בלאט 1 פון 4

קינדערישע ביכל זכרונות....

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2008 11:55 am
דורך שאץ מאץ
יעדע טאטע ווען ער קויפט קינדער ביכלעך פאר זיינע קינדער, קויפט ער די געלע מעשה ביכלעך, וואס ער זעלבסט האט געליינט אלץ קינד,
יעדע בילד איז פיל מיט קינדערישע זכרונות, און קינדערישע דמיונות,

ע"כ לאמיר אהער ברענגען עטליכע בילדער מזמן לזמן,
זאל יעדע זאגן וואס דער בילד דערמאנט זיי.

בילד נומ. 1

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2008 12:09 pm
דורך מאשקע
"מאשקע" מיט די מאנקי.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2008 12:15 pm
דורך אלטעבחורל
מיר דערמאנט דאס מיינע שלאפזאע שבת נאכמיטאג'ס, שוין נאכן אויסבארדענען באטרוועס גאנצעטע שעות אין די זוממער, האט מען אפיר געבראכט א הויפן פון די ביכלעך אין געליינט ביכל נאך ביכל, געמאכט האמער צוויי פליילס/הויפענעס, 1. איז געווען די נאכנישט געליינטע ביכלעך, 2. איז געווען די אויסעליינטע ביכער. אזוי איז געפארן אהין און צוריק, געליינט אין ארויף געשטעלט אויף די אנדערע הויפן. ביז דער גאנצער הויפן איז אויסגעליינט געווארן איז מען געווארן גוט אויסגעשבת'נאכמיטאג'ט [אויסגעמוטשטעט] אין געגאנגען אין שול אריין...

מיר האט אייביג געצויגן די געמאלענע בילדער פון דעם מאטלער, א פלריץ האט געמיינט דייקא א פריץ, מיט א קוואטצקע באטרד, א שיכל געבויגן אויף ארויף מיט א האטרן פאטם-פאטם אויף אים ארויף געצויגן. א אידעלע פון א "קרעטשמע" האט געמיינט איינער מיט לאחטעס א_וואו נישט, פארנייטע ברילן, מיט צוריסענע שיך, אויסגעבויגענע הוטל.
דער מאטלער האט געזאלט זיין א גרויסער בעל-דמיון. זייער גוטע בילדער. אין זייער תוכן'דיגע מעשיות.

אוואס איז דער בילד? טאנץ פון בער?... נעעעע....
שמאחץ, מיינע געפלין זינגען אין מיר מיטן נוסח "ואני אין איך אלטער" אז דער בילד איז --- דו?... שטייצעך נאר אין יענע צייטן ווען די ביכער זענען געווען גילטיג.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2008 12:21 pm
דורך לעווי
מיד דערמאנט דער בילד ווי איך בין געזעצן מיט ביי מיין שכן אין דער היים אין א רעגענדיגע טאג און צוגעהערט צו א רעקארד פון ר' שמואל קונדא, דע טאלקינג קוינס.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2008 3:12 pm
דורך קרעמער
דאס שיינט מיר צו זיין פונעם ביכל (איך געדענק נישט די נעמען פונקטליך) וואס דערציילט די מעשה פון אן אוצר וואס איז געווען באהאלטן אין האניג (אויב ס'בכלל דא אזא ביכל).

ביי אונז אינדערהיים איז נישט געווען קיין איבערפלוס פון די מנחם גץ אדער מנחם מנדל ביכלעך, אבער דערפאר פלעג איך פאראויסלויפן מיין טאטען אין מקוה אריין מיט א שעה, וואו עס זענען געווען שיין אויסגעלייגט אלע ביכלעך אויף אויספארקויף (ליין: צום ליינען).

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2008 3:15 pm
דורך שמערי בערי
ניין דאס דאכצעכמיר נישט דער אוצר אין האניג, דאס איז די מעשה פון די בוימל הענדלער און די בשמים הענדלער

עס הייסט ?????????

אה! יא! דער קליינער שופט!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2008 5:19 pm
דורך שאץ מאץ
שמערי ווי תורה דארט חכמה, אט אזוי געכאפט פון ווי דאס קומט,
דער אויל סוחר קוקט איבער זיין געלט, ווען דער בשמים הענדלער קוקט אריין פונעם לאך...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2008 5:25 pm
דורך שמערי בערי
שאץ מאץ האט געשריבן:שמערי ווי תורה דארט חכמה,


איך זוך גראדע ביידע, נאכנישט געטראפן.........

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 18, 2008 1:17 pm
דורך שאץ מאץ
ואס דערמאנט אייך דעם בילד?.......

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 18, 2008 1:24 pm
דורך שמערי בערי
אממממממ.........

אפשר די סעודה פון די מייז?

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 20, 2008 2:14 pm
דורך דארפסמאן
שאצי , אין אידיש ריפט מען דאס אלד גוד מעמעריס

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 22, 2008 12:07 am
דורך שמערי בערי
נן שאץ, וועלכע ביכל איז דאס?

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 22, 2008 4:14 pm
דורך שאץ מאץ
כ'ווייס נישט...
פרעג דיין יונגל...
כ'האב געטראפן בלויז דעם בילד, כ'ווייס נישט צו וועלכן ביכל דאס באלאנגט....

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 23, 2008 12:06 am
דורך סאכדעס
וואו וואלגערן זיך די בילדער אן די ביכער?

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 23, 2008 8:12 am
דורך איך_הער
ביי זייער אסאך אידישע היימען.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 23, 2008 11:39 am
דורך שאץ מאץ
איך_הער האט געשריבן:ביי זייער אסאך אידישע היימען.


דא קומט דריי פינטעלעך....

מיינע קינדער זענען מומחים אין צורייסן ביכער....

ביי מיר אינדערהיים איז דא אסאך בילדער אנע ביכער.....

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 23, 2008 12:01 pm
דורך שאץ מאץ
וואס דערמאנט אייך דעם בילד?......

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 24, 2008 12:16 am
דורך סאכדעס
שאול יצחק?!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 24, 2008 1:57 am
דורך wildturkey
i think its from the of rabbi chiya who went to learn with the durfsleit

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 24, 2008 12:34 pm
דורך שאץ מאץ
ווילדע אינדיג... (וויילד טורקי)
געכאפט אטא דאס איז עס....
צום סוף פון ר' חייא'ס אויפטוען, ווי ער לערנט מיט די קינדער...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 24, 2008 12:38 pm
דורך שאץ מאץ
און וואס דערמאנט איייך דעם בילד?......

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 24, 2008 2:06 pm
דורך John McCain
די מעשה וואס ס'איז געבליבן צוגעקלעבט די גאלדענע רענדלעך צו די האניג

ניין?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 24, 2008 6:33 pm
דורך שאץ מאץ
מעקעין פיין...
נישט אימזיסט זאגן מענטשן אז אונטער דעם אויסגעקראכענם קאפ איז דא א בארג מיט שכל....

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 24, 2008 6:35 pm
דורך שאץ מאץ
און וואס דערמאנט אייך דעם בילד?.............

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 24, 2008 7:44 pm
דורך לעווי
די מעשה מיט רבי עקיבא(דאכצעך), כל מה דעביד רחמנא לטב עביד.