שוין געגעסן פיש פאר שאלעשידעס

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

שוין געגעסן פיש פאר שאלעשידעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

א גוט מארגן מיינע טייערע ידידים, כ'וויל אייך פארציילן וואס האט פאסירט דעם פארגאנגענעם שבת. נישט אז עס איז וויכטיג פאר אייך דאס צו וויסן, און אויך עס איז נישט קיין חיוב פאר קיינעם דאס צו לייענען. ווער עס וויל עס לייענען, זאל פארזעצן, און ווער עס וויל עס נישט לייענען, זאל פארשטעלן.

איז אזוי, מאנכע פירן זיך ווען עס איז דא א קידוש, אז מ'רופט אויס אין ס'מעדרעש, יענקל פאדראטשיק רופט דעם עולם צום קידוש דא אין ס'מעדרעש. יעדער שמייכל זיך אזוי אונטער, אזוי צו זאגן: כ'מיין ווער ווייסט דעניש?! אבער לפלא, ווערט דער דזשאוק איבערגע'חזר'ט איטליכעס מאל וואס א קידוש פאלט אויס אין א שולכ'ל.

הגם, דאס גאנצער ענין פונ'ם אויסרופן האט גארנישט מיטן ערציילונג, אבער פארט איז עס אן ענין וואס איז ווערד אוועקצוגעבן עטליכע שורות. ווילט איר דאך געוויס וויסן פארוואס? העליכייך נישט לאנג אויפהאלטן, און אויך נישט לאנג ציען מיט ווערטער, און ווידעראום נישט מיט קיין דרשות, און פארשטייצעך אליינס, אז נישט מיט הקדמות. נאר וואזשע דען? אהה דער סאכדעס קען שוין ווידער צום ווארט נישט קומען. כ'מיין דער ווארט אידאך מיטן תנאים לויט געוויסע שיטות צוזאמגענומען, נו אם כן למה זה אנכי? ווי קענעך אנקומען צום ווארט אנע תנאים? כ'מיין הזאת נעמי? האט דאס דען מיט נעמי? סידאך זיכער אז כ'בין פארפארן ארגער ווי בלעם'ס אייזל, נאך א מזל קיינער האט נישט קיין שטעקן איבער מיר. אבער לאמיר פרובירן צוריק צוקומען, לנטות הדרך. אוקיי, יעדער איז גרייט? פעסטען יור סיט בעלטס ווייל מ'פארט ארויס ווארטן אויפ'ן ראנוועי פאר א שעה.

אה יא, רעדן מיר פון אויסרופן ס'קידוש אינ'ם ס'מעדרעש עצמה. דאס הייסט אינ'ם זעלביגן (נישט אויסמישן מיט זילבערנע בעכער, אפילו מ'רעדט פון קידוש) ס'מעדרעש וואס דער יונגערקאנטישקל (הלוואי אויף אלע אינגעלייט געזאגט) געט ס'קידוש צו מאכן פאר'ן עולם, דארט לכאורה, דארף מען דאך נישט אויסרופן, דער גאנצע ס'מעדרעש פארט דאך כאדאראם. פרעמדע פנים'ער ערשיינען פון הודו ביז ברכו, מ'כאפט און מ'טיילט פלעצער, הוספות איבער'ן קאפ. כ'מיין יעדער מתפלל פילט אויף זיינע ביינער אז עס קומט פאר א קידוש. איז לפי זה, לויט דעם וואלט מען אין ס'מעדרעש עצמה נישט געברויכט אויסרופן.

