בלאט 1 פון 2
מר. יאנאש אין די אלוועלטליכע מידיע....
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 28, 2006 2:00 pm
דורך פענסטער
אונזער קלינער דא אין קרעטשמע 'יאנאש', גייט אין די פרעמד און ער שטעלט זיך אהער ווי א גאנצע קנאקער...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 28, 2006 2:18 pm
דורך קרעמער
עס קוקט אויס ווי אויף דער עלטער האט ער אויפגעגעבן אויפן ציגארעטל וואס ער האט אזוי האסטיש געPUFFט אלץ קינד.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 28, 2006 3:37 pm
דורך איך_הער
ביי זיך אין שויער קען ער טוהן וואס ער וויל, אנדערש ווי ביי יענעם אין אפיס.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 28, 2006 7:27 pm
דורך יאנאש
חא חא חא אזוי איז עס, דוי לאכט מען פון מיר, אבער אין די גוי'שע וועלט האלט מען נאך פון מיר.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 28, 2006 8:13 pm
דורך שוועמל
פריי דיך מיט דיין גויאישע וועלט...
אבער הער נאר:
דוכט זיך אז גויים קענען נישט קיין לשון הקודש
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 28, 2006 10:16 pm
דורך קרעמער
יעצט ברויך מען טרעפן עפעס א צייטונג אויסשניט מיט איינעם "פענסטער", אפשר וועלן מיר לויז ווערן פון דעם מאדנעם קוריאזן אנשיקעניש וואס ער נוצט אלץ בילד.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 28, 2006 10:23 pm
דורך פענסטער
איך האב גארנישט געוויסט אז מיין בילד שטייט דיר אין וועג, אויב דו וועסט מיר אויסלערנען וויאזוי מ'שטעלט אן אז א בילד זאל זיין די קוריאזע סייז פון 80X80 וועל איך עס טוישען.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 28, 2006 10:50 pm
דורך קרעמער
גיי צו OFFICE PICTURE MANAGER דארט איז דא אן אפשן פון EDIT PICTURES, מאך RESIZE, און דארט געט ער דיר א מעגליכקייט אנצושטעלן די גרויסקייט.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 04, 2006 1:07 pm
דורך סאכדעס
יאנאש וואס איך זעה נישט? זייט ווען קענסטו אזא גוטן היברו?
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 29, 2006 1:21 am
דורך shtilerheit
פרייטאג איז הער גרויזאמער געווען אויף די נייעס ביי וויקעפידיע וועגען די ארטיקעל וועגען היידפארק, עס קען טאקע זיין אז ער זאל עס האבן אליינס דארט אריינגעלייגט אבער עס איז געווען אזוי גיט אז עס איז ווערט עס זאל ווערען באשריבען סייווי.
דא קענט איר עס געפונען ביי די אינטערנעט נייעס
http://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%A2%D7% ... 6%B7%D7%98
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 29, 2006 12:01 pm
דורך יאנאש
איך זעה נישט גארנישט דארט.
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 29, 2006 12:20 pm
דורך פענסטער
אויף די לינקע זייט ביי די פרייטיג'דיגע נייעס איז עס דא, קוק גוט וועסטו עס טרעפן.
ס'איז ברור אז דאס איז גרויזאמער'ס ארבעט...
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 29, 2006 1:37 pm
דורך יאנאש
פארוואס איז עס אזוי ברור?
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 29, 2006 2:02 pm
דורך פענסטער
פארדאס!
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 29, 2006 6:22 pm
דורך cano
פענסטער ברור כשמש? אדער סתם ברור
---------------
כעל דיר זאגען פארוואס איך שרייב עס ווייל איך וויל שרייבען א תגיבה וואס סאכדעת זאל ליעב האבען
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 29, 2006 6:26 pm
דורך איך_הער
און מיט קרעמער רעכנסטו זיך גארנישט? ( ער האט זיך באקלאגט אויף די נישט צו אינטערעסאנטע תגובות אזוי לאנג ווי זיין וויי פיי איז קראנק.)
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 29, 2006 7:13 pm
דורך קרעמער
איך_הער;
יישר כח פארן זיך דאגה'ן פאר מיר, אבער ב"ה אז היינט איז ער (דער ווייפיי) צוריק אויפגעשטאנען פון זיין וואך-לאנגע פגירה.
