Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

ס'איז דא זעקס???

זונטאג יוני 29, 2008 2:51 pm

וואס א פראגע דו זיבעלע איינער? ס'איז דא זיבן אויך, דריי זיך אויס צום עמוד, און דאווען פליסיג און פלייסיג, פרומעץ מיר נישט דא אויף מיין חשבון...

הערט אויס א סטארי, דער דאיען האט היינט פארטאגס נאכן פארלאזן די קרעטשמע, גענומען דאס גרויסע וועג פון מאנטריאל קיין נוי יארק, און נישט סתם נוי יארק, נאר גאר צו די מאנטענס, דאר וואו דער רבי האלט אויף זיין זומער'דיגן וואוינונג. פארשטייצעך אז מחמת כמה עכיבום האט דער דאיען פארפאסט זמן תפילה, און נישט געקענט דאווענען מיט מנין בעפאר. נו, האט מען זיך געברויכט פארלאזן אויף די וואס לאזן זאגן ברכת קרי"ש נאכן זמן. דער דאיען אנקומענדיג צו די קאלאניע פונ'ם רבי'ן, האטערזעך געוואלט אריינכאפן אין רבי'נס חדר פנימי, און דאווענען ביים כותל, קלערנדיג, מסתמא איז שוין קיין מנין דא נישט פארהאנען. אבער דער רבי זאגט בלא מיט א דלת, ס'רעדסטע? געב א קוק אין הוידא-נאנאשער (נאמען פיקטיוו) ס'מעדרעש, דארט שטעלט זיך זיכער א מנין, (פארשטייט זיך, אז דער מנין שטעלט זיך נישט אויפן טיש, אויך נישט אויפן באנק. נאר ווען אלע צוזאמען הויבן אן דאווענען, רופט מען דאס ביינונז שטעלט זיך א מנין). וואו אידאס הוידא-נאנאשער שול? דער רבי אידאך באקאנט אין די שבילי דנהרדעא (נאמען פיקטיוו) און ער געט דעם דאיען קלארע אנווייזונגען וואו זיך צו דרייען רעכטס, און א_וואו לינקס. אזוי אידער דאיען אנגעקומען קיין הוידא-נאנשער שוהל, וואס איז געכער א א ביידל אין וואלד, פאר'ן וואלד-וועכטער.

קומעך אריין אין פארצימער, האלט א מנין פעסט (נישט ממש, עס האט נישט געדונערט קיין (מר. אידיש, שטימט?) קול תפלה) אינדערמיט, כ'מיין אזוי צוזאגן ביי קרישמע, שטילע שמוינעסרעדיג. האבן זיי אזוי אויסגעשטעלט אז דער טיר אריינצוקומען איז ביי דרומית מזרחית. אין אנדערע ווערטער, ווען דו קומסט אריין, איז יעדער וואס איז אין שוהל, ברצותו אדער שלא ברצותו, מוז ער באטראכטן דעם דאיען. פארשטייט זיך דער דאיען מיט די שמויטע בגדים, מיט'ן הרג'נען תפילין בייטל, ציהט דאך אן אויג. אזוי אז גאנץ הוידא-נאנאש האט זיך אפגעשטעלט, אזוי ווי ווען דער דאיען האט באזוכט כעלעם, דאס דאווענען איז כמעט ווי נישט געווארן. דער דאיען געט זיך אן אריענטיער, און תיכף דערזעהט ער זיך אינם אנדערן שטיבל. וואס איז אגב אויך נישט בעסער מיטן טיר, אבער אויף אזויפיל אז דארט האט מען נישט געהאלטן אינמיטן דאווענען. איז ממיילע נישט אנטשטאנען אזא גרויס איבערקערעניש. דער דאיען קוקט זיך אום, און נישט גלויבנדיג וואס ער זעהט, יאפס, איבער א מנין אידן האלטן נאך פאר'ן דאווענען, קיינער איניש נערוועז, קיינער איילט זיך נישט. דא דארט הערעך ווי יענקל פרעגט זעליג'ן (מיט אזא שלעפ מיט די נאז ווי ביי די שבח אידן) זאגנאר, ווען פארסטו אין שטאט אריין? הערסטע, קוים איזער אנגעקומען, און אויף די מינוט דארף ער וויסן צו ער פארט אין די שטאט אריין. זעליג וואס זעהט אויס פון די אלט-געזעסענע תושבים, און ער ווייסט דאך אז יענקל איז פון די אידן וואס ווען מ'פרעגט זיך וואס מאכסטו, ענפערן זיי, זאגט ער אזוי בדרך אגב: נע, כ'פאר היינט אויף מאנרא צו א חתונה... ובזה נסתיים השבח, כ'מיין השיחה. בקיצער, דערוילעם איז רואיג, קיינער יאגט זיך נישט.