איברא ראיתי, אז מ'קען מחלק זיין צווישן א גרויסע שוהל, און א קליין שול'כל. אין א גרויסע שוהל, זאל מען יא ברויכן אויסרופן. אמער? חיים ברוך, ווער קען איהם דעניש? ער קומט אריין אלע וואך אין שוהל, ער האט זיך זיין מקום קבוע, ער ווייסט ניטאמאל וויאזוי זיין שכן צו רעכטס'נס פאטער, האט געגעבן א נאמען פאר'ן שכן ביום המילה. ער האט זיך זיין תפארת שלמה, און ער קוקט אריין בין גברא לגברא, אזוי אז ער האט נישט קיין מושג, אז א קידוש קומט פאר היינט אין שוהל. און גלויבט מיר רבותי, אזוי ווי אונזער חיים ברוך איז דא נאך עטליכע, ס'זעלביגע איז מיט הרב יעקב דוב מסקרענטן, גארנישט ווייניקער איז הרב יואל גרויזאמער. און מ'קען אזוי אויסרעכענען נאך אסאך, אבער הם יכלו והזמן לא יכלה, הויבעך נישט אן. ממילא, מוז מען אין א גרויסע שוהל אויסרופן, זאל איר וויסן זיין, אז דער יענקל פאדראטשיק (אוי, יענקל געט דאך קידוש אינ'ם קליינעם שוהל, שוין טעות הדפום) רופט יעדן איינעם זאל מאכן קידוש. חיים ברוך שפרונגט אויף פאר פרייד, אמער, ער האט גארנישט געוואוסט אז יאנקל געט קידוש די וואך, ערידאך אויפגעוואקסן מיט עמען פון אלץ קליין אינגל, נאך ווען זיי ביידן האבן געוואוינט אין ארץ ישראל. און ווען ער זאל דאס פארפאסן, וואלטעך יאנקל דאס נישט אריבערגעטראגן. נישט נאר ווייל ס'איז שווער, נאר ווייל דער עירוב איז צוריסן. עניוועי, דאס איז אין א גרויסע שוהל.

מאשענקיין אין א קליינע שוהל, אידאך גאר אנאנדער פרשה [נישט וואס מ'לייענט אין די תורה, סיז נאר אזא מליצה] דארט ווער עס אטעמט, שפירט דאך דעם צווייטנס אטעם אויך. ממילא, וואלט מען דאך לכוירע נישט געדארפט אויסרופן. נאר, כאגעקלערט אז משום לא פלוג, אז מ'זאל נישט פליגן, די פליגן זאלן נישט קומען, מוז מען דעם דזשאוק מאכן.

אלזא, ווען סאכדעס האט א קידוש, מאכט ער דאך קידוש, און ווען ער מאכט שוין יא קידוש, מאכט ער זיכער אז עס זאל זיין אויף יין שרף. ווער עס געדענקט, געדענקט. און ווער עס געדענקט נישט, געדענקט נישט. אבער מיר געדיינקן, אמאל שוין זייער לאנג צוריק, כ'מיין אז עס שוין דורך מיליאן יאר, עכט. האמיר געהאט דא א ניק, איי אידאס א ניק געווען, גראדע אידאס נישט געווען דא, דאס איז געווען אין אלט-שטאט. אזא מאן דהו, וואס האט זיך פארשלייערט מיט יין שרף. איי אידאס געווען א ניק, לעילו נשמתו, מאך איך קידוש אילע וואך אויף א גרויס גלעזל יין שרף. פארשטייצעך אז ווען מ'טרונקט דריי אונסעס יי"ש, איז מען מער פרייליכער. און אז מ'איז מער פרייליך, לאזט זיך זאגן זאכן וואס מ'וואלט נישט געזאגט ווען מ'וואלט נישט געטרונקן.

ביי דעם קידוש איז געווען צוגעגרייט מכל טוב ארץ מצרים, כ'מיין צוזאגן, ס'געווען אייער קיכלעך מיט הערינג. איי ווער זאגט אז אין מצרים איז געווען הערינג מיט אייער קיכלעך? דאס לאז איך די תלמידי חכמים צוטרעפן, אויב געדענק איך גוט, איז עס צוויי בפירוש'ע פסוקים. למעשה איז ביים קידוש געווען מאטיאש מיט שטיגליץ. (דער וואס האט אויסגעטראפן דאס ווארט שטיגליץ, וועט פון גן עדן נישט ארויסגיין) נו, דער דאיען האט זיך געזעצט עסן.

