Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

וואס האט ער געטון אום יולי פיר?

פרייטאג יולי 04, 2008 8:20 am

מיט גענוי צוויי יאר צוריק האט דאס פאסירט. א חשוב'ער יונגערמאן איז געגאנגען צום אינטערנעט בראוזער (מאנכע זאגן אז ער האט גאר גענוצט פייערפאקס), און אריינגעקלאפט דעם פאלגענדן אדרעס:
www.yiddishworld.com/forum

נאכ'ן דרוקן שטארק אויפ'ן "ענטער" קנעפל, איז ער אריינגעפאלן אין א רעלאטיוו-נייעם וועבסייט. ער האט זיך גלייך ערהוילט פונעם קלאפ, און ער האט געדרוקט אויפ'ן קנעפל "הרשם".

ער האט אויסגעפילט די אינפארמאציע, מצהיר געווען אז ער איז שוין בר מצוה געווארן, און געדרוקט דעם קנעפל וואס האט אים געמאכט פאר א מיטגליד אין "היימישע קרעטשמע".

און פון יענעם יולי 4 ביז'ן היינטיגן יולי 4 איז כמעט נישט דורכגעגאנגען קיין טאג וואס ער האט אונז נישט מהנה געווען!

קורץ אדער לאנג, שטומפיג אדער שארף, צוקער אדער זיס: "איך הער" איז שטענדיג געווען א חשוב'ער טייל פונעם קרעטשמע, און מיט געטריישאפט ארבעט ער אויף פארשידענע פראנטן צו הייבן דעם ניווא פונעם קרעטשמע.

העפפי בוירטדעי, אני שומע!

Advertisement

פרייטאג יולי 04, 2008 9:13 am

וישמע מיללער, פרעגט רש"י מה שמועה שמע ובא, וואספארא הערינג האט ער געהערט דער הערער? שמע מאשקע מדבר ו'אני שומע', ער האט געהערט אז דער געוועזענער ראשא-קאאל דער היינטיגער אנגעצויגענער בוריק וואס דרייט דעם קמץ-בערדל אויפן פויסט ווי איינער זאגט "וואס אן אלטער בחור קען אלס נישט טאן מיט איינעם!..." איז אריינגעקומען קיין פארברענגען מיט א באטל קאניאק פייערן דעם יום הולדת פונעם געוועזענם בר-מצוה בחור הרב שמעי'.

היינט איז א וועלט פון הערן; מ'הערט קול מבשר, מ'הערט (נאומאר) האט-ליינס, קאלד-ליינס, לוילעך-ליינס, מ'הערט איי-פאדישע שיעורי תורה, און וואס נישט, אבער איינער איז דא וואס הערט זאכן וואס מיר הערן נישט, דאס איז דער בארימטער הערער מר. איך הער ירום קרנו והודו ומאודו.
וממשמע שנאמר, פונעם הערן טוט ער נאכדעם זאגן, ער קומט אריין אין קרעטשמע-טאון און באוואסערט די גראזן און געוויקסען מיט זיין אייגנארטיגע קרעטשמע-וואסער פון וואס תגובה תגובה מצתרפת לחשבון גדול, ער איז היינט דער שר על כל שרים במספר התגובות!

הרב ר' שמעי' איכער שליט"א, מזל טוב, עלה והצלח, כה לחי!

פרייטאג יולי 04, 2008 11:02 am

העפי בוירטדעי איך הער, עס איז אונז א כבוד און א פארגעניגן אייך צו האבן דא אלץ א וויכטיגער חלק.

יישר כח פארן זיך איינשרייבן, און א יישר כח פאר אונז נישט איבערלאזן אונטער סיי וואסערע אומשטענדן.

פרייטאג יולי 04, 2008 11:30 am

אין וואס טוען מיר אום יולי פיר? היינט איז דאך סוספענדעט די 'נאו-פאחרקינג' אזוי אז מען קען פארקן ווי מען וויל, צוליב די לעבעדיקייט האט 'מאשקע' אריינגעפארקט אין דעם אשכול און-פארברענגען, אבער באלד נאך יולי 4 וועט מען דאס טואען.

דאס באלאנגט ערגעץ דביק, איא? אונזער איך הער מיר קוקן ארויס ווייטער אויף זיינע הערליכע תגובות. וואס פליסט נאכאנאנד...

איך הער, קאטם העיר, דאונט סטעי AWARE, טעיק א שעיר, ענד גיוו אטס מער, ווארף נישט אפ אונזער באחגער, ווייל מיר וועלן פארלאנגען מער, אלזא טו צום דטבזר, אין גיס אונז מיט שווערע עמפער,

מיללער; דו ביסט א ריכטיגער 'מליץ יושר', עס גיסט זיך פון דיר מליצות...

האטרעי אני שומע...!

ייש"כ מאשקע פארן אונז איבערגעבן די גוד ניוס..

פרייטאג יולי 04, 2008 11:51 am

:oops: :oops: :oops: :oops:

מאשקע, אין לי מלים, אבל יש לי מילער.

עניוועי, איך רעד נישט אריין דא.

פרייטאג יולי 04, 2008 2:06 pm

מזל טוב איכ-הער לכבוד די ניי צוגעגעבענע נאמען וואס ר' יאנקעלע סקערנטאנער האט דיר צוגעטיילט חנם אין כסף...

מזל טוב ר' שמעי'...

זונטאג יולי 06, 2008 2:40 am

שמעי, שמעיני אדוני, נשיא התגובות אתה בתוכינו, במבחר קברינו בלא בלא בלא....

יאכער, דעטס נייס, אין צוויי יאר, אזא גרויסע טיטול צו קריגן...

זונטאג יולי 06, 2008 9:14 am

יא יא ר' ך'הער'עלע, זיי האבן אבער פאגעסן אז אינדערצווישן ביסטו געווארן ארבי אויעך, און נישט סתם א רבי, נאר מיין רבי

מזל טוב כבוד כעדישעס אלופי מורי מיודעי ורבינו, MORON אדמו"ר ך'הער תליש"א :lol: ;1@

זונטאג יולי 06, 2008 11:36 am

כ'הער ועוד לסקרענטאן, מז"ט, מזל טוב.

זאל זיך ווייטער גיסען שמאלציגע תגובות פון דיין שליסל-בארד.

זונטאג יולי 06, 2008 9:47 pm

כהאב טאקע נישט געוויסט פארוואס מען שיסט פייער קראכערס יולי 4, יעצט ווייס איך שוין...............!

מזל טוב שמעי'! -:c:h |{}+
שרייב א תגובה

Advertisement