דער דאיען כאפט זיין טו"ת מיט א מורא'דיגער התלהבות דקדושה, און לייגט עס אזוי ווי די הלכה פארלאנגט זיך, און הויבט אן דאווענען. צוויי זיבעלעך זענען דארט פארוואגלט געווארן (מסתמא פון א דערנעבנדיגע ישיבה) פארשטייט זיך איז געווארן א שטיקל שטרייט צווישן זיי, מי יזכה? ווער וועט זוכה זיין צו שטיין ביינאמעד און זיך שאקלן ווי א לולב? אקיצער איגעבליבן אז דער אן די גלעזער. שוין ער שטייט שוין ביינאמעד, האט ער זיך דערמאנט עפעס א גוט'ס דרייט ער זיך אויס צום חבר, און ווינקט זיך אהער און אהין, און ביידען צושמייכלן זיך גוטמוטיג. דער דאיען ווערט שוין אביסל אנגעצויגן, איזהו מקומן איז ער שוין פארטיג אויף א וויילע, ספרים איז כמעט דאר נישט בנמצא, איז וואס ווארט ער דארט דער זיבעלע. ביז דער דאיען מערקט אז ער לויפט ארום קוקן צו ער האט זעקס. איי פערד איינער, דו דאווען נאר וועט שוין זיין זעקס, די אידן דא ווילן דאך מיט דאווענען, נישט אזוי? פארשטייט זיך עס האט נישט לאנג גענומען, און ער זאגט חריע ביינייעם, און זאגט קדיש.

מ'דאווענט געשמאק, ווי ניש ווי א בחור האט דאך די וועלטס-צייט, און איז געוואוינט צו דאווענען עטוואס געלאסענער ווי שנה שעשוינע אינגעלייט. האצעך געהערט ס'גאנצע פסוקי דזמרה מיט א ברען, דער דאיען האט פארט הנאה געהאט, שוין לאנג נישט געדאווענט מיט קיין בחורים. קומער צו צו ישתבח, און אפסס, ס'שטיל, וואס האט שוין ווידער פאסירט? דער זיבעלע אינישט ביינאמעד, ער לויפט קוקן צו ער האט זעקס. דו זעקסער איינער, האסטעך שוין פאר'ן דאווענען געזעהן אז ס'דא זעקס, וואס קוקסטו מיר איבער דא ווי א בהמה? דער דאיען ווינקט איהם, נו, איר קענט זאגן ווייטער, אבער ניין, הוא באחת, ער מוז זעעהן צו די זעקס האלטן שוין אלע נאך אחדשמעכאד. נו, א ברירה האמער? ענדליך גייט ער צו, און זאגט ישתבח, ישתבח שמו לעד....

ביי אהבה רבה (מסתמא האט דער זיבעלע נישט געזאגט אהבת עולם, ערידאך א פרומער) האט ער מאריך געווען כדין, און ער האט זיך פארחלומ'ט איבער זיין דארמעטארי בעט, אינצווישן זעהט ער זיך ביי וקרבתנו מלכנו, אן די ציצית אין די הענט. ער האלט זיך שטיל פאר א וויילע, ער מאכט א קיבוץ גליות, און מיט א פרישקייט פירט ער אויס, ותוליכנו מהרה קוממיות לארצנו, כאשיער אויסגעפלאצט. אבער נאך א מאזעל, וועניש קוקט ער דאך צו ס'איז דא זעקס.... מיינט איר אוודאי אז ביי שמענעסרע אישוין געווען זעקס? וואס וואו ווען? דער זעקסער דרייט זיך ארום ווי א יוון אין די סוכה, און זוכט זעקס מתפללים......

Advertisement

זונטאג יוני 29, 2008 3:04 pm

דו פארסט אין קאנטרי פארן זוממער?

זונטאג יוני 29, 2008 3:08 pm

אויכמער א נאפקעמינע זעקס צו זיבן, דע ריקער איז אז דער דייען האט אפגעשריבן נאטיצן און געברענגט א שמייכל אויף מיינע בעקעלעך!