אט הערט, קייגן איבער דעם דאיען זענען געזעסן צוויי פרי-זיבעלעך. צוויי ברידער, נאכנישט בר מצוה, אבער די חכמה זייערע שטינקט שוין איבער די אמאליקע בחורים. זיי האבן זיך צוגעזעצט צו די הערינג און אייער קיכלעך, ווי זיי העטן אקאורשט ארויס פון מצרים. כ'מיין צוזאגן, וויי זיי העטן אקאורשט אנגעקומען קיין מצרים. זיי האבן געגעסן מיט אזא האס, מיט אזא גרימצארן. אזש עס האט אויסגעקוקט אז זייער פאטער געט זיי נישט קיין טשולנט. אויף זייער בייכער האט אביסל אנדערש אויגעזעהן, און דאס האט מיך פארוואונדערט. קומט דער פאטער זיי רופן, ער וויל שוין אהיימגיין, רוף איך מיך אן, נישט מער און נישט ווייניקער, (גלויבט מיר איך האב זייער חרטה אויף מיין טאט, און טאקען וועגן דעם פארציייל איך דאס דא.) אהה, זיי האבן שוין געגעסן פיש ביז נאך שאלשידעס…. כאף נאר אז די טשולנט וועלן זיי קענען עסן. ברררררררררררררררר…… די גמרא זאגט: יין קשה, פחד מפיגו. דא האט דאס פחד פון די קינדער מפיג געווען מיין גילופין'דיגער מצב. דער טאטע רופט זיך מיר אן: אההה שערקויעך פאר'ן מיר זאגן. פון די אנדערע זייט געט ער שוין א שארפן בליק אויף זיין עלטסטן דארט, אזוי ווי צו זאגן: ווארט נאר ווארט.

נאך דאס האט מיר אויסגעפעלט, איך האדעך באמת גארנישט געמיינט. ס'האט מיר נאר געפאלן זייער אפעטיט, האבעך אזוי גע'לצה'ט. כ'בין דאך זיכער אז ווען די קינדער שרייבן ווען דא אין קרעטשמע, וואלטן זיי באשריבן די סטארי נאך פאר מיר, און אראפגריסן דעם שוטה וואס האט נישט קיין בעסער דאגות נאר צו מוסר'ן אינגלעך אין שוהל. אבער מה נעשה אז דער ארענדאר לאזט נאר אריין העכער דרייצן…

אזוי ווי זיי זענען אוועק געגאנען בפחי נפש, רוף איך זיך אן צו מיין שכן, אשאד איך האב זיך פאררעדט. פרעגט ער מיך בלשון בתמי', האסט דען נישט געזעהן ווי זיי קוקען אגאנצן צייט צום טאטן צו ער זעהט נישט? זאגעכעם וואס זאלעך טוהן אז דער ברוינפן האט געארבייט גוט?

איז אזוי, ווי אויבן געשריבן אידאך דער גאנצער ארטיקל אבי געקלעבט. איז וואס ווילעך דא? כ'וויל אז דער יין שרף וואס לעילו נשמתו מאך איך קידוש אויף א גאנץ גלעזן ברוינפן שבת אינדערפרי, ער זאל זיך מיען פון אויבן, און אפגעבן אביסל א באריכט צו די מעשה איז בארעכטיגט צו נישט. צו העלפט כפרה אויף דעם צו נישט.

יישר כוח למפרע.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

צי גייען מיר טאקע צוריק צו די אלטע גוטע צייטן, ווען סאכדעס'ס אן ארטיקל איז ערשינען טאג-שטעגליך? (נישט פארמישן מיט שטיגליץ.)

סאכדעס, נאר אזוי! פון יעדן ריר דיינע (נישט פארמישן מיט שפייאכץ) זאלסטו מאכן אן ארפישל (נישט פארמישן מיט ר' פישל פון די מצוה קינדער) אז מיר זאלן זיך באלעקן די פינגער (נישט פארמישן מיט'ן בויבעריק).
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויער »

סאכדעס כהאב נישט געוואוסט אז די ביסט א מסור קעצל העט מען דיר מוזן אפיר נעמען

עכ"פ יישר כח פאר די שיינע ארטיקל עס איז געוואלדיג
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יעצט פארשטיי איך שוין די מאדנע געפרעפלעכץ וואס איך האב אויפגעכאפט דעם שבת מיטאג פון 2 בחור'לעך וואס זענען געווען אויפן וועג ארויס פון א ס'מעדרש'ל, קענטיג נאך א קידוש. איך האב אויף אן האלבן אויער אויפגעכאפט ווי זיי שמועסן זיך אפ: ווען אונז גיימיר זיין גרויס, גיימיר באבויקערן דעם מוסר-קעצל.

