בלאט 23 פון 28

פארעפענטליכט: שבת דצמבר 14, 2013 3:36 pm
דורך msp
אבער קריעם קעיק וועט קיינער נישט עסען צום אויספאסטען
למעשה האב איך איבערגעליינט קר"ש
קידוש געמאכט אויף וויין
און עס איז נישט געווען זייגער זעקס

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 15, 2013 3:00 am
דורך מכטי1
שוין לאאאאנג אויסגעפאסט....

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 15, 2013 11:13 am
דורך ידיד
קוקסט נאך גראדע אויס זייער בלאס.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 15, 2013 11:39 am
דורך קיקיון
פאר א איד מיט אזא הדרת פנים שרייבט מען "איר קוקט"

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 15, 2013 11:43 am
דורך ידיד
מיין הדרת פנים איז עפעס אוועקצומאכן?

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 15, 2013 11:49 am
דורך קיקיון
ידיד האט געשריבן:מיין הדרת פנים איז עפעס אוועקצומאכן?

ניט ג'וויסט אז איר האט שוין ניט קייו בארד
כ'מיינט אז די האסט נאך ניט

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 15, 2013 11:52 am
דורך ידיד
איר רעדט פון א הדרת פנים אדער א הדרת זקן?

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 15, 2013 11:58 am
דורך קיקיון
והדרת פני זקן

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 15, 2013 12:12 pm
דורך קיקיון
msp האט געשריבן:אבער קריעם קעיק וועט קיינער נישט עסען צום אויספאסטען
למעשה האב איך איבערגעליינט קר"ש
קידוש געמאכט אויף וויין
און עס איז נישט געווען זייגער זעקס

ג'בענשט פאר 6 אויך ?

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 15, 2013 12:23 pm
דורך AHA
איך האב זוכה געוועהן צו צוויי שלחנות
איינס מיר האבען קידוש געמאכט 5:59 אין דערנאך געטרינקען א פיינע קאווע אין א גיט שטיקעל קעז קוכען זיך אראפגעלייגט פאר א האלבע שעה
ב"ה די קאפ וויי איז אינגאנצען אוועק אין מען האט אנגעפאנגען שלום עליכם מיט א ווארימקייט אין זיך דערנאך געוואשען פאר די שבתדיגע סעודה.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 15, 2013 12:25 pm
דורך msp
קיקיון האט געשריבן:
msp האט געשריבן:אבער קריעם קעיק וועט קיינער נישט עסען צום אויספאסטען
למעשה האב איך איבערגעליינט קר"ש
קידוש געמאכט אויף וויין
און עס איז נישט געווען זייגער זעקס

ג'בענשט פאר 6 אויך ?


ניין
ב"ה מיא האבען מענג געווען את השבת מיט די משפחה במאכלי ערבות, בדברי תורה ובשירות ותשבחות ביז בערך זייגער זיבען

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 15, 2013 12:28 pm
דורך קיקיון
AHA האט געשריבן:איך האב זוכה געוועהן צו צוויי שלחנות
איינס מיר האבען קידוש געמאכט 5:59 אין דערנאך געטרינקען א פיינע קאווע אין א גיט שטיקעל קעז קוכען זיך אראפגעלייגט פאר א האלבע שעה
ב"ה די קאפ וויי איז אינגאנצען אוועק אין מען האט אנגעפאנגען שלום עליכם מיט א ווארימקייט אין זיך דערנאך געוואשען פאר די שבתדיגע סעודה.

א מילכיגער סעודת ר חידקא פרייטאג נאכט

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 15, 2013 12:31 pm
דורך AHA
אויב עס איז נישט אויסגעהאלטען לאזט מיר וויסען, איך האב עס בעיקר געטוהן כדאי נישט צו נעמען קיין טיילענאל אין שבת

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 15, 2013 12:35 pm
דורך קיקיון
ווער רעדט פון "נישט אויסגעהאלטען ? "
נור באמערקט א יקר המציאות
ב"ה אז די האסט זיך געקענט אויסהיילען אן TYLENOL

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 15, 2013 2:49 pm
דורך AHA
א דאנק פאר קיקיון פאר'ן צוצייכענען די גמרא פון ר' חידקא וואס זאגט אז מען דארף מאכען פיר סעודות אין שבת

Msp, האט אנגעמערקט אז עס קען זיין א פראבלעם מצד דאס קידוש מאכען אויף מזונות פרייטאג צו נאכטס, קענסט אפשר צו צייכענען ווי מען קען דאס נאכקוקען?

