בלאט 21 פון 28
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 24, 2012 9:37 am
דורך פארדינט
געלעגער האט געשריבן:ווי געווענליך. א גלעזל שנאפס, נאכפאלגענדיג מיט א טעלער קאקאש קוכן און א ווארימע קעז קיכן מיט א שאקאלאדע. א גלעזל מאראנצן זאפט און א ווארימע קאווע.
פויזע
א טאוסטעד ראלל מיט פיטער, צוויי סקאאפס סעלמען סעלעד מיט א וועדזשטעבל סאלאט. אפאר גלעזליך וואסער מיט א טשיז צו די מיקס.
דו בוסט מסתם זאט פאר וואך...
געלעגער האט געשריבן:.. בורא נפשות..
וואס איז מיטן על המחי'?
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 24, 2012 10:13 am
דורך שמעק_טאביק
איך קען נישט דעסיידען צי מיין תגובה באלאנגט דא אדער אינעם דורכפאל אשכול.
די חשוב'ע עקרת הבית האט מיר געבאקן א פרישן טארט לכבוד'ן אויספאסטן. אין ביהמ"ד וואו כ'האב גע'מעריב'ט האט מען געגעבן פיינע אויספאסטן, אבער איך האב זיך איינגעהאלטן כדי צו געבן דעם פארדינטן אטענשאן פאר די שטוב.
אנקומענדיג אהיים, פארקלאפט זי מיט די הענט און זאגט, אוי געוואלד, איך האב מיך פאררעכנט מיט די צייט... די קעיק דארף נאך באקן א האלבע שעה...
די רעשטע, ווי מ'זאגט, לאז איך פאר אייך אויסצו'פיגורן...
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 24, 2012 10:21 am
דורך פליגל
אויספיגערן? האסט אויסגעפאסט אויף אפאר אומ'געזאלצענע האל-וויט קרעקערס...
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 24, 2012 11:18 am
דורך קיקיון
פליגל האט געשריבן:אויספיגערן? האסט אויסגעפאסט אויף אפאר אומ'געזאלצענע האל-וויט קרעקערס...
נע! ר'האט זיך דערמאנט ווי גוט עס איז ג'ווען די מאמע האט אים ג'געבין אויסלעקעו דעם MIXER
כ'האב זיך ג'כאפט אז היינט לאזט מען נישט עסען רויע אייער אבער אפשר וועגען שלו' בית מעג מען יא
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 24, 2012 11:56 am
דורך משזר
שמעק_טאביק האט געשריבן:איך קען נישט דעסיידען צי מיין תגובה באלאנגט דא אדער אינעם דורכפאל אשכול.
די חשוב'ע עקרת הבית האט מיר געבאקן א פרישן טארט לכבוד'ן אויספאסטן. אין ביהמ"ד וואו כ'האב גע'מעריב'ט האט מען געגעבן פיינע אויספאסטן, אבער איך האב זיך איינגעהאלטן כדי צו געבן דעם פארדינטן אטענשאן פאר די שטוב.
אנקומענדיג אהיים, פארקלאפט זי מיט די הענט און זאגט, אוי געוואלד, איך האב מיך פאררעכנט מיט די צייט... די קעיק דארף נאך באקן א האלבע שעה...
די רעשטע, ווי מ'זאגט, לאז איך פאר אייך אויסצו'פיגורן...
האסט אנגעהויבן צי וויינען..
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 24, 2012 3:23 pm
דורך יאנקעל פעדראטשיק
מאנ-יימער האט געשריבן:לכאורה האט געשריבן:מאנ-יימער האט געשריבן:שהכל ניהי' בדברו... פיר פינעף אונסעס יין שרף, עטליכע שניטן שווערע מארמארשטיין קוכן, א קעז דעלקעלע, געטרינקען אזא סארט יאגדעס געטראנק, געהערט עטליכע לשון הרע'ס, על המחיה... בורא נפשות.
אויב רעדסטו פון די געטראנק וואס איך האב געטרונקן [מיט יאנקל פאדראטשיק ביי די זייט] זאלסטו וויסן אז דאס איז געווען אויסגעמישט מיט וואדקע!
נעוואדע, שריים פונעם קידוש,
נישט געוואוסט אז דיין יונגל האט שוין אויך א ניק...