אפשר קען מיר די דייען זאגן ווי דער סמעדרעש געפינצעך? און אויב דארט איז דא א תיקון נאכן דאווענען? אפשר לוינצעך אהינצוגיין דאווענען!

זונטאג יוני 29, 2008 3:14 pm

יאנאש האט געשריבן:דו פארסט אין קאנטרי פארן זוממער?


איצט אישוין אינמיטן זוממער..

זאג יאנאש, דו פארסט אויף יוראפ נעקסטע וואך?

זונטאג יוני 29, 2008 3:15 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:אויכמער א נאפקעמינע זעקס צו זיבן, דע ריקער איז אז דער דייען האט אפגעשריבן נאטיצן און געברענגט א שמייכל אויף מיינע בעקעלעך!

אפשר קען מיר די דייען זאגן ווי דער סמעדרעש געפינצעך? און אויב דארט איז דא א תיקון נאכן דאווענען? אפשר לוינצעך אהינצוגיין דאווענען!


יישר כוח פאר דיינע ווערטער. כ'קען דיר נישט זאגן, ווייל קיין תיקון נאכן דאווענען איניש געווען.

זונטאג יוני 29, 2008 3:48 pm

סאכדעס, איך האב צוויי מאל הנאה געהאט, איינס פון ס'מעשה, צווייטענס אז האסט עס געשראיבן אין פארברענגן.

זונטאג יוני 29, 2008 4:12 pm

סאכדעס האט געשריבן:
יאנאש האט געשריבן:דו פארסט אין קאנטרי פארן זוממער?


איצט אישוין אינמיטן זוממער..

זאג יאנאש, דו פארסט אויף יוראפ נעקסטע וואך?


אה סארי איך האב געמיינט צו פרעגן 'אויפן זוממער', שעיעש ניש.

איבער יוראפ איז די מעשה אזוי, מאנכע אומוויסענדע האלטן אז איטאליע איז יוראפ און אויב איז עס ווי זיי זאגן דאן ניין, איך פאר נישט אהין אויך נישט.

זונטאג יוני 29, 2008 5:01 pm

זייער גוט האט דער בחור'ל געטון. אזוי האט דער דיין געהאט צייט אפצושרייבן זיינע נאטיצן.

זונטאג יוני 29, 2008 5:06 pm

זייער א דראמאטישע אונטערסאנטע עפיזאד.. יישר כח פארן אונז מהנה זיין אזוי גערן...

זונטאג יוני 29, 2008 6:38 pm

דיין טייערער, ביוריפעל אראפ געלייגט, דער שמויטע פאנע, זאל נאר צו גיין נאך אפאר מאל, און אלץ קוקן צו ס'איז דא זעקס, און דעם זכות וועלן מיר אי"ה האבן נאך אנארטיקל.

אין אמת'ן האבעך מער שוין באדאנקט ביים אפיס פון ר' גוגל טאלק זז"ג, אבער דא וועלעך מיך באדאנקען פארן זיך נעמען ס'מיה, און דאס אריין שמייסן, (כלשונו הקדוש.) אין טאלק, אז כ'זאלעס קענען ליינען, אויך ווען כ'האב נישט געהאט די מעגליכקייט אריין צו גיין אין קרעטשמע, און הנאה האבן מיט א פאר שעה פריער.

יישר כחכם.

זונטאג יוני 29, 2008 6:53 pm

אויב דער עולם צווייפלט אין די אויטענטישקייט פון די מאנסע, וועל איך דא קומען כיודל ועוד לקרעמער און דאס באשטעטיגן מנה אחת פעמיים באהבה.

זיצנדיג מיט די רבינו תם'ס נאכן דאווענען, קומט מיר אריין א דריזל אינעם טעליולער, עס שרייבט זיך אויף אויפן פאדערשטן פענסטערל אז נישט קיין צווייטער ווי דער דאיען בכבודו ובכבידו רופט!

מיט חרדת הכבוד הייב איך אויף דעם צוזאמלייגער און פרעג דעם דאיען מה בצע, וואס איז זיין פארלאנג, עד חצי חצי בין איך גרייט. הכלל, דער דאיען מעלדט מיר די בשורה תדשן עצם אז ער איז אויפן וועג צו מיר!

איך ענדיג אפ דאס לערנען, און פארשאף קוואדערלעך פאר די וואשער און דרייער, אויך אביסל מילך און גרינצייג פאר די שטוב-געזונט, און נאכן ערשטן ביס נאכן המוציא קריג איך א באשטעטיגונג פונעם דאיען אז הנני הנני, דער ברייט ערווארטעטער גאסט איז שוין ערשינען.

