מיין ווינקל, הנשמה בקרבי.

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הנשמה בקרבי
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 3:15 pm

מיין ווינקל, הנשמה בקרבי.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הנשמה בקרבי »

הנשמה בקרבי האט געשריבן:איך בין נישט אליין. פינטל.
איך האב א טאטע וואס שטייט און גיבט אבאכט אויף מיר. ער האט מיר ליב.
ער איז דא אייביג. אפילו איך זע אים נישט, דאך זע איך אים יא. ער שטייט דאך דא מיט מיר צוזאמען, ווי איז מעגליך אים נישט צו זען?
קוק, דא איז ער, זע ווי אזוי ער דרייט וועלטן, ס’איז אנבעליוועבעל!
זעסט? ניין? אקעי, ס’איז גארנישט געשען, ס’איז זייער נארמאל צו האבן בלורי אויגן, ס’מאכט זיך ביי די שענסטע משפחות.
אבער האלט ביטע דיינע אויגעלעך אפען און הייב אן ארומצוקוקן, ווען דו וועסט אים באמערקן, טו דיר א טובה און כאפ א שמועס מיט אים, גלייב מיר אז דו וועסט נישט חרטה האבן.
און ביטע שעם זיך נישט פון אים, ער איז רעדי צו הערן ׳אלעס׳, ער איז דא פאר דיר. און בלויז פאר דיר. און ער פארשטייט דיר. ער ווארט פאר דיר.
זוך און זוך און געב נישט אויף.
זוכן איז טרעפן, און זוך די אמונה פון הארץ.
אם אסק שמים שם אתה, ואציעה שאול הנך.
הנשמה בקרבי
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 3:15 pm

Re: מיין ווינקל, הנשמה בקרבי.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הנשמה בקרבי »

אולי, אולי אזכה, לפרש שיחתי, לשפך ליבי כמים, לשפך ליבי כמים, נוכח פני ה’.

האסט שוין אמאל געטראכט וויאזוי עס פילט צו האבן איינער וואס פארשטייט דיר,
איינער וואס פילט מיט, מיט דיר,
איינער וואס הערט דיר אויס פיר און צוואנציג שעה א טאג,
איינער וואס נישט קיין חילוק איבער וואס די רעדע איז, הערט ער דיר אויס און האט א סעלושען,
איינער וואס האלט דיר אונטער,
איינער וואס קיין בושה פון אים עקזיסטירט נישט,
איינער וואס וויינט מיט דיר מיט,

און צו דער ׳איינער׳ קענסטו זיך אויסוויינען, און אויסגיסן דאס הארץ, און אלע שטיינער זאלן פון דיר אראפגיין,
דאס זעט אויס ווי א ווילדער חלום,

אבער וויסן זאלסטו, אז עס עקזיסטירט אזא ‘איינער’, און ער איז דא יעצט רעדי פאר דיר, דארפסט בלויז מאכן א קליין שפאלט, פתחו לי פתח כחוטו של מחט,

און אויב שפירסטו אז דו טאפסט א וואנט, זאלסטו וויסן אז דאס איז אויך פון דער ‘איינער’, און ער באהאלט זיך טיף, א הסתר בתוך הסתר, ווייל ער וויל דו זאלסט אים זוכן,

און מיין נישט אז ער באהאלט זיך און לאזט דיר אליין זיך ספראווען, ניין, ער האט פאר דיר געשיקט שלוחים וואס זאלן דיר העלפן, און ווייזן די וועג צו אים.

ער האט ארפגעשיקט אורות על גבי אורות, זעק און פעק, דאס זענען די צדיקים האמיתים שבדורינו, און די אלע צדיקים האמיתים שוכני עפר, די קדושים אשר בארץ המה,

זיי זענען אראפגעשיקט געווארן ספעציעל פאר דיר, צו באלייכטן דיין וועג, צום גרויסן טאטן אין הימל.

ובפרט האט ער מיט זיין גרויס אהבה און רחמנות אראפגעשיקט א נשמה וואס איז געווען א איש פלא, ונשמתו פלא גדול, א חידוש ווי אים לא היה מעולם, און ער איז געווען דא אויף אונזער עולם השפל פאר קארגע אכט און דרייסיג יאר, אבער האט אראפגעברענגט א אור, וואס מאכט בלינד די סטרא אחרא, און וואס לייכט אויף און פלאקערט אויף נשמות ישראל לאביהם שבשמים,
זוך און טרעף דער וועג וואס גאט ברוך הוא האט פאר דיר אויסגעטרעטן און טרעף די חיות און טעם החיים ביים גרויסן טאטן דורך זיינע גרויסע צדיקים.

פון די גאנצע וועלט טוט מען פליען, קומען צום רבינ’ס ציון, דער שטראל, צום הייליגן קוואל, נחל, נובע, מקור חכמה.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: מיין ווינקל, הנשמה בקרבי.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

גאר הארציג!

א שטיק נשמה.
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2648
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע: אומאן!

Re: מיין ווינקל, הנשמה בקרבי.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

ווער האט געלעבט אכט אין דרייסיק יאר? ר'נחמן? ר' נתן?
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: מיין ווינקל, הנשמה בקרבי.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

הקולמוס שלי האט געשריבן:ווער האט געלעבט אכט אין דרייסיק יאר? ר'נחמן? ר' נתן?

ר' נחמן
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14544
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: מיין ווינקל, הנשמה בקרבי.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

(עכט דארף איך אויך עפענען א נייע ניק צו קאמענטירן דא...)

---

גאר שטארק! ייש"כ!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”