א גרויסען דאנק פון פאראויס

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 15, 2013 2:54 pm
דורך ניק ניק
האמער ב"ה געדאווענט ווי יעדע וואך נאך זמן ר"ת, זמירות פאר קידוש בנעימה ובמתינות ווי יעדע וואך. און קידוש געמאכט מיט גרויס התרוממות 6:10 בערך.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 15, 2013 3:11 pm
דורך קיקיון
AHA האט געשריבן:א דאנק פאר קיקיון פאר'ן צוצייכענען די גמרא פון ר' חידקא וואס זאגט אז מען דארף מאכען פיר סעודות אין שבת

Msp, האט אנגעמערקט אז עס קען זיין א פראבלעם מצד דאס קידוש מאכען אויף מזונות פרייטאג צו נאכטס, קענסט אפשר צו צייכענען ווי מען קען דאס נאכקוקען?

א גרויסען דאנק פון פאראויס

וועסט מיזען ווארטען אויף רמ"ש
דערווייל נור געטראפען אין שערי תשובה אולי א רמז
רע ג.JPG

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 15, 2013 3:38 pm
דורך קיקיון
אין מבאר אבותינו דא א רשימה פון פריערדיגע וואס האבען ניט מקפיד ג'ווען אויף בין שעה שישית לשבע
אויך בשם מרן מהרי ט"ב זי"ע בשם חותנו הרה"ק מפלאנטש זי"ע
און פון הרהגה"צ רמ"א פריינד זי"ע "דאס איז נור פאר רבי"ס "

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 15, 2013 3:45 pm
דורך ניק ניק
קיקיון האט געשריבן:און פון הרהגה"צ רמ"א פריינד זי"ע "דאס איז נור פאר רבי"ס "

אה, ווייס איך שוין א מקור צו מיין מנהג.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 15, 2013 6:19 pm
דורך קיקיון
ניק ניק האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:און פון הרהגה"צ רמ"א פריינד זי"ע "דאס איז נור פאר רבי"ס "

אה, ווייס איך שוין א מקור צו מיין מנהג.

דארפט זיך שוין ניט פארלאזען אויף קיקון בשם מבאר אבותיני
דא קענסט אליין זעהן וואס א מורה הוראה מובהק שרייבט
ועובדא ידענא ממרן מסאטמאר זי״ע כשחל עשרה בטבת בערב שבת שעשה קידוש בין שעה ו׳ לשעה זי, ואולי דשאני יום התענית שהוא שרוי בתענית, והלא אסור לישב בתענית בשבת
שו"ת נשמת השבת להגרי"ד הארפענעס שליט"א

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 15, 2013 6:29 pm
דורך קיקיון
AHA האט געשריבן:א דאנק פאר קיקיון פאר'ן צוצייכענען די גמרא פון ר' חידקא וואס זאגט אז מען דארף מאכען פיר סעודות אין שבת

Msp, האט אנגעמערקט אז עס קען זיין א פראבלעם מצד דאס קידוש מאכען אויף מזונות פרייטאג צו נאכטס, קענסט אפשר צו צייכענען ווי מען קען דאס נאכקוקען?

א גרויסען דאנק פון פאראויס

דארפסט שוין ניט ווארטען אויף רמ"ש דא האסט די וואס הגרי"ד הארפענעס שליט"א שרייבט אבל נלענ״ד שיש מקום בראש לההמיר, ובפרט בכוס יי אבער קוק ווייטער וועסט זעהן אז לעת הצורך שפיר דמי
ובנוגע מי שיש לו אורח והאורח אינו מקפיד מלקדש בין שעה שש לשביעי אי שפיר דמי ליתן לו בלילה לקדש ושיאכל כזית פהב״כ אחר שיקדש, ועיקר הסעודה יעשה עם הבעה״ב שמדקדק לקדש רק אחר שעה ז', ונראה דשפיר דמי שהרי יש איסור להיות שבת במעונה, ועוד דזה ג״כ כאי אפשר בענין אחר.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 16, 2013 8:45 am
דורך msp
א דאנק פאר דער מראה מקום

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 16, 2013 10:08 am
דורך מכטי1
אמאהל ביי א תענית האט מיר איינער געזאגט אז די פראבלעם ביי אלע תעניתים אז מ'פאסט אויס אויף שוטתים, מזונות וכדומה און דערנאך קאן מען גארנישט עסן, מ'דארף אויספאסטען אויף א סעודה, אזוי האב איך טאקע געטוען דעם שבת און כ'האב אריינגעהאקט א גאנצע סעודה לכבוד שבת....

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 17, 2013 7:51 am
דורך msp
א שאלה פון אין עושין מצוות חבילות.....

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 17, 2013 2:00 pm
דורך סביב העולם
מעקען נאך אויספאסטן דא?