גריסן און שמועסן
דינסטאג יולי 01, 2008 2:10 pm
נע, ווערטס נישט דערשראקן, נישט פון די קרעטשמע, כ'האנאך אסאך ארבעט דא, כ'האב געפעלט איין טאג, און אזוי זעט מען אויס, אבער שוין דאס איז יעצט דער רצון ה'איך הער', און איך מוז מיך צושטעלן.
איי פון וואו גיי איך יא ארויס? סאו האלטס ענק רואיג, און איך וועלעס ענק מסביר זיין, אזוי ווי געשריבן אין סאכדעס'ס צוקריגטע אשכול, אז איך האב 108 נייע הודעות, און ווייל שרייבינג האלטעס ביי 111 און דאס מיינט פאר מיר, אז איך האב דריי פעיזשעס מיט נייע הודעות, צוויי פולע, און איין אנגעפאנגענע, יעצט אזוי, ווי לאנג כ'האב געהאלטן ביים ערשטן פעיזש, האבעך ווי נישט ווי, פון צייט צו צייט, געמאכט ריפרעש, און כ'האב געמערקט ווען ס'קומט צו עפעס ניי, און פראבירט זיך וואוסנדיג צו מאכן דערפון.
אבער למעשה, האבעך יעצט געענדיגט דעם ערשטן פעיזש, און איך מאך מיך גרייט צו גיין צום צווייטן פעיזש, און אזוי גייט אויסקומען, אז כ'וועל נישט באמערקן גענוג שנעל, אז איינער האטצעך גענומען ס'מיה און עפעס צו געשריבן, און איך וועל מיך נישט וואוסנדיג מאכן, און יענער קענאך חלילה וחס טראכטן, אז איך בין עפעס ברוגז אויף אים, און דאס ווילעך בשום אופן נישט, ממילא האבעך דיסיידעט דאס צו לאזן וויסן פארן עולם, און אזוי וועטצעך דער עולם נישט דערשרעקן און זיין רואיג. נו, איזעס שיין פון מיין זייט?
דערווייל בלייבטס מיר געזונט, איך נעם יעצט די נעקסט פעיזש באס, און כ'וועל זיין אי"ה צוריק שפעטער.
ביטע מיך נישט כאפן אויפן ווארט, אויב ס'וועטצעך פאר עני ריזן מאכן, אז כ'וועל יא אריין אריי פאפן (מיט א פתח אונטער די ערשטע א' און מיט פינטלעך אין ביידע פ'ס.) אינמיטן, איך רעזערוו פאר מיר די רייטס, צו טון וואס איך וויל. מיט דאנק פון נאכדעם.
Advertisement
דינסטאג יולי 01, 2008 2:36 pm
וועסט זיין צוריק אויף מנחה-מעריב?
דינסטאג יולי 01, 2008 3:11 pm
דא בינעך, יעצט קוקעך ווי ס'איז אלץ פארווארפן מאראנצן, צו קענען אריין בייסן דערין.
דינסטאג יולי 01, 2008 4:04 pm
אה ביסט יא דא? דאן וואס טוצעך.
(ווארט נישט אויף קיין ענטפער, איך גיי ארויס פון דא פאר אביסל)
דינסטאג יולי 01, 2008 6:50 pm
איך וועל יא מאכן א שטיקל מסירת מודעה, אז די לעצטע שטיקל צייט האב איך אנגעהויבן אונטערפאנפעצען מיט די פארברענגן און ספארטס פארומס. איך פלעג טאקע אפליינען יעדע איינציגע תגובה פון קרעטשמע, אבער צוליב די איבערפלוס פון תגובות איז מיר דאס לעצטנס אוממעגליך, און די שניט איז געקומען פון אונטן און אויבן, דאס הייסט אינעם ספארטס פארום און ביי די פארברענגן.
דינסטאג יולי 01, 2008 11:44 pm
וואס האט דאס מיט'ן ארויסגיין???
בכלל האסט דען נישט מורא פון מסירה?
