גריסן און שמועסן
זונטאג יולי 13, 2008 5:57 pm
כ'קען נישט דיסיידן וועכע נאמען מ'דאף געבן פאר אזא טאג, אבער וועכע נאמען מ'געט פאר אזא פאני איידיע קענעך שוין קלערן, דער אלטער זייט ער איז געווארן ראשעקאל, האטער אנגעהויבן שיסן שטאף, לקיים מה שאמר איטס גאנע בי גרעיט!
Advertisement
זונטאג יולי 13, 2008 6:04 pm
היינט ביי שחרית בין איך געשטאנען בשכינות פון א טלית בייטל וואס האט זיך געליינט "שאול שמעון זאנטאג"
כ'האב געקלערט שטעל דיך פאר ווען ס'וואלט שוין עקזיסטירט די "פרישטאג" טאג...
זונטאג יולי 13, 2008 6:15 pm
קרעמער, און די לייקנסט נאך אז דו האסטעך מיט מיר געטראפן!
זונטאג יולי 13, 2008 11:00 pm
חחחחחחחחחחחחחחחחחח חחחחחחחחחחחחחחחחחח יוי קעמען זיך דא קאולערן, אלטי, דו ביסט ווערד אלע געלטער.
זונטאג יולי 13, 2008 11:01 pm
קרעמער האט געשריבן:פון דעם אשכול ווערט אביסל פארשטארקט א געדאנק וואס ווירבלט מיר שוין לאנג אין קעפל אז אין האשכול נקרא אלא על שם די ערשטע תגובה, דאס טייטשט אזוי: דער ערשטער וואס איז מגיב אויפן אריגינעלן הודעה פונעם פותח האשכול, איז בידו צו פירן דעם אשכול וואו אימער ער וויל נאר. זאל דער ערשטער אפגעבן א ווארימע דאנק, וועט זיך יעדער שיין באדאנקן. זאל ער אנהייבן מיט קריטיק, וועלן נישט פעלן קיין זאלץ גיסער. לענינינו, האב איך געשריבן ממש געציילטע ווערטער, ובתוכם "פרישטאג", און דאס האט באיזה אופן צוגעגאסן געזאלין צום געשמאקן אשכול, פון וואס דער עולם - ואני הקטן בתוכם - שלינגט הנאה.
ווען דאס זאל דיר שוין פייבאלן א יאר צוריק, איי וואלט געווען א וועלט. נישט אזוי יאכער?
מאנטאג יולי 14, 2008 12:17 am
אקעי מיין געדאנק איז אז עס זאל זיין נאך א טאג צווישען שבת אין זינטאג אין עס זאל זיין עפעס אזוי ווי חוה"מ דאס מיינט
מען מעג טוהן מלאכות אבער מען טאר נישט ארבעטן מען גייט מיט די בעקעשע אין מען קען רילעקסען גיין אין קרעטשמע וכו'
אינמיטען די וואך איז נישט גוט ווייל עס ציהאקט די וואך אין פאר מען הייבט אן די וואך ענדיגט זיך עס שוין סאו זאל עס זיין גלייך נאך שבת
אזוי אויך ווען מען עסען א סעודה אן טשולענט נאר עס וועט זיין עפעס א ספעציעלע מאכל פאר דעם טאג אנשטאט די טשאלענט
(כ'ווייס נאך נישט וואס איידיעס זענען וועלקאם) נאר אנשטאט "חול המועד" וועט עס הייסען "חול השבת"