בלאט 3 פון 4

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 09, 2008 7:52 pm
דורך שמערי בערי
יא די מעשה געדענק איך גלייך ווי איך הער, אבער דעם נאמען....

דענקעך שויניש

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 16, 2008 8:10 pm
דורך שאץ מאץ
פון ווי קומט דעי בילד???.....

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 18, 2008 8:19 am
דורך יאנאש
די ביכל מיט די מאנסע פון רבינו שמשון מאור הגולה דוכט זיך מיר, די נאמען דענק איך נישט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 18, 2008 1:17 pm
דורך שמערי בערי
כ'מיין עס הייסט די קעניגליכע שטוהל?

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 12, 2009 12:29 am
דורך סתם_אזוי
ר' שאץ אפשר לייגט איר ארויף נאך? איך האב זייער הנאה געהאט פון די אשכול.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 12, 2009 6:59 am
דורך ביקסאד
סתם_אזוי האט געשריבן:וויאזוי קען זיין איך האב עס קיינמאל נישט געליינט? און איך האב געמיינט אז איך קען אלע 110 אויסעווייניג....

עס איז דא הונדערט צוואנציג ביכלעך זיכער, ארויס געגעבען דורך ש"ב וואלפא, הויפט פארקויפער אין אמעריקא, "מישור".
יאנאש האט געשריבן:די ביכל מיט די מאנסע פון רבינו שמשון מאור הגולה דוכט זיך מיר, די נאמען דענק איך נישט.

תיקון טעות, צ"ל רבינו גרשום מאור הגולה.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 12, 2009 12:01 pm
דורך יאנאש
זייער מעגליך אז איר זענט גערעכט, מיר איז געליגן אין קאפ אז יענע מאנסע איז איבער רבינו שמשון, אבער עס קען זייער זייער געמאלט זיין אז איך בין אין אן אירטום.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 12, 2009 9:35 pm
דורך נארישער
די אלע איז פון די מחניים ביכלאך

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 13, 2009 4:49 pm
דורך סתם_אזוי
דערציילונגען פון צדיקים

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 15, 2009 10:28 am
דורך דוקטור
ווער האט נאך בילדער?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 15, 2009 4:22 pm
דורך ביקסאד
דער ארויס געבער וועמען יאך האב גערמאנט פריער מיט ראשי תיבות ש"ב וואלפא,
האט נישט - ווייניג געזאגט - אזא אויס געהאלטענע השקפה,
די ביכער שטיצט זיינע מוסדות אוואו זיי זענען אויף די מינוט סטאנציאנירט, א לאנגע תקופה אין קרית גת,

די ביכער זעהט נישט ב"ה זאל האבן א השפעה פון זיין השקפה.

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 20, 2009 11:56 am
דורך שאץ מאץ
שוין באלד פארגעסן פון מיין אשכול,
נא רבותי! ווער ווייסט (ווער ווייסט נישט) פון ווי קומט דעי בילד

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 20, 2009 12:58 pm
דורך איך_הער
דמא בן נתינא

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 22, 2009 2:49 am
דורך ביקסאד
שאצ'ער רבי, אביסעלע שפעט פאר פרשת פרה . . .

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 23, 2009 9:06 am
דורך שאץ מאץ
און פון ווי קומט דעם בילד?????

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 23, 2009 9:30 am
דורך יאנאש
ווייסטאך אז נעמען דענק איך נישט, אבער עס איז די מאנסע מיטן ארימען בחור וואס האט זיך אנגעליינט אויף ס'פעסער ביים ליציטאטיע און אזוי עס געקריגן.

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 25, 2009 8:41 am
דורך שאץ מאץ
"דער באדינער יונג"
.

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 25, 2009 8:46 am
דורך שאץ מאץ
פון ווי קומט אט דעי בילד?

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 25, 2009 9:47 am
דורך סתם_אזוי
ר' חייא'ס אויפטוענג? (די פונקטליכע נאמען געדענק איך נישט)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 26, 2009 5:13 pm
דורך דארפסמאן
יא יא גיט געזאגט ר' חייא'ס אויפטוענג

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 31, 2009 5:26 pm
דורך אונגארישער
שאציייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייי
WHAT AN IDEA
איך האב מיך היינט אנגעשטיסען אין דעם פארהער דא ענד איט איס גאד מעמאריס איך האב זייער זייער זייער שטארק הנאה געהאט דערפין עפטער אלל איטס נאט בעד טא גא בעק אין דרימ לענד א פיצי

הערסטע שאצ מאץ איך זיך שוין אפאר יאר ציקויפען דעם סעט "בדרכי אבותינו" פאר מיינע בנים אבער נישט געווען צים האבען
נעכטען גיי איך אריין אין ק"י ספרים סטאר אין פרעג דעם מוכר נאאאאאאאאאאאאאאא זאגט ער יאפס דארט אויבען

ייייייייייייייייעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעיייייייייייייייייייייייייייי
אנגארישער פאקט איין א סעט אין אפאר הגדות פארשטייט זיך אין היידא מיר זענען מסודר די בנים וועלען זיין ציגעקלעפט דערצי מיט גיטע תוצאות



פאר וואס זאג איך אייך דאס ר שאצל
ווייל אויב האט איר אפאר שטיק פין די בדרכי מאך א פארהער דערויף

ביי ביי

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 21, 2009 4:22 pm
דורך שאץ מאץ
פון ווי קומט דעי בילד?????

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 21, 2009 4:29 pm
דורך יאנאש
ככה יעשה לאישששששש אשר המך חפץ ביקרו.

מגילת אסתר, די טאשע דוכט זיך.
געמאלן דורך ע. אקער.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 21, 2009 4:53 pm
דורך שאץ מאץ
א גוטן זכרון האסטו יאנאש

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 21, 2009 7:38 pm
דורך יאנאש
דאס אויך, אבער ס'עיקר דענק איך עס פון זעהן די לעצטע צעהן וואכן אויף מיין פלעי רום פלאר... מיינע קינדער האבן זייער ליב די 'ברוינע בוק'.