בלאט 2 פון 28

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 20, 2008 11:23 pm
דורך קרעמער
מוצאי ת"ב עסט מען מילכיגס, ווייל מען טאר נישט עסן פליישיגס ביז עשרה באב נאך חצות, אבער מוצאי יעדע אנדערע תענית עסט מען פלייש אין גרויסן (סעודת מוצאי יום כיפור יוכיח, סעודת פורים יוכיח, און מיין היינט-נאכטיגע סאפער יוכיח).

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2008 9:41 am
דורך סאכדעס
ביינוז האט מען אויסגעפאסט אויף א מיליכגען סאפער, צוגעשטעלט דורך די בארימטע קעכערן אין בית סאכדעס. עס איז געווען עגסעליד, אוויקאדאו, האולוויט קרעקערס, טשיז בלינטשעס.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2008 9:07 pm
דורך וויכטיג מאכער
אין ביהמ"ד: קאקאש קעיק, מארבעל קעיק, אייער קיכלעך, הערינג, (דריי מינע), פרוט פאנטש, אראנדזש דזשוס.

אינדערהיים: רויטע מעלאונע, האלוויט ברויט, רייס קעיק, אוועקאדאו, טונא, וועדזשטעיבעל סעלעד, קאלטע מילעך, מיט די מעדעצין.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2008 11:13 pm
דורך סאכדעס
ניבאדעי, נאך אזויפיל עסן, וואלטעך אויך גענומען מעדיצין.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 22, 2008 12:15 am
דורך שמערי בערי
באנינץ אין קאנטרע איז געווען שיס קעיק מיט קרעמערס, כ'מיין קרעקערס... ברויפן מיט ארענדשוס, און פרוכט זאפט.

און שפעטער איז געווען מעטש פאטעטאס מיט פללאטמבלעזר פיש...

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 22, 2008 12:42 am
דורך הצלהמעמבער
איך זעה אז די עולם קען זיך נאך נישט בארויגען פון די אויספאסען מען הערט נישט אויף צו שרייבן דא אין דעם אשכול, לאזטס איבער אביסעל אויף ת"ב אוויך....

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 22, 2008 8:41 am
דורך איך_הער
איך זעה, אז הצלה מעמבער איז זייער נייגעריג. נו דא האסטו.

אין שול, (כ'הער אז ס'איז א שול.) טשיז קעיק, קאקאש קעיק, ראגעלעך, אראנזש זשוס. (און רעגן וואסער צום אהיים גיין.)

אינדערהיים, פעט פרי פלאנדער פיש, מיט פרענטש פריי. (עטס כאפטס די שידוך?)

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 22, 2008 5:28 pm
דורך פוילישער
עס איז צום באוואונדערן די היינטיגע פרויען, קיינער האט זיך נישט דערוואגט צו דעליווערן צום אויספאסטן, איבערגעבליבנע טשולענט פון שבת, טראץ ס'איז געווען זונטאג נאכט...

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 22, 2008 6:00 pm
דורך שמערי בערי
אבער פוילישער האלט ווייטער אן מיט זיינע טשולענט, אפילו בשעת'ן אויספאסטן...

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 22, 2008 6:10 pm
דורך דארפסמאן
און שול אסאך קעיק, אינדערהיים כמעט גארנישט

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 2:57 am
דורך טהור-עיניים
ווערהאט עפעס א גוטע עצה וואס זיך אנצוגרייטן אויף אויסצופאסטן מוצאי תשעה באב. (באמת האף איך אז ס'עט נישט אויספעלן ווייל מ'עט שוין זיין אין ארץ ישראל מיט'ן נייעם אויפגעבויעטן בית המקדש, וועלכעס וועט זיין פיל שענער פון דעם נייעם קרעטשמע, אבער דערפאר טאקע ברענג איך עס שוין ארויף, ווייל אפשר ביז דעמאלס וועטעס שוין נישט זיין נוגע)

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 10:12 am
דורך יצמח
איך האב א צווייטע פראגע ווער האט עפעס א גוטע עצה אויף וואס איינציפאסטען ביי שאלעשידעס?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 10:18 am
דורך שמערי בערי
כ'מיין אז ניין שלונגעס וואסער...

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 10:32 am
דורך סתם_אזוי
איך מיין די ניין שלינגעס העלפט נאר אויב מען טוט עס מיט איין האנט אויף די מזוזה, און מען טרינקט עס מיט איין אטעם....

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 08, 2008 3:16 am
דורך טהור-עיניים
און מ'שטייט נאר אויף איין פוס, און מ'ניצט נאר איין האנט,

אווווווווווווווווון, נו, ענדיג צו,

מ'האלט אפן נאר איין אויג................

און דאס אנדערע האלט מען צוגעמאכט, אזוי ווי ..............

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 08, 2008 10:36 am
דורך אבאמא09
טהור-עיניים האט געשריבן:ווערהאט עפעס א גוטע עצה וואס זיך אנצוגרייטן אויף אויסצופאסטן מוצאי תשעה באב. (באמת האף איך אז ס'עט נישט אויספעלן ווייל מ'עט שוין זיין אין ארץ ישראל מיט'ן נייעם אויפגעבויעטן בית המקדש, וועלכעס וועט זיין פיל שענער פון דעם נייעם קרעטשמע, אבער דערפאר טאקע ברענג איך עס שוין ארויף, ווייל אפשר ביז דעמאלס וועטעס שוין נישט זיין נוגע)


לאמיר האפן אז נישט, אבער אויב משיח וועט אנקומען ביים זמן העסטו אויפאסטן אויף א שלמים.

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 10, 2008 4:01 pm
דורך טהור-עיניים
נו, רבותי, אביסל רחמנות באלד דארף מען אויספאסטן און כ'אב נאך נישט אויף וואס.

ביטע לאזט הערן אייער מיינונג איבער וואס מען זאל אויספאסטן היינט.

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 10, 2008 4:05 pm
דורך שמיי_דריי
איך וואלט געזאגט אויף א גוטן אוויקאדא סענדוועטש מיט א גוטע וועטזטעיבעל סאלאט

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 10, 2008 4:18 pm
דורך איך_הער
אויף דעם האבעך איינגעפאסט, כ'דארף עפעס בעסער'ס אויף אויסצופאסטן.

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 10, 2008 4:37 pm
דורך שמיי_דריי
א גוט שטיקל אפגעבראטן אדער געגרילטע טאלאפיע פיש

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 10, 2008 4:41 pm
דורך איך_הער
גלייכעך נישט טעלאפיע, עני טינג עללס?

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 10, 2008 4:43 pm
דורך שמיי_דריי
אפשר א פיצא א הייסע

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 10, 2008 4:45 pm
דורך איך_הער
שוין אביסל נענטער, אבער דאך, דאסיז גוט פאר א פלעינע סאפער, טיטצעך מיט אן אויספאסטן סאפער?

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 10, 2008 4:46 pm
דורך שמיי_דריי
איי קענט חעלפ יו סארי

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 10, 2008 5:11 pm
דורך טהור-עיניים
דוקא גריללד טילאפיע שמעקט מיר יא זייער, כווייס נאר נישט ווי מ'קען עס באקומען (ביי מיין אידענע זיכער נישט, איך וויל נאר וויסן ווי יא)