האלטנדיג צווישן ערשטן און צווייטן ביס, האב איך נישט געוואלט דער דאיען זאל שוין אריבערקומען אין מיין מייזן-לאך, האב איך אים איבערגעפרעגט מיט וואס נאך איך קען אים העלפן, דאן האט ער מיר אנטפלעקט דעם סוד שבעים אז ער האלט נאך ליידער פארן תפילה טאן, און ער וויל אריינקומען צו מיר אין קארצער אפרעכטן א דאווען.

איך האב אים קאטעגאריש אפגעזאגט, מיטן תירוץ אז עס שטעלט זיך אקורשט א מנין'דל אין דערנעבנדיגן געמויזעכץ הנקרא קאנטרי, פארן זעלבן פרייז האב איך אים שוין געגעבן דירעקציעס אהין, און... די רעשטע קענט איר ליינען קליפ און נאז אינעם דאיען'ס ארטיקל.

יעצט וועל איך ממשיך זיין וואס האט פאסירט 20 מינוט נאכן אנהייבן ארבעטן, דער טעלעפאן צוזינגט זיך אין הויזן טעשל, און דער דאיען פרעגט וויאזוי ער קומט אן צו מיין מקום מנוחה. איך זאג אים ער זאל פארן אביסל צו לינקס, דאן מאכן א שארפן רעכטס, און דארטן וועט ער מיר שוין באמערקן.

וישקף אבילמך בעד החלון, איך האב ארויסגעקוקט פונעם הונטערשטן פענסטער צו זעהן דעם דאיען'ס גרויסן עס.יו.ווי. ערשיינען, דער דאיען האט זיך אזוי דערפרייט מיר צו זעהן אז די גאנצע קאר האט זיך געוואקלט פאר שמחה.

נאכדעם וואס עס איז קלאר געווארן אז ביי מיר אין באנגעלוי איז ניטאמאל דא פלאץ פארן דאיען'ס קערפער, האט ער זיך במלוא קומתו ליידער צוריקגעשלעפט צו די קאר מיט די גרויסע קאווע גלעזל אין האנט.

א טובה האט ער מיר געטאן און אריינגעלאזט אינעם פאדערשטן זיץ, וואו מיר האבן איינגענעם פארבראכט א קיילעכיגע וויילע, געשמועסט און געשפראכן על דא ועל קוקעריקו, אנגעהויבן פון זיין וועטשערע וואס איז צו-מזל יא געקומען היינט מיט א לעפל, און געענדיגט ביים פאקט אז מיר וועלן זיך אי"ה זעהן אין פריידן אין קרעטשמע.

אינדערמיט האב איך אויפגעכאפט אויף דעם דאיען'ס פרישטאג, וואס איז באשטאנען פון - כ'ציטער פון גילוי, כ'גלייב נישט אז 2 מענטשן אויפן כדור הגולם עסן די זעלבע געמיש - אייער-סאלאט מיט צוריבענע אוגערקעס און אוועקאדא, צוגעשלינגן א קאפע. דער דאיען האט מיר אנגעשראקן זאגענדיג אז יעדע פרישטאג קאסט אים א חשבון פון שיינע פאר טאלער, און במשך די וואך פארלירט ער - אויסער די פונטן - א שיינע צאל גרייצער.

למאנסע, איז עס געווען א שטארק געשמאקע און איינגענעמע פארברענג, ווען אינדערצווישן זענען אריינגעקומען עטליכע רופענישן מיט הארבע שאלות צום דאיען, א שטייגער ווי דער מנהל פון א געוויסע מוסד וואס האט געוואלט וויסן אן עצה למעשה וויאזוי זיך אן עצה צו געבן מיט אומאיידעלע גוים וואס ערשיינען מיט אויסגעלאסענע ט'-העמדלעך, וכדומה והדומה לדומה.

נאכן אפזיצן א האלבע שעה כאפט זיך דער דאיען אז ער האט נארוואס פארפאסט די חתונה פון א נאנטן חבר, וואס איז פאררופן געווען אויף - האלט אייך דעם אטעם - 11:30 פארמיטאג. עס האט דעם דאיען מורא'דיג באנג געטאן, ווייל ער האט געהאט א שטארקע אויסזיכט פאר אן אשר יצר אונטער די חופה.

און אזוי האבן מיר זיך צושיידט איינער פון צווייטן מיט אן הבטחה זיך ווידערצוזעהן ברצות השי"ת.