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 29, 2006 8:16 pm
דורך גרויזאמער
חחאחאחאחאחחאחחא עס איז ברור כשמש אז איך בין עס...
חחאחאחאחאחאח. איי חחחאחאחאחאחאחאחאחאחחאחא. אוי די דעקל פון מיין קאווע האט נישט די כח צו באשיצן די קאווע פון זיך נישט אויסגיסן פון מיינע געווארפערייען פאר געלעכטער... חאחאחאחאחחאחאחאחאחאחאחאחחא. ווען לאכן וואלט געמאכט שרייבן וואלט די וועבסייט פון היימישע קרעטשמע געשטארבן נאך צוויי מינוט נישט האבנדיג קיין ספעיס פאר אזויפיל... חחאחאחחאחאחאחאח....
אזוי גייט עס מיט די וועלט, מה שהיה הוא שיהיה... אין כל חדש תחת השמש...
חאחאחחאחאחאחחאחאח

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 30, 2006 2:48 pm
דורך סאכדעס
cano האט געשריבן:פענסטער ברור כשמש? אדער סתם ברור
---------------
כעל דיר זאגען פארוואס איך שרייב עס ווייל איך וויל שרייבען א תגיבה וואס סאכדעת זאל ליעב האבען
גוט, יישר כוח.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 30, 2006 2:49 pm
דורך סאכדעס
פענסטער האט געשריבן:ס'איז ברור אז דאס איז גרויזאמער'ס ארבעט...
כ'בין גארנישט אזוי זעכער.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 30, 2006 4:56 pm
דורך איך_הער
קרעמער האט געשריבן:איך_הער;
יישר כח פארן זיך דאגה'ן פאר מיר, אבער ב"ה אז היינט איז ער (דער ווייפיי) צוריק אויפגעשטאנען פון זיין וואך-לאנגע פגירה.
ס'איז דא איין וועג ווי אזוי דו קענסט עס פראווען, אז דו וועסט צוריק נעמען דיין סטאטוס, צו זיין נאמבער צוויי, ביי די שרייבערס מיט מערסטע תגובות, וואס ווען אלעס איז נארמאל ווייסט יעדער אז דארט איז דיין פלאץ.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 30, 2006 5:27 pm
דורך shtilerheit
איך זעה אז אונז האמיר דא א שפיאן, היינט איז געווען און די וויקעפידיא נייעס וועגען די צען טויזענסטע תגובה וואס מיר גרייטען זיך ערענסט צו פייערן, כאפצעם, שפיאן האלט! און תפוסה אריין!
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 30, 2006 6:43 pm
דורך גרויזאמער
ריר מיך נישט אן!
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 30, 2006 7:00 pm
דורך קרעמער
יישר כח גרויזאמער פארן מפרסם זיין אונזער "עשרת אלפים" פייערונג אין די אלוועלטליכע וועקי-פעדיע
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 31, 2006 12:10 pm
דורך shtilerheit
גרויזאמער
עס כאפט מיר א פחד איך האב שוין אסאך מאל געהערט וועגען דיר אבער עס איז די ערשטע מאל וואס איך רעד צי דיר פנים אל פנים ממש אלע מיינע גלידער ווארפען זיך.
איך האב שוין געהאט גאנצע פלענער קעגן דיר, א שפיאן! די האר פון קאפ שטעלט זיך דאך אויף נאר פון טראכטען פון אזוינס איך האב שוין צאמגערופען א גאנצע מיטונג וועגען דיר, אבער נאכען הערן היינט צופרי און מקוה וויאזוי די געסט יענעם אריין אחת ואחת,ווייל עס האט זיך דיר געדאכט אז ער האט גענומען די האנטוך וואס די האסט זיך אנגעגרייט, סאט מיר געכאפט אזוי פחד אז איך בין נעקסט אז איך האב אלעס געקענסעלט.
אז איך שרייב שוין יא וויל איך דיך זאגען א גרויסע שכויח פארן צוריק קומען מיט אזוינע הערליכע ארטיקלען ממש איינס בעסער פונעם צווייטען, אזש מיינע באקען טוען מיר שוין אזאנס וויי פון אזויפיל שמייכלען טענק יא ווערי מאטש.