בלאט 20 פון 28

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 23, 2012 3:19 pm
דורך IMBZ
געלעגער האט געשריבן:פאר די זעלבע געלט פארוואס בלייבסטו נישט פאסטן?

הא הא הא

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 23, 2012 3:35 pm
דורך ווינקל
נאך 2 שעה מיט 9 מינוט.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 23, 2012 3:38 pm
דורך פארדינט
ווינקל האט געשריבן:נאך 2 שעה מיט 9 מינוט.

וואס רעדסטו??? ר' מנחם שלום עסט שוין לאנג...

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 23, 2012 3:49 pm
דורך מחותן
ווינקל האט געשריבן:נאך 2 שעה מיט 9 מינוט.


אייך האב אייך אלע אויפן בוידעם (וועא״מ) איך גיי היינט אויספאסטן שפעטער ווי יעדעם.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 23, 2012 4:00 pm
דורך געלעגער
וואס הייסט שפעטער?

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 23, 2012 4:13 pm
דורך אנעים זמירות
איך געדענק נישט צי איך האב שוין געשריבען אבער ממילא מעג מען איבער'חזר'ן מפני הסכנה. זיי זאגען עס איז נישט געזונט אויסצופאסטען אויף א ליידיגען מאגען, ענדערש זאל מען צו ווארטען אביסעל.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 23, 2012 4:15 pm
דורך מחותן
געלעגער האט געשריבן:וואס הייסט שפעטער?


ערגעץ ארום זיבן אזייגער

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 23, 2012 4:25 pm
דורך ווינקל
אנעים זמירות האט געשריבן:איך געדענק נישט צי איך האב שוין געשריבען אבער ממילא מעג מען איבער'חזר'ן מפני הסכנה. זיי זאגען עס איז נישט געזונט אויסצופאסטען אויף א ליידיגען מאגען, ענדערש זאל מען צו ווארטען אביסעל.

וואזוי פאסט מען אויס נישט אויף א ליידיגן מאגן?

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 23, 2012 4:37 pm
דורך מאנ-יימער
ווינקל האט געשריבן:
אנעים זמירות האט געשריבן:איך געדענק נישט צי איך האב שוין געשריבען אבער ממילא מעג מען איבער'חזר'ן מפני הסכנה. זיי זאגען עס איז נישט געזונט אויסצופאסטען אויף א ליידיגען מאגען, ענדערש זאל מען צו ווארטען אביסעל.

וואזוי פאסט מען אויס נישט אויף א ליידיגן מאגן?

ס'איז מרפסין איגרא.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 23, 2012 5:45 pm
דורך motorola
ברוך אתה ה'...
אאאאהההה!!! א פיינער גלעזעל ברונפען

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 23, 2012 5:45 pm
דורך געלעגער
ס'איז 44. ברוך אתה... שהכל נהי' בדברו! אמן!!

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 23, 2012 5:48 pm
דורך יוראפ
motorola האט געשריבן:ברוך אתה ה'...
אאאאהההה!!! א פיינער גלעזעל ברונפען

גלעזל אדער גלאז?

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 23, 2012 5:55 pm
דורך motorola
און מיין שול געט מען נאך גלעזעלך...

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 23, 2012 6:33 pm
דורך ידיד
א שטיק קעז קוכן, א הייסע קאכעדיגע קאווע, מיט א ציגרעטל , אההה... יוי אידאס גוט... כ'מיין אז מ'גיימיר דאס מאכן יעדן זונטאג..

פארוום טאקע נישט

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 23, 2012 6:36 pm
דורך קיקיון
אין בה"מ ווי איך האב יעצט ג'דאווענט האבען איטליכע אידען געמאכט א מנין מעריב נאכען טועם זיין
דאכט זיך ס'וואלט געווען א גלייכע זאך יעדער זאל זיי טוען בפרט די וואס זענען מדקדק אויף
ק"ש בזמנה, לויט א סך גדולי הוראה קען מען שוין עסען בין השמשות ביי א תענית דרבנן


כ'מיין אז מ'גיימיר דאס מאכן יעדן זונטאג..
וואס עפכס זונטאג ???

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 23, 2012 6:39 pm
דורך ידיד
נאר וואדען, שבת?