איך האב פאר אייך נייעס קינדערלעך, דעם טאטען האבן שוין אסאך פרובירט צו באבויקערן, עס גייט נישט אזוי גרינג...
וואס
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 20, 2007 8:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס »

אוי וויי סאכדעס, וואס האסטו געטון ?? פון דיין ארטיקל האב איך זייער הנאה געהאט, אבער א משכנתא מיט א געלן טלית העסטו מוזן כאפן.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אז דער דאעין מאכט קידוש איז דער ארטיקל דערנאך ממש אינעבידבל, און אז דער דאיען שרייבט אנארטיקל (ממעג עס פארמישן מיט פיקל) איז די שמייכל אינעבידבל, און אז עס איז דא א שמייכל איז דער שכוח דערנאך ממש אינעבידבל (וואס מיינט אינעבידבל? אומפארמיידבאר).

זיצט זיך דער סקרענטאנער רב ר' יעקב דוב בהגרג"פ אין זיין הויפט ביורא אינעם אונטערשטן פליגל (נישט פון די פייגלעך, נאר אזא מליצה'לעלע) פומעם קהילה בנין אין סקרענטאן הבירה, און ליינט מיט פארגעניגען די קידוש-סומטאכע וואס דער חשוב'ער דאעין תליט"א האט אנגעראכטען, ס'שמייכל איז קענטיג (גארנישט מיט עפענען קענס, קען-אפענערס, גארביזש-קענס) אויף זיין פנים הונטער די וואנצלעך, פלוצים (עפעס אזוי ווי כאפצעם) ווערט אים ווייס פאר די אויגן אנומעל דער דאעין דערמאנט זיין נאמען אינעם ארטיקל (נישט ממש זיין נאמען משום גילוי, אויך נישט זיין ניק משום כבודו, נאר זיין שטעלע משום אטענשאן).

שוין דאס אליינס איז אים גענוג געווען, אריינצוגיין (ווירטואליש, ווייל פיזיקאליש איז ער געבליבן אין פאליש) אין קרעשטמע און שרייבן א יישר-כח.

יישר-כח דאיען!
זילבערנע בעכער
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2007 10:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבערנע בעכער »

ערגעץ האט ער דערמאנט מיין נאמען.

דו דארפסט באקומען געבראכן די ביינער פאר אזא פרעכע מסירת הקעצלים אשר לא היה מיום שנברא הקעציל.

שאשקעט זיך אן מיט סקאטש און פאראומגליקט עטליכע תינוקות שטעמו טעם הערינג.

די אומגליקליכע סצענע וואס דו סאכדעס האסט אזוי קלאר פארגעשטעלט, האט זיך אוועק געשטעלט פאר מיר, און עס רירט זיך נישט אוועק.

נידער מיטן דייען... נו, אבער אן ארטיקל איזעס א גוטס.
אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטעבחורל »

נאכן באוויזנען מיין פארלוירענער תגובה, האב איך זיך געשפורט ווי א אראפ געשלונגענע שטיגליץ, אבער פאר סאכדעס נישט איבער צו טייפן?

טראלאליי טראללאלאליי, שטיגליץ הערינג!

ווי א מחרוזות של הערינג אוואו דער סופלייער אין בבא מציעא, (מיללער-זארעך-בעני, וועלעכע דף?) האב איך מיר געשטיקט פאר שניערלעך הערינג. אוי סאכדעסססס. וואטדו טוסט נישט מיט איין קאפצקע בחורליך וואס שווענדן אריין הערינג אין זייערע בייכלעך ווי קיין-צייט -ס'עעעכמיין? מען הרגט שנירעלע נאך שניערלע מען פארליידגט טעללער נאך טעללער.

