אויספאסטן אשכול

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פוילישער
שר האלף
תגובות: 1165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2007 11:33 am

אויספאסטן אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילישער »

איך גיי אויספאסטן אויף א קאלט גלעזלע וואסער.

איך האף איך וועל נישט אריינפאלן מיט אן העווי שטיקל קאקאש קעיק, וואס וועט מיך שיקן גריסן א גאנצע נאכט.

אויף וואס גייסטו אויספאסטן?
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

איך וויל אויספאסטן, אויף א קאלטע קאלטע שוויציגע, גלעזל קאליע וואסער, (נישט צו זיס)
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

קין גרויסע פלענער האב איך נאכנישט געמאכט, אבער איך וועל טוען גלייבעך ווי אלעמאל און אויספאסטן אויף וואס דער זומערדיגער ערזאץ-שמש וועט אינז צוטיילן.

געווענליך איז דאס עטליכע סלייסעז קעיק, און דעם ווערט אריינגערעכנט קאקאש, מארבעל, העווי מארבעל, בראוני אא"וו, צום טרינקען הייבט מען מיט א קליין גלעזעלע ברוינפן, דערנאך טרינקט מען צו ארענדזש דזשאוס אין די געהעריגע זיבן אנסיגע גלעזלעך, און נאך די גאנצע מסיבת אויספאסטן טרינקען מיר א קאווע מיט ווייסע מילך.

הערשט דערנאך גייען מיר אהיים און מיר פאסטן עמטליך אויס!

אויב ווילט איר וויסן פונקט וואס מיין ווייב וועט היינט געבן פאר נאכטמאל\אויספאסטן וועט איר מיזן צוווארטן ביז מארגן, אדער היינט ביינאכט, איך ווייס נאכנישט יעצט וואס דאס גייט זיין, איך קען נאר שריבן וואס איך האב געבעטן און באשטעלט, עטליכע סלייסעז פרישע ברויט, טונא סעלעד און וועדזשטיבאל סעלעד, זה הוא זה.

א גרינגען תענית, ס'איז נאך דא דריי און א האלב שעה צו פאסטן.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
פוילישער
שר האלף
תגובות: 1165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2007 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילישער »

מיין אשת חיל פרעגט מיר מיליכיגס אדער פליישיגס, וואס ענטפער איך?
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

פון ווי זאליך וויסן? איך בין דאך נישט דארט געווען...
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

חחחח צייטליך.

איך וואלט באשטעלט ביידע. ווייל כידוע ליודעים פאסט מען קודם אויס אויף מילכיגס, און נאך א שעה-צוויי-דריי האט מען געהעריג אפעטיט פאר א סעודה שלימה/שלמה בשעתו.

ביי מיר האט מען היינט אפגעקאכט א נארהאפטיגע פרוכט זופ (די גערוך איז זיכער רייצנד געווען), און מען האנדלט איין אינעם לאקאלן זומער געשעפט עפעס מזונות מיט ווייסעך וואס.

לאמיר האפן אז אין 3 וואכן ארום זונטאג וועלן מיר זיצן ביי געדעקטע טישן מיט משיח'ן בראש, כ'האב נישט קיין כח צו פאסטן מער...
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32536
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

צייטליך, כ'האב נישט קיין פראבלעם, כ'וועל טאקע ווארטן אויף מארגן צי הערן וואס דיין רעבעצין האט אנגעגרייט פארן א.ג. אויספאסטן.

און צום עצם אויספאסטן, ווען וועלט וואלט ווען געווען וועלט, וואלטעך גענומען א א קאלטע קאלטע, שוויציגע, גלעזל ברוינפן, און עס אויסגעטרינקען, אבער היות אונזערע חטאים האבן גורם געווען אז מיר קענען קיין אלקהאל אויף דערווייל נישט טרינקען, וועט א קאווע זיין גענוג.

דעיס איז געזאגט געווארן פאר אין ביהמ"ד, אבער ווען מ'קומט אהיים, גייט מען אנהייבן מיט אביסל קאלטע מעלאונע, און נישט קיין חילוק וואס זי האט אנגעגרייט, גייעך נעמען רייס-קעיק, מיט סעמאן סעלעד, מיט א גרויסן וועדזשטעבעל סעלעד.. (וויזוי פלעגט ר' יודל ז"ל זאגן, וועזשעטעיבל.)
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
הצלהמעמבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצלהמעמבער »

איך האב אמאל געהערט אז עס איז נישט געזונט אויסצופאסטן אויף קאלטע זאכען, ווי למשל קאלטע ארענדז דזשוס, אדער קאלטע וואסער, אבער יעדער קען טוהן לפי מנהגו... זאלטס עטס אלע האבן א גרינגע אויספאסטען, אן נאכווייען...
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

א הייסע 16 אונס'יגע קאווע!! דאס איז די איינציגסטע זאך וואס פעלט מיר היינט!
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יעצט פארענדיגט אויספאסטן, אויף א הייסע קאווע מיט צוקער, א נארהאפטיגע שטיקל טשאקלעד דעיניש, א קליינע שווארץ-ן'-ווייס, מיט נאך עטליכע מזונות'לעך (איך האב פון אלעס פארזוכט און געלאזט שיריים אויף א שעה-צוויי ארום..).
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

