Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

קינדערישע ביכל זכרונות....

דאנערשטאג יולי 17, 2008 11:55 am

יעדע טאטע ווען ער קויפט קינדער ביכלעך פאר זיינע קינדער, קויפט ער די געלע מעשה ביכלעך, וואס ער זעלבסט האט געליינט אלץ קינד,
יעדע בילד איז פיל מיט קינדערישע זכרונות, און קינדערישע דמיונות,

ע"כ לאמיר אהער ברענגען עטליכע בילדער מזמן לזמן,
זאל יעדע זאגן וואס דער בילד דערמאנט זיי.

בילד נומ. 1
עטעטשמענטס
hidding.jpg
hidding.jpg (21.09 KiB) געזעהן געווארן 884 מאל

Advertisement

דאנערשטאג יולי 17, 2008 12:09 pm

"מאשקע" מיט די מאנקי.

דאנערשטאג יולי 17, 2008 12:15 pm

מיר דערמאנט דאס מיינע שלאפזאע שבת נאכמיטאג'ס, שוין נאכן אויסבארדענען באטרוועס גאנצעטע שעות אין די זוממער, האט מען אפיר געבראכט א הויפן פון די ביכלעך אין געליינט ביכל נאך ביכל, געמאכט האמער צוויי פליילס/הויפענעס, 1. איז געווען די נאכנישט געליינטע ביכלעך, 2. איז געווען די אויסעליינטע ביכער. אזוי איז געפארן אהין און צוריק, געליינט אין ארויף געשטעלט אויף די אנדערע הויפן. ביז דער גאנצער הויפן איז אויסגעליינט געווארן איז מען געווארן גוט אויסגעשבת'נאכמיטאג'ט [אויסגעמוטשטעט] אין געגאנגען אין שול אריין...

מיר האט אייביג געצויגן די געמאלענע בילדער פון דעם מאטלער, א פלריץ האט געמיינט דייקא א פריץ, מיט א קוואטצקע באטרד, א שיכל געבויגן אויף ארויף מיט א האטרן פאטם-פאטם אויף אים ארויף געצויגן. א אידעלע פון א "קרעטשמע" האט געמיינט איינער מיט לאחטעס א_וואו נישט, פארנייטע ברילן, מיט צוריסענע שיך, אויסגעבויגענע הוטל.
דער מאטלער האט געזאלט זיין א גרויסער בעל-דמיון. זייער גוטע בילדער. אין זייער תוכן'דיגע מעשיות.

אוואס איז דער בילד? טאנץ פון בער?... נעעעע....
שמאחץ, מיינע געפלין זינגען אין מיר מיטן נוסח "ואני אין איך אלטער" אז דער בילד איז --- דו?... שטייצעך נאר אין יענע צייטן ווען די ביכער זענען געווען גילטיג.

דאנערשטאג יולי 17, 2008 12:21 pm

מיד דערמאנט דער בילד ווי איך בין געזעצן מיט ביי מיין שכן אין דער היים אין א רעגענדיגע טאג און צוגעהערט צו א רעקארד פון ר' שמואל קונדא, דע טאלקינג קוינס.

דאנערשטאג יולי 17, 2008 3:12 pm

דאס שיינט מיר צו זיין פונעם ביכל (איך געדענק נישט די נעמען פונקטליך) וואס דערציילט די מעשה פון אן אוצר וואס איז געווען באהאלטן אין האניג (אויב ס'בכלל דא אזא ביכל).

ביי אונז אינדערהיים איז נישט געווען קיין איבערפלוס פון די מנחם גץ אדער מנחם מנדל ביכלעך, אבער דערפאר פלעג איך פאראויסלויפן מיין טאטען אין מקוה אריין מיט א שעה, וואו עס זענען געווען שיין אויסגעלייגט אלע ביכלעך אויף אויספארקויף (ליין: צום ליינען).