סאכדעס'ל קאטנסט-וודאי אונזער מיילך מאטטכע, מאטטכעלע פון יונגער דור, מיטן עיקבתטא דמשיחא חן. ער פארציילט יוזעשלי ביינונזער טיש ביים קידוש, וויאזוי די פארבליענע צאנזער חסידים פלעגן דורשטען פאר א יישן-שרף פארדיי, אבער הער; זאגט ער מאטטכעלע - אדער זענען זיי אויסגעשטארבן די מושג פארבליבענע עמך יודאחלאחך. אבער זענען זיי פארשוימט אין שטיגליץ, נעמליך - היינטיגע צייטן.

ככה, אזוי! איז ער מסיים מיטן פשעטל, אין 'כלטכטה, קטחטה', מיינט צו זאאחגן - אזוי נעמט מען זיך צום שטיגליצץ טעללער אין מען פארדייט עמערס קוכן מיט שטיגליץ.

מהאטמיר דעם פאריבל אויסישיס יעדעס מאל מ'קידוש'ט ביינונז אין קרעמל. אבער אוואו דער צוויי בחורליך וואס קניידלען איינס-נאטכעס-אנדעס, בזו איתפלאחצטי, אויש האב איך געכייכעלט.

סאכדעעעעס, שטעגל ארויס נאך, ווי 'מאשקע' רמז'ט... אויש ביסטו זיס, מיש עס מיט טיט-ביטס!

מיללער; דו ביזט ווערטולאיש! מעעען, היי קאטם יו קענט פאראיבליבבד (וועא"מ) מיר קוקט דאס ענדערש אויס ווי א קאטזין צו איסלאחמאחבאד...
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

סאכדעס!
זיי ממשיך ביטע, ווי דער משקה האט געארבעט אויף דיר, און די פחד מפיגו האט געשטופט, ארויס צו גיין, נאך גיין וואס דער דיייען גייט טון, פארן עסן ביים קידוש,
און די האסט געזעהן ווי ער רופט זיי אריין אין דייען שטיבל, יא! דארט ווי ס'ברענט די קליינע פלערעסנט לייט....
און דארטן האט ער ארויס גענומען זיין רצועה, און געגעבן מנה אחת.....

נו!..... זיי'טס ממשיך, איך קען נישט דא אזוי אליין.....
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

יוי סאכי, האסט מיר אויסגעפלאצט מיט דיינע זיסע ווערטער!!!

מה נאמר ומה נדבר ומה נווייבער, וואזאכדער זאגן? כ'האב נישט די ווערטער אין מויל [ערגעץ אנדערש יא? כ'וועל פרובירן צו זוכן] וואס עס קומצעך דיר באמת פאר אזא שיינס.

זאג, סי שוין טאקע א מיליאן יאר? ארענדאר לאזט אריין אזאנע אלטע חברה???

עניוועי, טעינקס ע לאט.



בד"ו, דאנקע פאר'ן ראש הקהל, ויפלצו בפלוץ, אין פלץ ואין פולץ ואין פלצה כפלצתינו....
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

סאכדעס, כאגעוואוסט, אז ווען דו מאכסט א שותפות מיט יין שרף, איז בעסער צו שטיין ווי ווייט פון דיר, אבער דאס אז די קליינע זאלן אויך דארפן שטיין ווייט פון דיר, דאס איז שוין א חידוש.

אלץ א תשובת המשקל, עסטע מוזן נאכמאל טרינקען, און זען ווי צוויי קינדלעך, (נישט פארמישן מיט די קינדל פון שבועות.) האקן שטיגליץ, און דו זאלסטעך איינהאלטן פון רעדן א ווארט, און דערנאך זאלסטו דאס דא באשרייבן. (מוז נישט זיין דייקא דא, ס'גיט אין היימישע קרעטשמע אויך.....)
יישר כחכם.
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

