בלאט 1 פון 1

באזוך #4: שלשה המה נפלאו ממנו וארבעה לא ידעתים...

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 07, 2008 11:43 am
דורך זארעכפעפער
זעענדיג דעם גרויסן עת רצון וואס נעמט ארום די קרעטשמע לופט, האב איך זיך מיטגעכאפט מיטן וואגן, און זיך צוגעשטעלט צו די באן אלס א פערדער אינעם רינג. און... כ'בין אויף די יארכע... מיט א חרדת קודש האב איך זיך ארויסגעלאזט אויפן ברייטן שטרויז ווען מיינע דמיונות ברויזן הלוך ושוב, נעמליך - צי איז דאס טאקע א ווירקליכע מציאות אדער בלויז א ווירטואלער שפיל?

מיט ציטערדיגע הענט, באגלייט מיט געמישטע געפילן וועלכע האבן געבושזוועט אין מיין אינערליכע געדערעם, האב איך זיך געריבן די אויגן טראכטנדיג איבער מיין שיכורער שריט. עס איז געווען קענטיג אויסגעגאסן אויף מיין בלאסער געזוכט אז אין די קומענדיגע פאר שטונדן שטייט אויס צו פאסירן עפעס אויסטערליש.

ויבא... איך שטיי ביים טויער פון דער קאנטרי! זייענדיג א יוצא ונכנס בחצרות שרים ומלכים, האב איך גראדע נישט געהאט קיין פראבלעם מיטן באקאנטן צוים-שלאס. ווי נאר איך האב אנגערירט די קלאמקע פונעם גדר האט זיך דאס ווי אן עלעקטראנישער טיר אליין געעפנט, און ביז אייניגע סקונדן בין שוין געווען ווי א געפאנגענער. איך טרעט אצינד אויף די עפרות הקאנטרי וואו עס איז דאס אפרוה ארט פון אונזער געטרייער פירער און גרינדער. איר גלייבט דאס?

באלד איז געווען מיין ערשטער טריט צום בית המדרש. טראכטנדיג, וואו דען געפונט זיך קרעמער אויב נישט אין בית המדרש? אבער רבונו של שלמה, וויאזוי אינדעטיפיצירט מען דעם פערזאן? זאל איך צוגיין צום באלעמער אין אויסקלאפן: "דא רעדט זארעכפעפער, און איך בעט אז דער ניק קרעמער פון היימישע קרעטשמע זאל קומען מרצונו הטוב זיך פארשטעלן". גאנץ א גוטער פלאן, הא? דער פראבלעם איז נאר אז כ'אב אזוי געציטערט פאר די עבירה פון גילוי, אז כ'האב שוין ליבערשט באשלאסן צו בלייבן א חבוי ווי איידער עובר צו זיין אויף די שלוש חמורות.

א פלאן לויפט מיר דורך אין געדאנק, זיך צו שטעלן צום פענסטער פון שול און בעאבאכטן יעדן עובר ושב, והי' אז כ'וועל זען א איד א תלמוד חכם שפאצירט אזוי מיט א וויגעלע וועל איך וויסן אז "כי הוא זה" - דאס איז עס. א צירקע פינעוו מינוט שטיי איך ביים פענסטער, איך באטראכט מיט כיטרע בליקן יעדן ליידיגייער און שפאצירער, ביז וואנען מיינע בליקן זענען געפאלן אויף א געוויסן פערזאן וועלכער איז לויט אלע אנגעבליכע סימנים דער געזוכטער פערשוין. איך וועל אים אנטקעגן שפאצירן! האב איך באשלאסן. כ'שפאציר אזוי געמיטליך אויפן "קאנטרי בייק ראוד", ווען אט אט וועט פארקומען דער היסטארישער באגעגעניש.

אראפצומאלעווען אויף א פאפיר דאס בילד פון א שיכור ביום הפורים, איז א קיש-קיש-קאש קעגן דאס בילד פון מיינע באוועגונגען אין די היסטארישע מומענטן. א גראדער טריט איז בטעות נישט ארויס פון מיינע פוס; די אויגן האבן מיר געגלאנצט און געפינקעלט ווי דער אלקעהאליקער נאך זיין פלעשל זעקס-און-ניינציגער; די האנט האבן זיך מיר געווארפן ווי שאנע-ראבע ביי נענועים און מיינע קושקעס האבן זיך געדרייט א שטייגער ווי א פארברעכער וועלכער זיצט אויף באשולדיגונגס באנק. (איך האף אז קיין פרעמד אויג האט דאס נישט אויפגעכאפט...)

ווי א דונער אינמיטן העלן טאג האט אויסגעבראכן א הילכיגער "שלום עליכם".