דאנערשטאג יולי 17, 2008 3:15 pm

ניין דאס דאכצעכמיר נישט דער אוצר אין האניג, דאס איז די מעשה פון די בוימל הענדלער און די בשמים הענדלער

עס הייסט ?????????

אה! יא! דער קליינער שופט!

דאנערשטאג יולי 17, 2008 5:19 pm

שמערי ווי תורה דארט חכמה, אט אזוי געכאפט פון ווי דאס קומט,
דער אויל סוחר קוקט איבער זיין געלט, ווען דער בשמים הענדלער קוקט אריין פונעם לאך...

דאנערשטאג יולי 17, 2008 5:25 pm

שאץ מאץ האט געשריבן:שמערי ווי תורה דארט חכמה,


איך זוך גראדע ביידע, נאכנישט געטראפן.........

פרייטאג יולי 18, 2008 1:17 pm

ואס דערמאנט אייך דעם בילד?.......
עטעטשמענטס
drunken.jpg
drunken.jpg (27.51 KiB) געזעהן געווארן 796 מאל

פרייטאג יולי 18, 2008 1:24 pm

אממממממ.........

אפשר די סעודה פון די מייז?

זונטאג יולי 20, 2008 2:14 pm

שאצי , אין אידיש ריפט מען דאס אלד גוד מעמעריס

דינסטאג יולי 22, 2008 12:07 am

נן שאץ, וועלכע ביכל איז דאס?

דינסטאג יולי 22, 2008 4:14 pm

כ'ווייס נישט...
פרעג דיין יונגל...
כ'האב געטראפן בלויז דעם בילד, כ'ווייס נישט צו וועלכן ביכל דאס באלאנגט....

מיטוואך יולי 23, 2008 12:06 am

וואו וואלגערן זיך די בילדער אן די ביכער?

מיטוואך יולי 23, 2008 8:12 am

ביי זייער אסאך אידישע היימען.

מיטוואך יולי 23, 2008 11:39 am

איך_הער האט געשריבן:ביי זייער אסאך אידישע היימען.


דא קומט דריי פינטעלעך....

מיינע קינדער זענען מומחים אין צורייסן ביכער....

ביי מיר אינדערהיים איז דא אסאך בילדער אנע ביכער.....

מיטוואך יולי 23, 2008 12:01 pm

וואס דערמאנט אייך דעם בילד?......
עטעטשמענטס
lecture.jpg
lecture.jpg (29.76 KiB) געזעהן געווארן 662 מאל

דאנערשטאג יולי 24, 2008 12:16 am

שאול יצחק?!

דאנערשטאג יולי 24, 2008 1:57 am

i think its from the of rabbi chiya who went to learn with the durfsleit

דאנערשטאג יולי 24, 2008 12:34 pm

ווילדע אינדיג... (וויילד טורקי)
געכאפט אטא דאס איז עס....
צום סוף פון ר' חייא'ס אויפטוען, ווי ער לערנט מיט די קינדער...

דאנערשטאג יולי 24, 2008 12:38 pm

און וואס דערמאנט איייך דעם בילד?......
עטעטשמענטס
throwing down.jpg
throwing down.jpg (13.87 KiB) געזעהן געווארן 601 מאל

דאנערשטאג יולי 24, 2008 2:06 pm

די מעשה וואס ס'איז געבליבן צוגעקלעבט די גאלדענע רענדלעך צו די האניג

ניין?

דאנערשטאג יולי 24, 2008 6:33 pm

מעקעין פיין...
נישט אימזיסט זאגן מענטשן אז אונטער דעם אויסגעקראכענם קאפ איז דא א בארג מיט שכל....

דאנערשטאג יולי 24, 2008 6:35 pm

און וואס דערמאנט אייך דעם בילד?.............
עטעטשמענטס
evecuation.jpg
evecuation.jpg (23.73 KiB) געזעהן געווארן 578 מאל

דאנערשטאג יולי 24, 2008 7:44 pm

די מעשה מיט רבי עקיבא(דאכצעך), כל מה דעביד רחמנא לטב עביד.
שרייב א תגובה

Advertisement