איך האב עס נישט געטרונקן נישט ביים קידוש אין נישט ביים אויספאסטן, לכאורה קוקט אבער אויס ווי סאיז יא גוט געווען, איך האב אויסגעפאסט אויף איין גלעזעלע ברוינפן מיט צוויי קיפעלעך לכאורה האט גע'פסק'ענט אז סאיז גענוג צו מאכן על המחי', און אהיים געגאנגען עסן נאכטמאל
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 24, 2012 3:40 pm
דורך ידיד
משזר האט געשריבן:שמעק_טאביק האט געשריבן:איך קען נישט דעסיידען צי מיין תגובה באלאנגט דא אדער אינעם דורכפאל אשכול.
די חשוב'ע עקרת הבית האט מיר געבאקן א פרישן טארט לכבוד'ן אויספאסטן. אין ביהמ"ד וואו כ'האב גע'מעריב'ט האט מען געגעבן פיינע אויספאסטן, אבער איך האב זיך איינגעהאלטן כדי צו געבן דעם פארדינטן אטענשאן פאר די שטוב.
אנקומענדיג אהיים, פארקלאפט זי מיט די הענט און זאגט, אוי געוואלד, איך האב מיך פאררעכנט מיט די צייט... די קעיק דארף נאך באקן א האלבע שעה...
די רעשטע, ווי מ'זאגט, לאז איך פאר אייך אויסצו'פיגורן...
האסט אנגעהויבן צי וויינען..
ער האט אנגעהויבן וויינען? כ'מיין אז זי האט געוויינט...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 21, 2013 6:00 pm
דורך למעלה משבעים
נאך אביסל צו גיין.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 21, 2013 6:03 pm
דורך יוראפ
א געבראטענע ... מיט א גלאז ....
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 21, 2013 6:19 pm
דורך רבניש
יוראפ האט געשריבן:א געבראטענע ... מיט א גלאז ....
יוראפ תקנת האשכול
ווער עס האט אויסגעפאסט מיט זעקס שעה צוריק.. קען נישט היצט אריינרעדן, ווי זיך צו רייצען מיט מיין טריקענעם מויל, און האמערדיגען קאפ
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 21, 2013 6:48 pm
דורך יוראפ
רבניש האט געשריבן:יוראפ האט געשריבן:א געבראטענע ... מיט א גלאז ....
יוראפ תקנת האשכול
ווער עס האט אויסגעפאסט מיט זעקס שעה צוריק.. קען נישט היצט אריינרעדן, ווי זיך צו רייצען מיט מיין טריקענעם מויל, און האמערדיגען קאפ
זאגניש איר וואוינט אין על עי און איר האט נאך אפאר שעה צו גיין
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 21, 2013 7:05 pm
דורך רבניש
יוראפ האט געשריבן:רבניש האט געשריבן:יוראפ האט געשריבן:א געבראטענע ... מיט א גלאז ....
יוראפ תקנת האשכול
ווער עס האט אויסגעפאסט מיט זעקס שעה צוריק.. קען נישט היצט אריינרעדן, ווי זיך צו רייצען מיט מיין טריקענעם מויל, און האמערדיגען קאפ
זאגניש איר וואוינט אין על עי און איר האט נאך אפאר שעה צו גיין
ניין דעם על עי זייגער ניץ איך נאר צופרי ביים אויפשטיין
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 21, 2013 7:33 pm
דורך יוראפ
רבניש האט געשריבן:יוראפ האט געשריבן:רבניש האט געשריבן:יוראפ האט געשריבן:א געבראטענע ... מיט א גלאז ....
יוראפ תקנת האשכול
ווער עס האט אויסגעפאסט מיט זעקס שעה צוריק.. קען נישט היצט אריינרעדן, ווי זיך צו רייצען מיט מיין טריקענעם מויל, און האמערדיגען קאפ
זאגניש איר וואוינט אין על עי און איר האט נאך אפאר שעה צו גיין
ניין דעם על עי זייגער ניץ איך נאר צופרי ביים אויפשטיין
נו לאמיר שוין הערן וואס איר האט אריינגעהאקט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 21, 2013 7:50 pm
דורך רבניש
איז אזוי:
א גאנץ באטל משקה (האב נישט מורא די קליינע גגנבעט פון די אנגעגרייטע משלוח מנות)
א קפה. 20 אונס
4 רעפטלעך טריקן ברויט, מיט פיטער אנגעפירקלט דערויף בערך אן אינטש
א געשמאקען געלער אייער שפאז. פון 3 אייער
א נאבעלער גרינצייג סאלאט אויל לרחצה, שווארץ פעפער, מיט קאמין אריינגעשמאלצען.