זונטאג יוני 29, 2008 6:56 pm

קרעמער, א ריכטיגע זומערדיגע תגובה.

זונטאג יוני 29, 2008 6:59 pm

קרעמער, גוט גוט, יישר כחכם, פארן שיקן דעם דיין אין שול, אזוי האמער געהאט סיי זיין ארטיקל, און ווי אויך דיינס.

זונטאג יוני 29, 2008 10:24 pm

אין בין סאכדעס לקרעמער אלא.... :lol:

זונטאג יוני 29, 2008 11:47 pm

חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח יוי לאך איך, איך האב געקלערט אראפצושרייבן דאס שפעטערדיגער באזוך, אבער ווייסטאך, כאב נישט געהאט ס'ווערטער, אזוי זיס, און געשמאק, דארפסט נישט מורא האבן פון גילוי, ווייל מ'וועט סייוויי נישט כאפן.... שרייבנדיג איצט קען איך קוים סטאפן לאכן פון דיינע געניאלע איינפאלן וויאזוי אראפצושרייבן א זאך... כמותך ירבו בישראל..

מאנטאג יוני 30, 2008 9:06 am

קרעמער; ;l;p-

מאנטאג יוני 30, 2008 12:13 pm

כסאכדעס ועוד לקרעמער, לא"ה :lol: .

זאל די אייבישטער אונז אלע העלפן אז איר זאלט זיך טרעפן מער אפטער.

מאנטאג יוני 30, 2008 3:42 pm

זאג נאר סאכדעס'ל, האסט שוין אמאל געזען ווי א טאטע שטייט און לעקט אפ האניג, א שטייגער ווי א דריי יעריג קינד בים תגלחתו?
ס'פאני, הא?

וויל איך דיר נאר זאגן, אז אזא סארט פאני פאסירונג האט זיך אקוראשט אפגעשפילט ביי די פעפער ביורא...

המממ... כ'לעק און לעק... דבש וחלב תחת לשוני...
*

קרעמער, דיין קינוח סעודה האב איך פשוט געטרינקען בכדי אפצושווענקען מיינע לעפצן וועלכע זענען געבליבן עטוואס פארקלעבט פון סאכדעס'נס האניג...

איר האט מיך ביידע צוריק געטראגן צום אלטן אמאל... הוי, מי יתן והי'.

מאנטאג יוני 30, 2008 4:02 pm

דער זארעכ האט עס ארויסגעברענגט בעסער ווי גוט.

סאכדעס, זאג דעם בחור זאל מיך א רוף טאן אויף מיין סעל, ער קריגט פון מיר א מתנה פאר זיין דאווענען. און נאך א זאך וויל איך דיר נאר זאגן, כ'מזל ביסט געגענגען באזיכן קרעמער'ן און נישט קיין צווייטן, קיינער וואלט עס נישט אזוי גוט אראפגעלייגט ווי קרעמער אליין.

יישר כוחכם.

מאנטאג יוני 30, 2008 11:06 pm

צו איך האב שוין געזעהן, פרעגט ער? ניין, כאנאך נישט געזעהן, וואו האבעך דען געזאלט זעהן? ס'פלא'ט מיר נאר, וויאזוי אלעמאל ווען ס'גיסט זיך אביסל זאלב פון מיין משחה באטעלע, איז זארעכ דא, נישט קיין חילוק ווילאנג זיין אפוועזנהייט האט גענומען. אהה, ווילסט טאקע אז כ'זאל דיך קיפען ביזי? אמממ... וועל מיר זעהן צו עס צאלט זיך אויס. אפשר וועל מיר מאכן א דיעל, ווען איך שטעל אן ארטיקל, שטעלט זארעכ אויך.

יישר כוח פאר אלע שכוח'ס, צייטליך צו דיר א ווארט. כ'וויל נישט זאגן דעם בחור גארנישט, אויב וויסטע, פאר דו ארויס אין קאנטרי רעדן מיט עמען...

דינסטאג יולי 01, 2008 2:28 pm

סאכדעס, מיט דיין פוינט האסטו אן אחריות, דו קענסט אהער ברענגען זארעכ'ן.

דינסטאג יולי 01, 2008 11:29 pm

העלמיר זעהן צו ער איז מסכים צום דיעל.

מיטוואך יולי 02, 2008 12:51 pm

סאכדעס, ווילסט אריינגיין מיט מיר אין אן אפמאך? כ'מיין זאלסט עס איבערטראכטן צוויי מאל איידער מיר שרייבן קאנטראקט...

