גריסן און שמועסן
זונטאג יוני 29, 2008 2:15 am
אין דעם אשכול טאר מען נאר רעדען נישט צים זאך
ווער עס וועט רעדען צום זאך וועט נחסם ווערען אויף צוויי חדשים
דאס איז די ערשטע אין לעצטע ווארענונג
לעצט פאראכטן דורך
לאקשען ברעט אום זונטאג יוני 29, 2008 3:10 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל בסך הכל.
Advertisement
זונטאג יוני 29, 2008 2:17 am
זיי זאגען אז מארגען גייט מען פארקויפען חלות פאר אומזיסט גיי גלייב זיי
אויב איז עס אומזיסט הייסט עס דאך נישט פארקויפט
זונטאג יוני 29, 2008 2:18 am
פארשטיי די חלות איז אומזיסט נאר די פלאסטיג בעג קאסט ווייל די גאז איז ארויף
זונטאג יוני 29, 2008 2:45 am
חכם , מען געבט עס דאך אין א פאפירענעם זעקעל
זונטאג יוני 29, 2008 2:13 pm
וואסא חילוק צו וועם מ'רעדט צום וואנט אדער צום זאך?
זונטאג יוני 29, 2008 2:15 pm
חכם דו, האסט געפרעגט וויאזוי מ'לייגט אויס צום, אבער דא דארף מען שרייבן, צו די זאך.
זונטאג יוני 29, 2008 2:20 pm
וואס איז די 'זאך'ס אדרעס?
זונטאג יוני 29, 2008 2:29 pm
קענסטמער שיקן אין אישיס!
זונטאג יוני 29, 2008 6:14 pm
לאקשען ברעט האט געשריבן:חכם , מען געבט עס דאך אין א פאפירענעם זעקעל
א פאפירענע זעקל איז אויך טייער ווייל די הייזער זענען זייער ארויף
זונטאג יוני 29, 2008 6:32 pm
אדער די אשכול, אדער דער פותח האשכול, איז נישט צו דער זאך.
זונטאג יוני 29, 2008 6:36 pm
אשכלות הגפן.
זונטאג יוני 29, 2008 6:38 pm
איך_הער האט געשריבן:אדער די אשכול, אדער דער פותח האשכול, איז נישט צו דער זאך.
משא"כ דער כותב ה'תגובה איז...
זונטאג יוני 29, 2008 6:49 pm
אל תענה .... כאיולתו.
זונטאג יוני 29, 2008 8:43 pm
צוויי פסוקים איינער נעבן צווייטן וואס דער חכם מכל האדם האט געשריבן תענה און אל תענה און ווי די מפרשים זענען מסביר ווענדט זיך לגבי וועמען, און דאהי קאן מען נאך זוכן לויט דעם יעניגען'ס אייגענע דיבורים צו וויסן אין וועלכע קאטיגאריע דער יעניגער געהער.
זונטאג יוני 29, 2008 8:55 pm
העי! דער עולם זאל אויפהערן צו ענטפערן צו דער זאך איינער אויפן צווייטן, עס איז נישט ערלויבט.
זונטאג יוני 29, 2008 10:49 pm
צים באפעל
זונטאג יוני 29, 2008 11:56 pm
קאניאק, כ'קלער אז דיין תגובה איז שוין אויך צו שטארק צו דער זאך.
מאנטאג יוני 30, 2008 1:41 am
כזע אז דערוילעם רעדט דא זייער צום זאך, איך עב אבער טרייען רעדן נישט צום זאך: האבען כעס פנים שמועסט מענטשען עירוב תבשילן אייער אנדערע הייליג לערנען פסוק יום טוב תלמידים שיקען געהויבען
מאנטאג יוני 30, 2008 10:58 am
ווען עס איז א ביצה שנולדה ביו"ט איז א קלער צו מ'קען מאכן דערויף א עירוב תבשילין ווייל עס איז דאן נאך בגדר א דבר שלא בא לעולם, ווייל א הינדל לייגט יעדן טאג א פרישע איי, איז שטעלטס ענק פאר ווען עס איז א ביצה שלא נולדה אדער אז די מסכת זאל נאך הייסן יו"ט.
איי יי יי דאס וואלט געווען דאס יעניגע מעשה.
מאנטאג יוני 30, 2008 1:16 pm
אויב ציילט מען דריי מאל זעכציג וועסטו קענען אראפשלינגען א דיימאנד רינגעל פון דריי חתנים מיט צעפ.
בערך דעמאלטס קומט ארויס דאס אכזריות פונעם באקאנטן מאמר איזהו אדם הלומד מכל חכם.
מאנטאג יוני 30, 2008 2:20 pm
okay im not talking to the zach, im talking to the krechme members. is that ok mr. lokahen
מאנטאג יוני 30, 2008 4:17 pm
רבותי, דער זאך האט אנגעהויבן לייגן געפערליכע טעראר אז מען זאל אנהייבן צו רעדן צו איהם,
לאמיר זיך נישט לאזן, נישט פארטוישן קיין ווארט צו דער זאך,
סיי זאכליכע זאכן און סיי נישט קיין זאכליכע זאכן,
דער עיקר, נישט רעדן צו דער זאך גארנישט.
מאנטאג יוני 30, 2008 4:50 pm
אזעליכע זאכליכע זאכן וואס זרח זוכמיר איז זיכער, האלט ער זיך איין פון זוכן ביי זיינע זינגענדיגע זשידן, וואס עס רינט פון זייערע זייטן זאפטיגע זשוסעס, זענען שוין לאנג פון די זוכעניש ערטער אפיר געקראכען און אין זלמן זילבערס וואליזקע פארשוואונדען און מיט זעליגס זעגל שיף אנטרינען.
מאנטאג יוני 30, 2008 10:44 pm
מאך נישט קיין געוואלדעס,
אזוי ווי די מוסלעמענער קליינע קעפ מיינען אז איינער דערשרעקט זיך ווען זיי רייסען זיך אויף די קושקעס
בעט מען די עולם צי זיין געווארענט אין אכטונג געבען ווען מען גייט אריין אין א טשיקען מארקעט
ווייל לויט די לעצטע אינפארמאציע גייען ארום מוסלעמענישע מיסיאנערען צווישען די הינער פאפעלאציע אין פרובירען זיי צו איינרעדען צי אנטוהן שמאטעס אויפען קאפ , אין פין דארט ביז זיך אויפרייסען אין א קורצע וועג , שוחטים איבער די גארער וועלט נעמען אינטער זיכערהייט באווארענינגען, אין צענדליגער ארעסטען זענען דורעך געפירט געווארען אויף פארדעכטיגע הינער ,
די פעדעראלע רעגורינג איז איז אינטער גרויס דרוק פין היימישע ארגעניזאציעס צי אויסראטען דעם אנשיקעניש נאך פאר דעם היי יעריגען כפרה שלאגען , כדי עס זאל נישט מאכען קיין שאדען פאר די שווער אויסגעבעטענע עפארדעבל שטריימלעך ,
לויט ווי מען שאצט שטייט איראן אינטער די געשעהעניש , דערווייל ווערט די עולם געבעטען צי האלטען א וואכזאם אויג אויף אנטוויקלינגען
דינסטאג יולי 01, 2008 12:41 pm
זיי פאדערן אז אלע מאפיאנערן וואס זענען לעצטנס אנטרינען געווארן פון די מאפע, זאלן זאפארט פארשווינדען ווערן,ווייל יעצט געהערט פון קראנקע קוועלער אז זיי פלאנען גאר געמיינע פראקציעס אקעגן די גאנצע חברה, איינמאל פאר קיינמאל.