באזוך #3: טובים השנים מן האחד
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 06, 2008 10:30 pm
איך האב נאכנישט באשלאסן אויב זיי האבן מיר געוואלט שפארן צייט, ווערטער אין א תגובה, אדער זיך אליינס געוואלט שפארן גאזאלין, אבער 2 פון מיינע קאלעגע מנהלים האבן זיך היינט אנגעריקט אויף א באזוך צו מיר אין קאנטרי, וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין פיל מער ווי א היט-און-שטריימל.
די צוויי, הלא המה דער חשוב'ער געערטער רייניגער מר. יאנאש, און זיין קריטיקירער מר. טריאו, האבן מיר בכלל נישט איינגעמאלדן איבער דעם באזוך פון פריער, פלוצלינג צופייפט זיך דער טעלעפאן און יאנאש בעט אנווייזונגען וויאזוי אנצוקומען צו מיין קאנטרי פונעם זיבעצענער. איך האב אים געהייסן נעמען א געוויסע עקזיט און פארן גראד, באיזה אופן האבן אים מיינע דירעקציעס נישט אזוי געפאלן, און ער האט נאכגעפאלגט ווי א בלינדע קאטשקע די קול באשה פונעם דזשיפסי מאשינדל, וואס האט אים טאקע געפירט אויף געדרייטע וועגן און ראודס אז ער האט שוין פילייכט חרטה געהאט פארן נישט אויספאלגן דעם קלארן באפעל צו פארן גראד.
ארום א האלבע שעה דערויף האבן זיי געפונען דעם דעזיגנירטן אריינגאנג, און איך האב זיי צוגעוויזן דעם הארבן טויערל וואס מאשקע - דער געוועזענער ראש הקהל - האט זיך נישט געקענט קיין עצה געבן דערמיט. זיי האבן דאס באטראכט מיט א דורכדרינגליכע בליק פון וואס עס האט זיך דערקענט אז דערמיט פארשטייען זיי פארוואס מאשקע האט נישט לאנג נאך די אנטדעקונג אז ער קען זיך נישט באכלעפטשן מיט א פשוטע ריגל, פארלוירן די וואלן מיט א מאדסלייד פון 2 שטומען.
היות איך בין דאן געווען טרוד מיט די שמירה - ווי מאשקע האט שוין ערווענט אז מיין זומער אמט איז נישט צופיל אנדערש פון די ווינטערדיגע - האב איך זיך ארומגעדרייט מיט א קינדער וויגעלע, צו וואס יאנאש האט זיך תיכף צוגעכאפט ווי צו א געבראטענס, און פרובירט ארויסבאקומען מיין טאכטערל'ס ניק, אדער עכ"פ אימעיל אדרעסע.
נאך א וויילע האט די אינסטינקטיווע געפיל פונעם רויכערער זיך צוארבעט אויף אלע פראנטן, און יאנאש האט געגעבן א ציה ארויס א פאפיראס פונעם טייסטער און דאס פארקנוילט. פארשטייט זיך אז איך האב דאס קינד שנעל אפגעפירט צו א פארזיכערט פלאץ, נישט ח"ו אנצושטעקן דאס פיצלס מיט צווייט-האנטיגע רויך פון אן ערשטן קלאסיגן רויכערער.
נאכן זיך דערזעהן ווי א פרייע פויגל, אן קיין אויפגאבע, נאכדערצו מיט פרייע צייט, האב איך פארגעשלאגן זיך אריינצוזעצן אינעם אויטא (איך פרוביר נישט צוצוטרעפן סארא סארט אויטא דאס איז געווען, אזויפיל קען איך זאגן אז עס איז נישט קיין האמער) און אביסל ארומרייזן מיט די צוויי זאפטיגע שמועסערס, מיט וועמען איך קער זיך שוין אן א שיינע 3 יאר צו גוטן.
וואלט איך געוואוסט וואו דער שטרעזל וועט מיך פירן, וואלט איך בעסער אויסגעהערט די פארלאנג פון מיינע עלטערן זיך נישט צו דערנענטערן צו א פרעמדע קאר...
ברם יזכר לטוב ר' טריאו וואס האט מיר תיכף איבערגעגעבן זיין פאדערשטן זיץ, סייווי האט ער געוואלט זיצן פון אונטן, ווייל דארט האט ער זיין בעק-סיט דרייווער, פון וואו ער מאנעוורירט דעם גאנצן קאר מיטן דרייווער אינאיינעם. בעסער ווי א דזשיפסי, געט ער אזא פייף ווי נאר עס דאכט זיך אים אז מען גייט פארפאסן א דריי אינעם ראוד, אדער ווען ער פארשטייט אז דער דרייווער האט געמאכט א טעות מיט א ווארט אין א זאץ וואס איז כלל נישט נוגע דאס קאר געפירעכטץ.
איך קען נישט ארויסגעבן פונקטליכע דעטאלן פון אונזער געהיימע רייזע, אבער אזויפיל זאלט איר מיר גלייבן אז צווישן דעם טעאטער און דעם באל-געים, האבן מיר אויך עספיהט זיך אפצושטעלן אויף א פלאץ וואו מען האט סארווירט גוטע אייער.
טריי צו זיין ווארט, האט מיר דער מנהיג יאנאש צוריקגעברענגט אהער צו מיין מקום נופש, פון וואו איך קלאפ יעצט דיזע ווערטער צו אייך ליבע לעזער, מיט אן אפענע לאדענונג לכל מאן דבעי, קומט אריבער, ברענגט נאר מיט עפעס טועמיה אדער איבערבייס, און א טעמע וואס איז צוגעפאסט.