מיטוואך יולי 02, 2008 12:31 am
א יעדן שוין אפגעעענטפערט? אפשר זוכסט אן ארבייטארער? די ארויס העלפן מיא די שווערע ארבעט און אפענטפערן די אלע בריוון וואז זענען אנגעקומען?
לעני"ת וואלט א רב אינדערהיים, געווען א ראשכבה"ג ווען ער באקומט ווען און איין טאג הונדרעט און עלעוו בריוון, און א מוח עצום אויב וואלט ער דאס נאך אלעס פארענטפערט.
מיטוואך יולי 02, 2008 12:33 am
כ'אנאכנישט געהאט צייט אפצוליינען דעם אשכל, אבער פטור בלא תגובה אי אפשר
דאנערשטאג יולי 03, 2008 8:59 am
אוי ווי איז ער ? איכער ביסט שוין צוריק געקומען ?? העלאו ??
דאנערשטאג יולי 03, 2008 9:20 am
יא, איך בין דא.
דאנערשטאג יולי 03, 2008 9:23 am
אה, סך רואיגער.
מיטוואך יולי 09, 2008 11:44 am
איכער..כ'האב דיר געוואלט זאגען...הרחק אל תרחיקו...
ביסט שוין צירוק..
נעווער מיינד..
מיטוואך יולי 09, 2008 4:56 pm
אקעי, יעצט אויך פאר אביסל.
צו די צווייטע פעיזש.
דאנערשטאג ספטמבר 25, 2008 10:03 pm
ווי איך האמעך שוין געלאזט הערן, אז כ'האב א געוואלד מיט ארבעט, דריי פולע פעיזשעס און פלאס עפעס אויפן פערטן פעיזש, סאו עלעך פריש מוסר מודעה זיין, אז כ'גיי יעצט כאפן די צווייטע פעיזש באס, זוכט מיך נישט דא.
שבת ספטמבר 27, 2008 9:57 pm
יאכער, אזוי ווי כ'אדער געזעהן זיך דרייען אין דעם אשכול, האט מיר געכאט ס'קדחת, ס'הייסט? יאכער גייט שוין ווייטער אוועק?
אבער באכאשעם אז ס'איז אויסגעגאנגען צו שרעק, נאר זעסטע שוין וואס ס'געשעהט אז מ'גייט אוועק? דריי בלעטער.... הא?
שבת ספטמבר 27, 2008 11:07 pm
שוין, כ'בין שוין צוריק, אלעס איז ווי נארמאל. ב"ה. דעי וואך עלעך אויך פעלן פאר צוויי טעג. (עטליסט.)
שבת ספטמבר 27, 2008 11:11 pm
כ'הייב שוין אן צו ציטערן......
שבת ספטמבר 27, 2008 11:38 pm
וואס דארפסטע ציטערען?
בלייב אויך אינדרויסען צוויי טעג...
שבת ספטמבר 27, 2008 11:45 pm
אבער עלעך מוזן ארבעטן זוי שווער ווי יאכער צו ווייסערן אלעס?
זונטאג ספטמבר 28, 2008 9:25 pm
נע, דעי צוויי טעג, וועט מען דארפן ארבעטן זיך צו ווייסערן, און גאנץ אן אנדערע פלאץ.
מיטוואך אוקטובר 01, 2008 9:31 pm
אוי זאגסטו גוט
האפמער אז האמער עפעס אויפגעטוען אין די צוויי טעג....
scy4851 האט געשריבן:וואס דארפסטע ציטערען?
בלייב אויך אינדרויסען צוויי טעג...
וואס הייסט וואס איך דארף ציטערן? ומלאכים יחפזון!!!
פרייטאג אוקטובר 03, 2008 9:45 am
שמערי...שוין ברואיגט פונעם ציטערען?
אדער, יעצט ערשט פאנגט עס זיך אהן..לפני בא יום... הגדול והנורא.....
זונטאג דצמבר 07, 2008 3:59 pm
נישטא דא קיין מנין, גיימער דאווענען מנחה.
מאנטאג דצמבר 08, 2008 12:44 pm
סגעפערליך די מצב, איך מיין איך גיי טון די זעלבע וואו איך הער.