אה, "עליכם שלום א איד", איז באלד געווען דער ענטפער. מיט זיין גוט הארץ האט קרעמער באלד פארגעזעצט מיט א טוץ פראגעס: פון וואו קומט א איד (מאין באת)? ווער זענט איר (ולאן אתה הולך)? און צולעצט איז געווען די ברענעדיגע פראגע פון "וועמען זוכט איר (ולפני מי אתה עתיד ליתן דין וחשבון...)?

מיט א שטימפיג מויל האב איך זיך אריענטירט און ארויסגעקראצט איינצעלע ווערטער: "וועמען איך זוך? עממ... עמעמ... איך זוך עממ... א טרונק ברוינפן ביז צו דער קרעטשמע"...

יע, יע. דער אנאנימער שמועסער, הערנדיג מיינע מאדנע דיבורים, האט פלוצים געטוישט קאלירן! און ענטפערט אזוי א פארלוירענער: "ווא... וואס... קרעט... קרעטש... קרעטשמע... ביז צו די קרעטשמע? פארוואס דארפט איר גיין ביז צו א קרעטשמע, ווען איר האט דא פאר אייך, פנים אל פנים, די קרעטשמע זעלבסט!"

אהא, אלעס שטימט שוין! גיב איך א שריי אויס.

והקול נשמע בית קרעמער לאמר הנה הנה זה בא...

קרעמער, להתראות...

(נעמען זענען פיקטיוו...)

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 07, 2008 11:57 am
דורך scy4851
זרח, געוואלדיג!
אזוי דראמאטיש אראפשטעלען פפששהההה!

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 07, 2008 2:39 pm
דורך לעווי
חחחחחחח

זארעך איינס אין די וועלט! אבער דער מעשה קען נישט זיין אמת!

פון וואנעט ווייס איך? ווייל דו ביזט נישט געקומען מיט א VUS !!! אין קרעמערס קאנטרי קען מען נאר קומען מיט א VUS אדער עכ"פ מיט עפעס וואס זעהט אויס ווי דעם.

אבער וואס גייט מיר אן צו עס איז יא אמת צו נישט, דעריעיקר אז דו אין קרעמער האבן זיך ענדזשויעט!

מיר קוקן ארויס בכליון ענים פאר די נעקסטע באבאגענוש!

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 07, 2008 3:09 pm
דורך מאשקע
וועלכע נאמען איז פיקטיוו? זארעכפעפער אדער קרעמער?...

זארעכ, געוואלדיג גוט. שוין לאנג נישט געלייענט קיין גוטן ארטיקל פון דיר. בריך מתייך לשלאס.

(אגב, האסט פארפאסט זייער א גוטן וואל-קאמפיין... לכה"פ איין צד האט נישט קאמפיינט... וואלסט געקענט שעפן נחת...)

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 07, 2008 3:13 pm
דורך איך_הער
זארעכ, גוט אראפ געלייגט, כאטש איך האב נאכנישט ארויס, צו דאסיז בלויז דמיונות, צו ס'איז עכט פארגעקומען.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 07, 2008 3:48 pm
דורך יאנאש
זארעך; נעם דיר א פינגערל פון קעלער.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 07, 2008 4:38 pm
דורך צייטליך
הערליך אראפגעלייגט, ערעב זארעכ. שוין לאנג נישט געהערט פון דיר געהעריג. ס'קוקט אויס אז ס'איז געווען א הערליכער פיקטיווער באזוך..

מיר איז נאך מער אינטערסאנט וויאזוי קרעמער וועט אראפלייגן אזא באזוך..

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 07, 2008 4:49 pm
דורך אלטעבחורל
העלאו זארעך, וואט-אי-נייע. וויאזוי איז די 'ניין-און-ניינציג'? געווירקט - איא? זאפארט נעם איין נאך א גלעזל, מיר טוען געניסן פון דיין זאטכרע'ראחרשיער ארטיקלען. הגם דו האסט אין אונז שוין לאנג נישט ארויס געשאקעלט א געוועבכטס פון אונטער דיין קיש-קלאחטש האנטוך. אבער עטליסט איצט פארדייען מיר זארעכ-פעסער-זאפט!

האטרך אויס ראחבלי זארעך; ווען יעמיצער זאל נאר ווייסן וואס עס שפליט זיך אפ אין דיין מוח בשעת'ן באזוך , וואלט איך זיכער געמאכט אז איינער זאל ווען שטיין דארט מיט א ריקאטרדער צו געניסן פון דיין מוח, וואס שוועבט ארויס זיסליכע חלומות - וואס קוקט ממש אויס ווי עס איז אין ריעל לייף.

איך קען דיר זאגן איין זאך, איך האב געשפורט ווי איך זיץ ממש די נעקסטער באנק, פליקענדיג מיין בארד, אין צוהערנדיג צו די טייערער שמועס.

