א באזוך פונעם ראש הקהל
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 01, 2008 10:31 pm
ווי אלע ווייסן מסתמא, געפונט זיך מאשקע דער ראש הקהל די טעג אויף דאטשע אין די הרי אררט הנקראין מאונטענס בלע"ז, און טייל פון אייך זענען מעגליך אויך באקאנט מיטן פאקט אז מיין זעקל ביינער און שמוץ וועש וואלגערן זיך אויך די טעג צווישן די ביימער און בלעטער פון די בערג. איז דאך דאס א גלענצנדע געלעגנהייט און א שטארקע זמן גרמא מקיים צו זיין דעם חסד ואמת נפגשו, כ'מיין קרעמער ומאשקע נשקו, אוי וואו בין איך.
הכלל, זעהט אויס אז מאשקע האט מקנא געווען דעם דאיען וועלכער האט געוויילט עמי במחיצתי טאקע דעם פארגאנגענעם זונטאג, און האט באשלאסן יעבור עלי מה מה מה, איך מוז אפשטאטן א באזוך אין די טובו אהליך קרעמער. שוין פון עטליכע טעג צוריק האט ער באשטעלט אן אוידיענץ אויפן טעליולער, און דער גבאי האט אויפגעשריבן מיט גלאררייכע אותיות אויפן ווייסן בלעק-באורד אז דער דינסטאג'דיגער טאג איז רעזערווירט פארן נכפל בו קי - טוב טעם.
דער לעצטער טעלעפאן רוף האט באשטעטיגט דאס לאנג ערווארטעטע, ווען דער ראש הקהל בעצמו האט אנגעפיפן דעם טרייבל מיינעם און אים איינגעמאלדן קלאר און צייטליך אז ער איז אויפן וועג, און לויט אלע אנדייטונגען וועט ער ערשיינען במלא קומתו אין מיין כאטקע ביז א קורצע וויילע. די ווארטעניש האט אויסגעזען ווי לאנגע מינוטן, למעשה האט עס אבער גענומען אסאך לענגער ווי דאס, ווייל ער האט דאסמאל מיטגענומען די בעסערע העלפט אין קאר, און די שאפינג האט גענומען לענגער ווי די קרעדיט קארד ביל.
ענדליך קומט א בשורה אז הנה זה בא, דער חשוב'ער גאסט איז שוין דא. איך קוק ארויס פונעם פענסטער, און איך זעה טאקע זיין SUV אריינפארקירן פארענט פון מיין כאטקע, איך ציה ארויף דעם זומערדיגן טיש בעקיטשע און שלייך זיך ארויס פונעם טיהר אן א סקריפ און ענטפאנג דעם גרויסן גאסט, וועלכער האט געמאכט זיין וועג צו מיר, לקיים מה שנאמר ביקור חולים, מאן חולים קאנטרי-זיצער.
די פונקטליכע תוכן השיחה איז שווער איבערצוגעבן בכתב, ווייל רוב זאכן האבן מיר זיך פארשטאנען אויפן ווינק, אבער אזויפיל קען איך איבערגעבן אויפן שפיץ גאפל, אז צווישן אנדערע האט מען אדורכגעטאן די נייע סארט מח אפעראציעס וואס ווערן דורכגעפירט אויפן פאציענט בשעת ער איז וואך, און דער פאציענט ווערט פארהערט דורכאויס דעם פראצעדור צו זעהן פונקטליך וועלכע חלק פון מח איז וויכטיג פאר זיין לעבן און וועלכעס איז בלויז א געוואוקס רח"ל. עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז מאשקע וואס ביי אלע סארט קאמפיוטער שאלות איז ער ווי א פיש אין הערינג-שאכטל, איז גאנץ א קנאפער ידען אין כירורגיע, ניטאמאל האט ער זיך אויסגעקענט מיט די זיכערהייטס צוים וואס נעמט ארום דעם קאלאניע.
די באגעגעניש האט זיך געענדיגט הארט בעפאר עס האט זיך אנגעהויבן, ווייל דער ראש הקהל איז די טעג פארנומען צוזאמצוקלויבן די לעצטע פאר שטיצער וואס זאלן אים הייבן אין די שטום-בודקע, אבער אחרי ככלות הכל איז עס געקרוינט געווארן א סוקסעס, און מען האפט אז אנדערע מיטגלידער וועלן זיך אפלערנען פון אים און פון סאכדעס אז יעצט איז א שעת הכושר צו באזוכן דעם זומערדיגן הויפטקווארטיר פונעם קרעטשמע'לע וואס געפונט זיך טאקע אין סאמע מיטן פונעם שלאף צימער.