אויף א פריש שטיקעל ברויט יעצט ארויסגעקומען פונעם ברויט מאשין מיט א ווארעמע קאווע.
היינט איז די ברויט געווען האל וויט. לעצטע תענית אז עס געווען א סינעמען ברויט.
the SCY is the limit
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

פוילישער,
די האסט דארט א גאנצע סעודה און דיין אוועטאר, איז פארוואס דארף דיין רעבעטצין עפעס מאכען פאר דיר?
the SCY is the limit
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15461
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

צוויי גלעזעך סקאטש, א הייסע קאווע, צוויי שטיקלעך מארבל טשיז קעיק אנע קראסט, סלייס מארבל קעיק, סלייס קאקאש קעיק, מאשראם אמלעט, וועדשטעבל סאלאט, קאלט גלעזל אייז קאווע.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

אין ביהמ"ד האבן מיר געהאט ס'פאלגענדע:
דריי סלייסעז קאקאש קעיק (די פלאטשיגע לענגלעכיגע) איין סלייז בראחוני קעיק, א קליין גלעזעל שליוואויץ, צוויי פינף אונסיגע גלעזלעך אראנדזש דזשאוס, א גרויסע קאטפי מיט א ציגרעטל.

אינדערהיים:
פינף רעפטלעך פרישע ברויט, טונע סעלעד און וועדזשטיבאל סעלעד, לעמאן סאדע (ווי פריער געמאלדן)

אז איך קוק יעצט צוריק קאן גראדע זיין אז עס לוינט זיך די גאנצע פאסטעריי נאר פאר די אויספאסטן אליין..
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
חיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים »

צופריה האב איך מיך דעפילט שוואך איך האב שוין געוואלט ארויסנעמען א היתר אויסצופאסטן אבער איך האב מיך נישט געקענט פועלן ביי מיר אוועקצוגעבן מיין הנאה וואס איך וועל האבן סוף טאג ביים אויספאסטן און פארן אויספאסטן ווען מען קומט אין שוהל צו מנחה מעריב מיט די בלאסע געזיכטער, וואס פארא טעם האטעס ווען מען קומט אהן דעמאלס אין שוהל מיט אן אנגעפרעסענעם בייכל
סוף כל סוף האט זיך עס געלוינט
נאר זאל אונז השי"ת אויסלייזן ווי שנעלער און מען זאל האבן בעסערע פארגעניגנס להתענג על הוי'
הצלהמעמבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצלהמעמבער »

לויט ווי עס קוקט אויס קענען ענק זיך נישט אויף הייבן פון בענקל נאך אזוי סאך עסן
חיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים »

הצלה מעמבער עס קוקט עפעס אויס ווי די קוקסט אויף אונז פון אויבן אויף אראפ, זעהט אויס אז די האסט געהאט עפעס גאר א געשמאקע אויספאסטן מער פון אונז, זאג מיך אויס די סיקרעט וויאזוי האסטו דיך יא געקענט אויפהייבן פון בענקל נאכן אויספאסטן???
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

איינער ווייסט אפשר די מקור פון עסן "פיש" פאר סאפפער נאכען אויספאסטן (לענ"ד האט עס די קעמפ מחדש געווען, ומשם נפוצו)
[איך רעד נאר פון ווייטאג איך מיין נישט קיינעם פערזענליך נאר איינעם]
.
הצלהמעמבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצלהמעמבער »

איך קען אייך זאגן וואס איך טראכט איר קענט מיר אפווענדען נאך א תענית עסט מען מילכיגס וועגן דעם געט מען פיש....
הצלהמעמבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצלהמעמבער »

ר' חיים איך וועל דיר זאגען, איך האב אויסגעפאסט אויף א הייסע גלעזל קאווע מיט א ראגעלע... זה הא....
הצלהמעמבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצלהמעמבער »

אין איך וויל אייך איבערבעטן אויב איר האט זיך באליידיגט..
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

היא גופה משקה, (אפשר בינעך א שטיקעלע מארעץ, אבער) פארוואס עסט מען מילעכיג נאך א תענית.
.
חיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים »

הצלהמעמבער האט געשריבן:ר' חיים איך וועל דיר זאגען, איך האב אויסגעפאסט אויף א הייסע גלעזל קאווע מיט א ראגעלע... זה הא....


wow זאג מיר שנעל וועלכע מוסר ספר די האסט געלערנט לעצטנס איך מיז וויסן וויאזוי מען געט זיך אן עצה מיט דער תאוות האכילה
הצלהמעמבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצלהמעמבער »

עס איז געווען אן א מוסר ספר.. עס איז א פשוטע זאך נאך א תענית קען א געווענליכע מענטש נישט עסן צו סאך.
הצלהמעמבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצלהמעמבער »

אלד וויליאמסבורג איר זענט גערעכט.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”