אינעמעתן אריין איז עס געווען בלויז איין קינד, נאר, ווייסטעך שוין... נאכן טרונקען... סאצעכעם צוגעדאכט, אדער אפשר צוגעפלארט, כ'ווייס אליינס נישט...
אוועטאר
KEWL
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2011 1:57 pm
לאקאציע: ס'מעדדיש ביי די גמרא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KEWL »

סאכדעס האט געשריבן:א גוט מארגן מיינע טייערע ידידים, כ'וויל אייך פארציילן וואס האט פאסירט דעם פארגאנגענעם שבת. נישט אז עס איז וויכטיג פאר אייך דאס צו וויסן, און אויך עס איז נישט קיין חיוב פאר קיינעם דאס צו לייענען. ווער עס וויל עס לייענען, זאל פארזעצן, און ווער עס וויל עס נישט לייענען, זאל פארשטעלן.

איז אזוי, מאנכע פירן זיך ווען עס איז דא א קידוש, אז מ'רופט אויס אין ס'מעדרעש, יענקל פאדראטשיק רופט דעם עולם צום קידוש דא אין ס'מעדרעש. יעדער שמייכל זיך אזוי אונטער, אזוי צו זאגן: כ'מיין ווער ווייסט דעניש?! אבער לפלא, ווערט דער דזשאוק איבערגע'חזר'ט איטליכעס מאל וואס א קידוש פאלט אויס אין א שולכ'ל.

הגם, דאס גאנצער ענין פונ'ם אויסרופן האט גארנישט מיטן ערציילונג, אבער פארט איז עס אן ענין וואס איז ווערד אוועקצוגעבן עטליכע שורות. ווילט איר דאך געוויס וויסן פארוואס? העליכייך נישט לאנג אויפהאלטן, און אויך נישט לאנג ציען מיט ווערטער, און ווידעראום נישט מיט קיין דרשות, און פארשטייצעך אליינס, אז נישט מיט הקדמות. נאר וואזשע דען? אהה דער סאכדעס קען שוין ווידער צום ווארט נישט קומען. כ'מיין דער ווארט אידאך מיטן תנאים לויט געוויסע שיטות צוזאמגענומען, נו אם כן למה זה אנכי? ווי קענעך אנקומען צום ווארט אנע תנאים? כ'מיין הזאת נעמי? האט דאס דען מיט נעמי? סידאך זיכער אז כ'בין פארפארן ארגער ווי בלעם'ס אייזל, נאך א מזל קיינער האט נישט קיין שטעקן איבער מיר. אבער לאמיר פרובירן צוריק צוקומען, לנטות הדרך. אוקיי, יעדער איז גרייט? פעסטען יור סיט בעלטס ווייל מ'פארט ארויס ווארטן אויפ'ן ראנוועי פאר א שעה.

אה יא, רעדן מיר פון אויסרופן ס'קידוש אינ'ם ס'מעדרעש עצמה. דאס הייסט אינ'ם זעלביגן (נישט אויסמישן מיט זילבערנע בעכער, אפילו מ'רעדט פון קידוש) ס'מעדרעש וואס דער יונגערקאנטישקל (הלוואי אויף אלע אינגעלייט געזאגט) געט ס'קידוש צו מאכן פאר'ן עולם, דארט לכאורה, דארף מען דאך נישט אויסרופן, דער גאנצע ס'מעדרעש פארט דאך כאדאראם. פרעמדע פנים'ער ערשיינען פון הודו ביז ברכו, מ'כאפט און מ'טיילט פלעצער, הוספות איבער'ן קאפ. כ'מיין יעדער מתפלל פילט אויף זיינע ביינער אז עס קומט פאר א קידוש. איז לפי זה, לויט דעם וואלט מען אין ס'מעדרעש עצמה נישט געברויכט אויסרופן.

