בלאט 4 פון 28

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 12, 2008 11:21 am
דורך שמיי_דריי
שוין כ'מיין אז מ'קען שוין אוועקלייגן דעם אשכול ביז צום גדלי'

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 12, 2008 11:38 am
דורך סתם_אזוי
ווילאנג איך פיל עס נאך קען עס בלייבן אויבן!

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 1:33 am
דורך טהור-עיניים
יעצט שטעל זיך פאר אז איך האב אויסגעפאסט אויף אלטע טשולנט ווי לאנג איך וועל עס פילן

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 12:13 pm
דורך סתם_אזוי
וועסט עס נישט פילן לאנג, ווייל האסט זיכער נישט געגעסן צו אסאך פון עס..

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 02, 2008 2:04 pm
דורך פוילישער
כ'מיין אז היינט נאך א יו"ט מיט אזויפיל פליישיגע סעודות, לוינט זיך א מילכיגע סעודה.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 02, 2008 3:11 pm
דורך שמערי בערי
א געשמאק שטיקל טשיז קעיק, מיט א הייסע קאווע, און רינדעכיגע שמייכלדיגע טשיז דעלקעלעך....

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 02, 2008 6:10 pm
דורך טהור-עיניים
שמערי כ'אב גרויס הנאה, האסט גוטע השגות, צום נייעם יאר, לייג נאך צו אביסל האניג אויך, עמער אלע האבן א זיס לעכטיג שמייכלדיג יאר.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 02, 2008 6:14 pm
דורך אלעקסיי
נאך אביסל

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 02, 2008 7:30 pm
דורך שמערי בערי
האמער סוכ"ס געהאט א הייסע קאפע מיט קאקאש קעיק, יעצט ווארט מען אויפן האלבן שעה צו קענען עסן א ווארימען זופ

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 02, 2008 9:36 pm
דורך איך_הער
קעיק און מילך צום אויספאסטן, און זופ, טשאלענט, פאטעטא קוגל, און ירושלים'ער קוגל פאר נאכטמאל.

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 12, 2008 2:46 am
דורך שמערי בערי
מוצאי יו"כ תשס"ט, האניג קוקיס, טשיס קעיק, מיט א קאפי צום אויספאסטן.

חלה, פיש זופ פלייש מיט צוגעהערן פאר סעודת יו"ט.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 05, 2009 9:43 pm
דורך סתם_אזוי
אויף וואס גייען ענק אויספאסטן?

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 05, 2009 10:50 pm
דורך איך_הער
סתם_אזוי האט געשריבן:אויף וואס גייען ענק אויספאסטן?


אדער אויף א באנק, אדער אויף א בענקל, ס'קען גאר זיין אז שטייענדיג אויפן פלאר.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 06, 2009 11:41 am
דורך סתם_אזוי
קענסט באקומען גראבע פיס

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 06, 2009 7:08 pm
דורך scy4851
היימש געבאקען rye ברויט מיט קימעל, געבאקען און א ברעד בעיקינג מאשין, מיט ירקות זוף

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 06, 2009 11:20 pm
דורך איך_הער
און צום סוף האבעך טאקע אויסגעפאסט שטייענדיג, נאכאמאזל כאבעס ערווענט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 09, 2009 12:12 am
דורך האמבורגער
ביים אנדערן עק קו התאריך האט מען שוין אויסגעפאסט דאכט זיך, גרויזי ווי ביסטו?

אויף וואס האט איר אויסגעפאסט?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 09, 2009 9:56 pm
דורך תמים
אויב איז שוין דא אזאנס בין איך מכבד די מנהלים עס צוזאם צושטעלן

איך האב טועם געווען די נייע וועלט בארימטע סטראפקעווע ברוינפען. מיט א שטיקעלע בראני קעיק און דער זייט עס איז גראדע געווען פריש (קרעדיט משמש)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 09, 2009 11:58 pm
דורך שטרויזאק
א פריש שטיקל לעמאן שיפאן (קרעדיט דער צייטווייליגער זומער משמש),
אראפ געשווענקט מיט 2 קאלטע גלעזער וואדקע (קרעדיט ארמון).

דערנאך איז געקומען א לייכטע נאכטמאל:
פוטער ברויט, א טעלער הייסע סקוואש זופ, צוקוועטשטע ערד-עפל, מיט א הייסע קאווע (קרעדיט "אשת חיל").

פארעפענטליכט: שבת יולי 11, 2009 11:37 pm
דורך אלחנן
א קאווע מיט מזונות.. (וואס דארף מען מער??)

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 12, 2009 10:39 am
דורך סאכדעס
א קאווע און אמעריקען טשיז, דערנאך א נאכטמאל פון פרישע פלאנדער און ירקות. (קרעדיט: הערשל מייזליש)

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 12, 2009 10:45 am
דורך האמבורגער
אונגערישער בראנפן, נאכער אביסל מזונות, און נאכגעטרינקען א כוסה אראנדזש דזשוס.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 12, 2009 12:57 pm
דורך ווער בין איך?
א רעגולער סאפער

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 12, 2009 10:59 pm
דורך שמערי בערי
סטראפקאוו. אראנדש דשוס. מזונות.

צוקוועטשטע קארטאפל. מיט ווארימע זופ.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 14, 2009 8:58 am
דורך סתם_אזוי
קיינער האט נישט געפאלגט הרב מייזליש? א (?) מאפין אין א גלעזל קאווע?