יו אחר די מעעען! טענקס.

קרעמער טייערער; (פאר אלעם לאזט דיך יעצט חנפ'נען?) מיר האלטן אינגאצן די צווייטער וואך אין זוממער אריין, וויפיל באזוכן קומט פאר א טאג? קוקט אויס ווי עס וואלגערן זיך אונטער די פוס געסט. קען איי סקעדזשול די נעקסט וואטן? זעה נאר אז די 'זעקס-און-ניינציג' זאל זיין ריפילט. דאחנקע!

*

מאשקע האט געשריבן:(אגב, האסט פארפאסט זייער א גוטן וואל-קאמפיין... לכה"פ איין צד האט נישט קאמפיינט... וואלסט געקענט שעפן נחת...)

מאשקע איך וועל נישט נעמען קיין קוועסטעשנס. (קרעדיט: עליאחט ספיצער)

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 07, 2008 5:31 pm
דורך מיללער
זארעך,

עס גלוסט מיר מיגב צו זיין כיד מיללער הטובה עלי, אבל מה אעשה איך הייב נישט אן צו פארשטיין מה קרה שם בהביקור, און וואס דער ציהל פונעם ביקור גומלין וואס האט ארומגענומען די פארברענגען אפטיילונג פונעם קרעטשמע ועל מה שם האשכול הוטבעה.

ממש אין א בחינה פון הביקור נפלא ממנו ובתגובה לא אשיבנו................

דו פון דיין זייט שרייב ווייטער אפי' אויב איך פארשטיי נישט ווייל צו לייענען דיינס א תגובה איז ווערט מבחינת אותיות מחכימות פתי, ומי פתי יסור הנה? מעשוגע דארף איך זיין דורכצולאזן תגובת זרח מבלי לקרותה.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 07, 2008 10:48 pm
דורך קרעמער
מתחילה אן האב איך געפלאנט קאטעגאריש צו לייקענען אז אזא עפיזאד זאל האבן פארגעקומען, אמער, איך זאל האבן ביי מיר אין די קאנטרי אזא חשוב'ן גאסט און דאס נישט אליינס באשרייבן???

אבער נאכן ליינען דעם גאנצן ארטיקל, און אלע נאכפאלגענדע תגובות דערויף, האב איך אנגעהויבן קלערן אז די רעכט איז נישט מיט מיר, ווייל איז גאנץ מעגליך אז 2 אנדערע אידן האבן זיך געטראפן...

אזוי צו אזוי, האט זארעך אראפגענומען אביסל פון זיין פיינע צייט זיך צו עראינערן אין זיינע געדאנקן און ארויסברענגן פון דארטן עפעס א חתיכה הראויה להתכבד, און אויף דעם טוען מיר זיך באדאנקן. יישר כח! (אויף ווידערזעהן).

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 08, 2008 1:06 am
דורך ברוך
נאכן דורך לייענען די מילגרוים זאפט וואס איז ארויסגערינען פון זארע'ס פענע, ווי עס קוקט אויס שארפענט מען שוין די פענסליך,
מען גייט דאך שוין באלד רוקן די בענק, כ'מיין ווי אר סיאינג דע לייט פראם דע ענד אף דע טאנעל,

און נאכן דורכלייענען די תגובות דא בלייב איך איבער מיט איין קנעפל חחחחחחחחכככככ

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 08, 2008 8:34 am
דורך 3x0
קרעמער,

שכוח פארן אויפנעמען אלע געסט וואס זענען יא געקומען צו דיר, לכבוד דעם האמיר באקומען אזא גלונגענס פון זארעכ.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 09, 2008 11:48 pm
דורך סאכדעס
זארעכ, פון קרעמער'ס תגובה, קוקט אויס אז דו האסט איהם גוט אנגעצויגן...

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 13, 2008 5:51 pm
דורך וויכטיג מאכער
כ'ווייס נישט וועמען צו גלייבן? איינער קען מיר דא קלארשטעלן וואס איז געווען דא, איזער געווען באזוכן צו נישט? כאנישט קיין אהנונג!

אבער הו קערס? דער עיקר איז דעך נישט די באגעגעניש זעלבסט, נאר דער נאכפאלגענדער ארטיקל, און דעס איז דעך זיכער דא! אידעך שוין גוט!

זארעך ווען גייסטע באשרייבן דיין באגעגענישט מיט מיר? אדער קרעמער, ווען גייסטע לייקענען די באגעגעניש מיט מיר?

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 13, 2008 6:03 pm
דורך קרעמער
יעצט.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 13, 2008 6:13 pm
דורך וויכטיג מאכער
חחח פיין!