אין יעצט האלט מען ביי פאזע:
מזונות ריר איך נישט צו נאך א תענית אפי' סריפט זיך טשיס קעיק
איך זעי די פרישע חלות נאך זיך קילען אויף די קאונטער, סקוקט אויס אז באלד גייט הרבנית תליט"א דארפן איבערציילן חזר ומנאן אבער מתוך חבתן גייט נישט שטימען איר חשבון!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 21, 2013 8:07 pm
דורך יוראפ
חסידים נאכניש כאפן שיריים
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 21, 2013 10:51 pm
דורך יוראפ
זעה איך דא דערוילעם האט היפש קליינע השגות (אפילו רבניש) מעדארף דא עמערדזשענסי אקטיוויזירן די מכון להשביע קנעפל
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 21, 2013 10:55 pm
דורך שמעלקא טויב
אויסגעפאסט אויף א גלעזל שנאפס (נד"נ) און א שטיקל מידי דמיזן.
אהיים פון שוהל צו טרינקן א קאווע חמה מיט א שטיקעל צימערינג קעיק (אין מיינע יארן איז עס א גאנגבארא מאכל), און א שעה דערנאך האמיר געגעסן א שטיקל טשיקן מיט רייז!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 21, 2013 10:58 pm
דורך געלעגער
קליינע השגות? לאמיר זען.
א פארפרוירענע גלעזל גלען ליוויד
א גלאז מאראנצן זאפט, א שיין סלייס טשיז קוכן, א פריש געבאקענע קאפקעיק, א פריש געבאקענע קעיק, טשאקעלאדן צו די זייט, א טארינאו טשאקלאד צו די קאווע.
פויזע,
א גרויסע וועגטעבעל סאלאד, טונא, טאוסטעד ראלל מיט פיטער און טשיז, וואסער צו צושלינגען.
נאך עפעס?? כ'געדענק שוין נישט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 21, 2013 11:06 pm
דורך קיקיון
יוראפ האט געשריבן:זעה איך דא דערוילעם האט היפש קליינע השגות (אפילו רבניש) מעדארף דא עמערדזשענסי אקטיוויזירן די מכון להשביע קנעפל
די מיינסט נישט SOVEYA וואס זייער לאזונג איז
CHANGING THE JEWISH WORLD ONE POUND AT A TIME
זיי ארבייטען אויף NUTRITION ע"פ תורה

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 21, 2013 11:17 pm
דורך רבניש
געלעגער האט געשריבן:קליינע השגות? לאמיר זען.
א פארפרוירענע גלעזל גלען ליוויד
א גלאז מאראנצן זאפט, א שיין סלייס טשיז קוכן, א פריש געבאקענע קאפקעיק, א פריש געבאקענע קעיק, טשאקעלאדן צו די זייט, א טארינאו טשאקלאד צו די קאווע.
פויזע,
א גרויסע וועגטעבעל סאלאד, טונא, טאוסטעד ראלל מיט פיטער און טשיז, וואסער צו צושלינגען.
נאך עפעס?? כ'געדענק שוין נישט
רחמנא ליצלן. אזאנע חאזערייען נאך א טאג פאסטן?
גלייבט מיר איך וואלט ענדערש געבליבען פאסטן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 21, 2013 11:24 pm
דורך געלעגער
חזריי?? מיין מאמע האט דאס נישט געלאזט זאגן אויף עסן.. פע, פעפעפע...
אגב מיין איך אז דאס איז געווען פון די לייכסטע אויספאסטנס.
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 22, 2013 8:30 am
דורך msp
נעכטען אויסגעפאסט אויף א שאל קאווע
און שפעטער געגעסען ביי די סעודת הילולא בביהמ"ד דחסידי באבוב
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 25, 2013 6:40 pm
דורך פריי זיך
מאטיאש העררינג מיט קיכלעך רעדי
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 25, 2013 6:47 pm
דורך יוראפ
יויש אינגאנצן פארגעסן לאמיר שנעל לויפן
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 26, 2013 7:24 am
דורך msp
א שווערע תענית געווען....
יהפך לששון ולשמחה בקרוב...
געהאט א גלאז קאווע מיט א קרואססאן
א ביסעל טרויבען און מעלאנע....
וזהו זה...