איברא ראיתי, אז מ'קען מחלק זיין צווישן א גרויסע שוהל, און א קליין שול'כל. אין א גרויסע שוהל, זאל מען יא ברויכן אויסרופן. אמער? חיים ברוך, ווער קען איהם דעניש? ער קומט אריין אלע וואך אין שוהל, ער האט זיך זיין מקום קבוע, ער ווייסט ניטאמאל וויאזוי זיין שכן צו רעכטס'נס פאטער, האט געגעבן א נאמען פאר'ן שכן ביום המילה. ער האט זיך זיין תפארת שלמה, און ער קוקט אריין בין גברא לגברא, אזוי אז ער האט נישט קיין מושג, אז א קידוש קומט פאר היינט אין שוהל. און גלויבט מיר רבותי, אזוי ווי אונזער חיים ברוך איז דא נאך עטליכע, ס'זעלביגע איז מיט הרב יעקב דוב מסקרענטן, גארנישט ווייניקער איז הרב יואל גרויזאמער. און מ'קען אזוי אויסרעכענען נאך אסאך, אבער הם יכלו והזמן לא יכלה, הויבעך נישט אן. ממילא, מוז מען אין א גרויסע שוהל אויסרופן, זאל איר וויסן זיין, אז דער יענקל פאדראטשיק (אוי, יענקל געט דאך קידוש אינ'ם קליינעם שוהל, שוין טעות הדפום) רופט יעדן איינעם זאל מאכן קידוש. חיים ברוך שפרונגט אויף פאר פרייד, אמער, ער האט גארנישט געוואוסט אז יאנקל געט קידוש די וואך, ערידאך אויפגעוואקסן מיט עמען פון אלץ קליין אינגל, נאך ווען זיי ביידן האבן געוואוינט אין ארץ ישראל. און ווען ער זאל דאס פארפאסן, וואלטעך יאנקל דאס נישט אריבערגעטראגן. נישט נאר ווייל ס'איז שווער, נאר ווייל דער עירוב איז צוריסן. עניוועי, דאס איז אין א גרויסע שוהל.

מאשענקיין אין א קליינע שוהל, אידאך גאר אנאנדער פרשה [נישט וואס מ'לייענט אין די תורה, סיז נאר אזא מליצה] דארט ווער עס אטעמט, שפירט דאך דעם צווייטנס אטעם אויך. ממילא, וואלט מען דאך לכוירע נישט געדארפט אויסרופן. נאר, כאגעקלערט אז משום לא פלוג, אז מ'זאל נישט פליגן, די פליגן זאלן נישט קומען, מוז מען דעם דזשאוק מאכן.

אלזא, ווען סאכדעס האט א קידוש, מאכט ער דאך קידוש, און ווען ער מאכט שוין יא קידוש, מאכט ער זיכער אז עס זאל זיין אויף יין שרף. ווער עס געדענקט, געדענקט. און ווער עס געדענקט נישט, געדענקט נישט. אבער מיר געדיינקן, אמאל שוין זייער לאנג צוריק, כ'מיין אז עס שוין דורך מיליאן יאר, עכט. האמיר געהאט דא א ניק, איי אידאס א ניק געווען, גראדע אידאס נישט געווען דא, דאס איז געווען אין אלט-שטאט. אזא מאן דהו, וואס האט זיך פארשלייערט מיט יין שרף. איי אידאס געווען א ניק, לעילו נשמתו, מאך איך קידוש אילע וואך אויף א גרויס גלעזל יין שרף. פארשטייצעך אז ווען מ'טרונקט דריי אונסעס יי"ש, איז מען מער פרייליכער. און אז מ'איז מער פרייליך, לאזט זיך זאגן זאכן וואס מ'וואלט נישט געזאגט ווען מ'וואלט נישט געטרונקן.

ביי דעם קידוש איז געווען צוגעגרייט מכל טוב ארץ מצרים, כ'מיין צוזאגן, ס'געווען אייער קיכלעך מיט הערינג. איי ווער זאגט אז אין מצרים איז געווען הערינג מיט אייער קיכלעך? דאס לאז איך די תלמידי חכמים צוטרעפן, אויב געדענק איך גוט, איז עס צוויי בפירוש'ע פסוקים. למעשה איז ביים קידוש געווען מאטיאש מיט שטיגליץ. (דער וואס האט אויסגעטראפן דאס ווארט שטיגליץ, וועט פון גן עדן נישט ארויסגיין) נו, דער דאיען האט זיך געזעצט עסן.