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 23, 2012 6:58 pm
דורך מאנ-יימער
שהכל ניהי' בדברו... פיר פינעף אונסעס יין שרף, עטליכע שניטן שווערע מארמארשטיין קוכן, א קעז דעלקעלע, געטרינקען אזא סארט יאגדעס געטראנק, געהערט עטליכע לשון הרע'ס, על המחיה... בורא נפשות.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 23, 2012 7:51 pm
דורך גוגל
מאנ-יימער האט געשריבן:שהכל ניהי' בדברו... פיר פינעף אונסעס יין שרף, עטליכע שניטן שווערע מארמארשטיין קוכן, א קעז דעלקעלע, געטרינקען אזא סארט יאגדעס געטראנק, געהערט עטליכע לשון הרע'ס, על המחיה... בורא נפשות.

איך בין נישט חושד, איך מיין האסט עס נאר געזאגט פאר די דזאוק

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 23, 2012 8:01 pm
דורך לכאורה
מאנ-יימער האט געשריבן:שהכל ניהי' בדברו... פיר פינעף אונסעס יין שרף, עטליכע שניטן שווערע מארמארשטיין קוכן, א קעז דעלקעלע, געטרינקען אזא סארט יאגדעס געטראנק, געהערט עטליכע לשון הרע'ס, על המחיה... בורא נפשות.

אויב רעדסטו פון די געטראנק וואס איך האב געטרונקן [מיט יאנקל פאדראטשיק ביי די זייט] זאלסטו וויסן אז דאס איז געווען אויסגעמישט מיט וואדקע!

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 23, 2012 8:05 pm
דורך געלעגער
ווי געווענליך. א גלעזל שנאפס, נאכפאלגענדיג מיט א טעלער קאקאש קוכן און א ווארימע קעז קיכן מיט א שאקאלאדע. א גלעזל מאראנצן זאפט און א ווארימע קאווע.

פויזע


א טאוסטעד ראלל מיט פיטער, צוויי סקאאפס סעלמען סעלעד מיט א וועדזשטעבל סאלאט. אפאר גלעזליך וואסער מיט א טשיז צו די מיקס.


.. בורא נפשות..

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 23, 2012 8:06 pm
דורך לכאורה
עס דארף צו זיין א ספעצילע אשכול "אויף וואס האט איר אויסגעפאסט".

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 23, 2012 8:16 pm
דורך מאנ-יימער
לכאורה האט געשריבן:
מאנ-יימער האט געשריבן:שהכל ניהי' בדברו... פיר פינעף אונסעס יין שרף, עטליכע שניטן שווערע מארמארשטיין קוכן, א קעז דעלקעלע, געטרינקען אזא סארט יאגדעס געטראנק, געהערט עטליכע לשון הרע'ס, על המחיה... בורא נפשות.

אויב רעדסטו פון די געטראנק וואס איך האב געטרונקן [מיט יאנקל פאדראטשיק ביי די זייט] זאלסטו וויסן אז דאס איז געווען אויסגעמישט מיט וואדקע!

נעוואדע, שריים פונעם קידוש,

נישט געוואוסט אז דיין יונגל האט שוין אויך א ניק...

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 23, 2012 10:57 pm
דורך לכאורה
מיין אינגל האט נאכנישט קיין ניק, קוים א ניקל. און ער וואלט נישט געקענט הייסן יאנקל פאדראטשיק, זינט דאס איז זיין פאטערס אימעיל נאמען...

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 24, 2012 3:02 am
דורך פליגל
אויב איינער וווייסט ווי קרעמער וואוינט וואלט אפשר געווען שייך אריבער גיין פרעגן (טעלפאן ארבייט נאך יא ביי אים?) אויף וואס ער האט אויסגעפאסט, אדער העכסענס וואס איז געווען אין פאלקס קיך?

מיט דאנק פון פארנאויס.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 24, 2012 5:43 am
דורך msp
נו איך אכניס ראשי בין ההרים האלו
איך האב געהאט לכבוד דעם אויספאסטען א חלה-באן
אזא געשמאקע וואס די רביצין באקט אליין
טאקע נישט אינגאנצען אויסגעהאלטען לפי הילכות דייעט
אבער צומאהל יש להקל....
א גלאז קאווע
א פיש-קאהל צוויי געבאקענע קארטאפעל מיט סאלאטען
און טרויבען פאר "אפטערס"