זיי וויסן אז אין מיין קאנטע ליגט שוין אן איבערפלוס פון ארטיקלען. אז דו וועסט גרייכן צום סכום פון מיינע ארטיקלעך וואס איך האב שוין אלץ צוזאם געשריבן דא אין קרעטשמע, דאן קענען מיר זיך זעצן צום פארהאנדלונגס טיש...

אלנספאל, וואס א שייכות האט עס דען איינס מיטן צווייטן? יא דיל נישט דיל; וויסן זאלסטו און וויסן מעגסטו, וויסן דארפסטו און וויסן מוסטו, אז יא! איך גלייך דיינע געמישאכטסער! ס'געשריבן מיט אן אייגנארטיגער געשמאק, פארנדיג ממאשקע לעדאשקע ומחצרות עד דבלתימה אהין און צוריק, און ווער רעד נאך פון די איינגעריגלטע נאטיצן. פארפאלן, אויף זיך אויסצוטשוכען (ווייסט וואס דאס איז, יא?) זענען דיינע ווערק טיילמאל ווי געגאסן דערפאר.

און פארוואס זאלסטו, מעגסטו, דארפסטו און מוסטו דאס וויסן? דער תירוץ אויף דעם איז באמת זייער פשוט, אבער אזוי ווי כ'בין נישט זיכער צי איך האב דיר דאס שוין אמאל געזאגט דעריבער וועל איך דאס אביסל מער צוברייטערן.

הער אויס, און איך מיין עס גאנץ ערנסט, ווער נאך אזוי גוט א ווי דו ווייסט און פארשטייט די וויכטיקייט און די תועלת פון די קרעטשמע. איך דארף דיך דאך דאס נישט מסביר זיין אז די גאנצע קרעטשמע איז דאך נאר געשטעלט אביסל מהנה צו זיין אידן, וועלכע זוכן עפעס א גוט ערליך ארט וואו אראפצולייגן זייער קעפעלע אינמיטן אדער נאך א שווערער טאג ארבעט. בכדי צו קענען ערפילן דעם פליכט פון מהנה זיין אידן פעלט זיך אבער אויס אז די בעלי יכולת, די וואס האבן די מעגליכקייט א פארגעניגן צוטאן פאר צווייטן, זאלן טאקע אויספילן זייער פליכט, כל אחד לפי זמנו ויכלתו.

סאכדעס! דו ביסט פון די בעלי יכולת (איך רעד נישט יעצט קרעטשמעריש און ביטע נעם אן מיינע ווערטער נארמאל, אן קיין הומאר). דו פארמאגסט אין דיר געוויסע אייגנשאפטן אין שרייבן אזעלכע סארט ארטיקלען וועלכע זאלן ארויפברענגען א שמייכל אויף די לעפצן און א רואיגקייט אין הארץ. טא פרעגט זיך מיר די פראגע:
דו ביסט דאך דער וועלכער איז פון די פארשטענדליכע צווישן אונז, פון די וועלכע האבן ס'בעסטע ארויס די מטרה פון די קרעטשמע, ולעומת זה ביסטו איינע פון די שרייבער אויף וועלכע די אויסגעמוטשעטע אידעלעך קוקן ארויס צו הערן פון זיי, דער עולם באלעקט זיך מיט די האניג וועלכע זענען נוטף ממעשה ידיך, טא אויב אזוי איז דאך קמה וגם נצבה די ברענעדיגע פארגע: אי מלכא את - אויב פארשטייסטו יא אזוי גוט די מטרה פון די קרעטשמע און ס'איז בידך מהנה צו זיין צענדליגע און צענדליגע אידן, איכה - פארוואס טוסטו דאס נישט? פארוואס דארף מען אויסגיין וואכן און צומאל חדשים ביז מ'זעט פון דיר עפעס א גוטס?

זיי מוחל און ענטפער מיר א


















פרישער אויסגיס פון א האניג ארטיקל...

מיטוואך יולי 02, 2008 1:16 pm

שקויעח!!
האטעץ אלע ארויס גענומען די שמייכל פון די סטארעזש

מיטוואך יולי 02, 2008 2:00 pm

WOW דא האטס עטץ, יישר כוח, נישט זיך שלאגן, עס איז גענוג פאר יעדעם,,נעמטס סאכדעס, קרעמער, זארכ.
שרייב א תגובה

Advertisement