אט הערט, קייגן איבער דעם דאיען זענען געזעסן צוויי פרי-זיבעלעך. צוויי ברידער, נאכנישט בר מצוה, אבער די חכמה זייערע שטינקט שוין איבער די אמאליקע בחורים. זיי האבן זיך צוגעזעצט צו די הערינג און אייער קיכלעך, ווי זיי העטן אקאורשט ארויס פון מצרים. כ'מיין צוזאגן, וויי זיי העטן אקאורשט אנגעקומען קיין מצרים. זיי האבן געגעסן מיט אזא האס, מיט אזא גרימצארן. אזש עס האט אויסגעקוקט אז זייער פאטער געט זיי נישט קיין טשולנט. אויף זייער בייכער האט אביסל אנדערש אויגעזעהן, און דאס האט מיך פארוואונדערט. קומט דער פאטער זיי רופן, ער וויל שוין אהיימגיין, רוף איך מיך אן, נישט מער און נישט ווייניקער, (גלויבט מיר איך האב זייער חרטה אויף מיין טאט, און טאקען וועגן דעם פארציייל איך דאס דא.) אהה, זיי האבן שוין געגעסן פיש ביז נאך שאלשידעס…. כאף נאר אז די טשולנט וועלן זיי קענען עסן. ברררררררררררררררר…… די גמרא זאגט: יין קשה, פחד מפיגו. דא האט דאס פחד פון די קינדער מפיג געווען מיין גילופין'דיגער מצב. דער טאטע רופט זיך מיר אן: אההה שערקויעך פאר'ן מיר זאגן. פון די אנדערע זייט געט ער שוין א שארפן בליק אויף זיין עלטסטן דארט, אזוי ווי צו זאגן: ווארט נאר ווארט.

נאך דאס האט מיר אויסגעפעלט, איך האדעך באמת גארנישט געמיינט. ס'האט מיר נאר געפאלן זייער אפעטיט, האבעך אזוי גע'לצה'ט. כ'בין דאך זיכער אז ווען די קינדער שרייבן ווען דא אין קרעטשמע, וואלטן זיי באשריבן די סטארי נאך פאר מיר, און אראפגריסן דעם שוטה וואס האט נישט קיין בעסער דאגות נאר צו מוסר'ן אינגלעך אין שוהל. אבער מה נעשה אז דער ארענדאר לאזט נאר אריין העכער דרייצן…

אזוי ווי זיי זענען אוועק געגאנען בפחי נפש, רוף איך זיך אן צו מיין שכן, אשאד איך האב זיך פאררעדט. פרעגט ער מיך בלשון בתמי', האסט דען נישט געזעהן ווי זיי קוקען אגאנצן צייט צום טאטן צו ער זעהט נישט? זאגעכעם וואס זאלעך טוהן אז דער ברוינפן האט געארבייט גוט?

איז אזוי, ווי אויבן געשריבן אידאך דער גאנצער ארטיקל אבי געקלעבט. איז וואס ווילעך דא? כ'וויל אז דער יין שרף וואס לעילו נשמתו מאך איך קידוש אויף א גאנץ גלעזן ברוינפן שבת אינדערפרי, ער זאל זיך מיען פון אויבן, און אפגעבן אביסל א באריכט צו די מעשה איז בארעכטיגט צו נישט. צו העלפט כפרה אויף דעם צו נישט.

יישר כוח למפרע.


;l;p- ;l;p- ;l;p-
מיין חתימה איז ליידיג, אויב האסטו עפעס א געדאנק פאר מיין חתימה, שיק אין אישי
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6407
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

KEWL האטצעך גענומען אויפברענגען אלטע פארשטויבטע אשכולות פון הינטערשטען בעיסמענט, אוי דאסי דאך מתוק מדבש (גארנישט מיט דבש מילך), פון די אלטע גווארדיע קרעטשמערס, מי יתן לנו תמורתם.................... פארפאלן, די חברה מאכט מען שויניש היינט!!!!
שמערלער
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערלער »

האסט א טעות דע מענטשען מאכט מען פיין היינט די פראבלעם איז אז ממאכט צופיל פון די אנדערע סארט...
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”