בלאט 2 פון 4

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 24, 2008 7:53 pm
דורך איך_הער
נע, דארט איז די פיקטשער ווי רויבער'ס פאלן אן די שטאט.

Re: קינדערישע ביכל זכרונות....

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 31, 2008 7:38 pm
דורך שאץ מאץ
כ'האב געווארט א וואך און קיינער האט נישט געטראפן פון ווי דער בילד שטאמט,

וועל איך מוז אויסזאגן דעם סוד...
דער בילד איז ווי דער נגיד אבא יודן'ס הויז פלאקערט....
שפעטער האט זיך זיין רעדל געדרייט מרע לטוב,
און דער ביכל הייסט "דער אוצר"

Re: קינדערישע ביכל זכרונות....

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 31, 2008 10:45 pm
דורך סתם_אזוי
וויאזוי קען זיין איך האב עס קיינמאל נישט געליינט? און איך האב געמיינט אז איך קען אלע 110 אויסעווייניג....

Re: קינדערישע ביכל זכרונות....

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 31, 2008 10:53 pm
דורך שאץ מאץ
און פון ווי קומט דעם בילד?.....

Re: קינדערישע ביכל זכרונות....

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 31, 2008 10:55 pm
דורך סתם_אזוי
אפשר די ווילדע שאול יצחק?

Re: קינדערישע ביכל זכרונות....

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 01, 2008 1:46 am
דורך wildturkey
maybe the story of the bal shem tovs father?

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 01, 2008 8:59 am
דורך יאנאש
איז עס נישט פון ר' עקיבא'ס מעשה?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 2:03 pm
דורך שאץ מאץ
יא סתם אזוי, דאס איז שאול יצחק'ס טאטע, וואס קוועלט פון זיין האן וואס וועקט אים געטריי יעדן צופרי,
מיט דעם האן האט שאול יצחק געהאט א באזונדערע הנאה צו טשעפענען....

קוק אהער.....

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 2:13 pm
דורך שאץ מאץ
.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 2:20 pm
דורך יאנאש
איך געדענקט נישט דער נאמען פון ביכל, אבער עס איז איבער דעם בעל התניא.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 2:21 pm
דורך יאנאש
פארשטארבענע טייך אר סאומטינג.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 2:30 pm
דורך שמערי בערי
יא יא, דער ווייסער קוואל!!!

(שוין לאנג נישט דא געווען...)

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 05, 2008 7:02 pm
דורך שאץ מאץ
יא שמערי דאס איז דער ווייסער קוואל, שוין נאכן אויסגראבן א פרישן קוואל, ווען דאס אלטע איז געווארן פארשטינקען...

אט איז דער דעקל...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 12:55 pm
דורך שאץ מאץ
וואס דערמאנט אייך דעם בילד?.......

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 12:56 pm
דורך שמערי בערי
דער באדינער יונג

אין מארק ווען ער וויל קויפן די פעסער

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 2:15 pm
דורך סתם_אזוי
ער האט נישט געוויסט אז מיטן ארויפלייגן די הענט צייגט עס אז ער וויל עס קויפן

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 5:28 pm
דורך שאץ מאץ
פון וועלכן ביכל קומט דער בילד?
דאס דערמאנט מיר קינדערישע זכרונות,
אבער איך געדענק נישט פון וועלכן ביכל דאס קומט...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 7:36 pm
דורך שמערי בערי
אפשר די ישועה אין תימן???

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 10, 2008 9:05 pm
דורך שאץ מאץ
ניין דאס איז די מעשה פון א קעניג וואס האט געהייסן די אידן בעטן ער זאל האבן א קינד
כווייס אבער נישט דעם טייטל

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2008 1:37 pm
דורך סתם_אזוי
א מתנה פון הימל?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2008 10:13 pm
דורך שאץ מאץ
אט אזוי,
יעצט דערמאנטסטו מיר, יא א מתנה פון הימל איז די מעשה,

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 15, 2008 1:19 pm
דורך שמערי בערי
שאץ, נאך איינס ביטע

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 17, 2008 1:34 pm
דורך שאץ מאץ
פון ווי קומט דעי בילד?...

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 17, 2008 3:27 pm
דורך איך_הער
כ'דענק נישט די נאמען, אבער די מעשה ווי א שטורעם האט אויסגעבראכן אויפן וואסער, און די תפילה פון א יונגעל האטעס אפגעשטילט, און יעדער האטעם געגעבן מתנות, עפעס אזוי געדענק איך, ווער ס'וויל קען פארציילן ס'גאנצע מעשה.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 18, 2008 11:33 am
דורך סתם_אזוי
געדענק איך נישט אזא בילד. :cry: