איז דאס נישט דער ריכטיגער אפטייטש פון א ריכטיגער בעל מדות? מנהל איז ער אלס וועטערן, ער פארדינט גארנישט דערפון, און דא קומט עפעס א פארוקטער מיט זיינע שיגאנישע מעשיות און דער טריאו גיבט זיך אפ דערמיט א ווי כאילו דא וואלט זיך געהאנדעלט פון א ביזנעס דיל עטליסט פון א פופצן צוואנציג אלפים. טריאו, א חוץ דיינע בעהאלטענע לייסטונגען פאר די קרעטשמע, ביסטו א זעלטענער בעל מדות אין סבלנות. א יישר כח אייך.
דאנערשטאג יולי 24, 2008 8:18 pm
יוי אטעמעך אפ, ב"ה אז אלעס איז אין בעסטן ארדענונג, נו שוין אימער געווען באשערט פיר און צוואנציג שעה, פון אביסל שרעק, ווער ווייסט וואס ס'גייט פאר מיט זארעכ'ן, אבער אז מ'הערט אז אלעס איז אין ארדענונג, דאנקט מען ווידער דעם באשעפער, אז ער האט זארעכ'ן נישט פארלאזט.
און דערצו האמער זוכה געווען צו א פריש'ס א לאנגס און א ברייטס, אידעך זיכער גוט.
יישר כח.
דאנערשטאג יולי 24, 2008 8:56 pm
אםםםם, זאל איך עפעס מיגב זיין??? עההה, עםםם. ווייסטו וואס? איךו ועל שרייבן איין זאך וואס זארעכ ווייסט נישט.
ווען איך האב פארברענגט מיט דיר אין אישית, בין איך געווען מיטן אוין דערמאנטען הרב יאנאש אויפן טעלעפאון, און מיר האבן צוזאמען געארבעט דיר צופרידן צושטעלן אויפן העכסטען פארנעם.
יאנאש, האלב פון דעס וואס ער שרייבט פון מיר, נעם פאר דיר.
דאנערשטאג יולי 24, 2008 9:09 pm
אויש זרח'ל, האסט מיר ארויס גענומען פון די דישעס מיט דיין שרעקעדיגע הצלה קאל, כאשעם אז אלעס איזין בעסטן ארדער-ניגון...
דאנערשטאג יולי 24, 2008 10:51 pm
דער זארעך איז דאך א רעכטער אייניקל, בעני אחר פעני, פונעם בעל העננים זעצאל... אבער מיר האבן זוכה געווען צו א קלארן, אויסגעלייטערטן ארטיקל.
דאנערשטאג יולי 24, 2008 11:48 pm
3x0 האט געשריבן:אםםםם, זאל איך עפעס מיגב זיין??? עההה, עםםם. ווייסטו וואס? איךו ועל שרייבן איין זאך וואס זארעכ ווייסט נישט.
ווען איך האב פארברענגט מיט דיר אין אישית, בין איך געווען מיטן אוין דערמאנטען הרב יאנאש אויפן טעלעפאון, און מיר האבן צוזאמען געארבעט דיר צופרידן צושטעלן אויפן העכסטען פארנעם.
יאנאש, האלב פון דעס וואס ער שרייבט פון מיר, נעם פאר דיר.
ניטאמאל א יישר כח פארגינט זיך דער טריאו, ער נעמט דעם יישר פאר זיך און די כח לאזט ער פאר יאנאש.