גריסן און שמועסן
מאנטאג יולי 30, 2012 9:33 am
אין פרינציפ יא
אבער להלכה מסתמא מעג מען עס נישט אהנטוהן...
Advertisement
מאנטאג יולי 30, 2012 9:57 am
יוראפ האט געשריבן:קיקיון האט געשריבן:יוראפ האט געשריבן:דאס קען מען ניצן צום איינפאסטן, פאסטן, אויספאסטן
פאסטען ?? ווי אזוי??? אדער אפשר מיינסט די
פּאָסטען מיט א פ דגושה
אנצוטון, ניין?
אנטוען???? ח"ו ביזוי אוכלין
מאנטאג יולי 30, 2012 9:58 am
ריכטיג
אבער למען הווערטעל איז עס גוט...
מאנטאג יולי 30, 2012 11:13 am
אהההה...
נאך א מזל דו זאגסט עס איז א ווערטל...
מאנטאג יולי 30, 2012 11:25 am
דריי פעניצלעך מיט פוטער, און א טעלער זופ.
מאנטאג יולי 30, 2012 11:28 am
והעיקר שכחתי
אפאר קיפעלעך, דריי סלייסעס מארבל קעיק, אפאר גלעזלעך אראנדזש דזשוס, און 10 מינוט שפעטער צוויי סלייסעס איבערגעצויגענע פלאונדער פיש מיט פאטעטאס
די צוויי ציגארעטלעך נאך קידוש לבנה האבן געהאט גאר א אנדער טעם נאך אזא אויספאסטן
מאנטאג יולי 30, 2012 11:46 am
עס איז נישט ערלויבט צו רייכערן אין דעם אשכול
אריין אין סמאקינג אשכול!
מאנטאג יולי 30, 2012 11:49 am
נעכטן אינמיטן טאג אינמיטן רייכערן א ציגרעטל קומט איינער צו און נעמט זיך שרייען "מען מעג נאר בצנעה"
זאג איך אים "וואס קוקסטו??"
---
לעניננו, וואס קוקסטו? ביז איך האב נישט אויסגעזאגט האסטו נישט געפילט די רויעך, פלוצלינג נעמסטו זיך שרייען?!?
דינסטאג יולי 31, 2012 2:38 am
ער וויל ראטעווען דיין געזונט....
דינסטאג יולי 31, 2012 1:14 pm
קען נישט זיין, ער זאגט איך זאל אריינגיין אין סמאקינג אשכול
דינסטאג יולי 31, 2012 1:22 pm
די אמת איז (שששש... זאג נישט אויס פאר קיינעם) ס'איז געקומען פון קנאה.
דינסטאג יולי 31, 2012 1:29 pm
און דו רופסט זיך נאך ידיד?!
מיטוואך אוגוסט 01, 2012 2:58 am
ער מיינט קנאת סופרים...
מיטוואך אוגוסט 01, 2012 8:21 am
יישר כח ר' מ.ש. פארן זיך אננעמען פאר מיין פארשוועכטע כבוד...
מיטוואך ספטמבר 19, 2012 8:58 am
באלד בקרוב ממש קומט אהן דער זמן המיוחל : אויספאסטען.....
געראדע בין איך אויפגעשטאנען פריה און געהאט ברעקפעסט....
מיטוואך ספטמבר 19, 2012 10:25 am
היינט וועל איך פאסטן מיט בערך א שעה לענגער ווי נעכטן
מיטוואך ספטמבר 19, 2012 10:43 am
וואו
אזוי לאנג האט גענומען דאס דאווענען ביי ענק?
ביי אונז האט מען זיך געשטעלט אכטע
און געענדיגט בערך צווייע...
מיטוואך ספטמבר 19, 2012 10:53 am
כ'האב אמאל געהערט אז עס איז נישט געזונט אויסצופאסטען גלייך נאך א תענית, נא מען זאל אביסעל צו ווארטען...
מיטוואך ספטמבר 19, 2012 11:22 am
נעוואדע מען דארף דאך ערשט ליינען קריאת שמע....
מיטוואך ספטמבר 19, 2012 1:18 pm
msp האט געשריבן:באלד בקרוב ממש קומט אהן דער זמן המיוחל : אויספאסטען.....
געראדע בין איך אויפגעשטאנען פריה און געהאט ברעקפעסט....
דער רבי איז נישט מקפיד אויפן זוה"ק נישט צו עסן נאכן אויפשטיין?
אדער האט דער רבי שוין געהאלטן נאך שחרית אויך, נאר עדיין לא עלתה חמה במזרח?
מיטוואך ספטמבר 19, 2012 1:24 pm
ס'שאפט נישט קיין אומאנגענעמע בויך-געוויי דאס זיך אנעסן אין די פארטאגס שעה'ן - ספעציעל נאך די גרויסע יום טוב סעודה'ס?
msp האט געשריבן:באלד בקרוב ממש קומט אהן דער זמן המיוחל : אויספאסטען.....
געראדע בין איך אויפגעשטאנען פריה און געהאט ברעקפעסט....
מיטוואך ספטמבר 19, 2012 1:27 pm
אויף וועלכע הערינג לוינט זיך דאס בעסטע אויסצופאסטן?
מיטוואך ספטמבר 19, 2012 1:28 pm
איך בין הינגעריג, איך האב געווארט נעכטן נאכט ביז 12 צו טרינקען א קאווע, און געגאנגען זאגען סליחות 12:50 און איך בין הינגעריג
יעקל האקט שוין, נאר איין זאך אויף הערינג לוינט נישט אויסציפאסטן
מיטוואך ספטמבר 19, 2012 1:32 pm
פארוואס נישט? ענדערשט אויספאסטן אויף יאפטשיק?
מיטוואך ספטמבר 19, 2012 1:52 pm
לכאורה האט געשריבן:msp האט געשריבן:באלד בקרוב ממש קומט אהן דער זמן המיוחל : אויספאסטען.....
געראדע בין איך אויפגעשטאנען פריה און געהאט ברעקפעסט....
דער רבי איז נישט מקפיד אויפן זוה"ק נישט צו עסן נאכן אויפשטיין?
אדער האט דער רבי שוין געהאלטן נאך שחרית אויך, נאר עדיין לא עלתה חמה במזרח?
לכאורה ביזטו גערעכט....
כ'בין נישט מקפיד ווייל כ'האב נישט געזעהן אזוי ביי אבותיי