Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

"וועלטליכע טעותים אשכול"

שבת יוני 28, 2008 10:26 pm

איין טעות פין די וועלט איז אז די וואס האבען איבער געטייטשט דעם גא-ט פין אברהם אויף לשה"ק
טייטשען אזוי:
גא-ט פין אברהם וכו'
באהיט דיין ליב פאלק פין אלעם בייזען אין דיינעם לויב טייטשען זיי אין דיינעם לויב : בשבחך
האבעך געהערט פין א אויבעלענדיש אידל אז אין דיינעם לויב מיינט אין דיין שאטען , לויב מיינט שאטען
אבער די וועלט מיינט אז לויב מיינט אזוי ווי לויבען, א פלעינע טעות

Advertisement

זונטאג יוני 29, 2008 12:08 am

דער מקור איז פריער פון דעם סניגורן של ישראל הרה"ק ר' לוי יצחק בן שרה סאשע, און דער נוסח איז: אין דיין לויבע, און מיינען מיינט עס אין דיין געביידל [בודקע, סוכה'לע] על דרך ופרוש עלינו סוכת שלומך.

זונטאג יוני 29, 2008 12:45 am

נו סוכה מיין פאר א שאטען

זונטאג יוני 29, 2008 1:20 am

דאס איז נאר ווען דו טייטשט וסוכה תהיה לצל יומם מחורב.

זונטאג יוני 29, 2008 1:29 am

כ'האב געמיינט צי זאגען אז אפשער מיינט לויבע א ביידעל וואס איז געמאכט פאר שאטען

זונטאג יוני 29, 2008 2:17 am

בעהיט דיין ליב פאלק ישראל פון אלעם בייזען אין דיינעם לויבע, על דרך ובצל כנפיך תסתירנו, אדער ובצל כנפיך נחסה.

זונטאג יוני 29, 2008 2:32 am

דאס ריכטיג ווארט איז "לאעב" אזוי אונגארישדיק LAUB

זונטאג יוני 29, 2008 12:41 pm

אמת, כ'אב טאקע געזען אין א אלטע זמירות אזוי "און דיינעם לויבע"

פרייטאג נובמבר 14, 2008 10:00 am

דער וועלט מיינט אז אמעריקע מוז האבן א פרעזידענט, סיז א טעות, והא ראי', די קומענדיגע פיר יאר............

שבת נובמבר 15, 2008 11:14 pm

טהור ;l;p-

זונטאג נובמבר 16, 2008 1:24 am

שערקויעח זאנוויל

זונטאג מאי 11, 2014 7:38 pm

לאקשען ברעט האט געשריבן:איין טעות פין די וועלט איז אז די וואס האבען איבער געטייטשט דעם גא-ט פין אברהם אויף לשה"ק
טייטשען אזוי:
גא-ט פין אברהם וכו'
באהיט דיין ליב פאלק פין אלעם בייזען אין דיינעם לויב טייטשען זיי אין דיינעם לויב : בשבחך
האבעך געהערט פין א אויבעלענדיש אידל אז אין דיינעם לויב מיינט אין דיין שאטען , לויב מיינט שאטען
אבער די וועלט מיינט אז לויב מיינט אזוי ווי לויבען, א פלעינע טעות

שמעתי שבכמה סידורים טעו במובן הדברים של ג־ט פון אברהם וכו׳ שפירשו
ג-ט פון אברהם און פון יצחק און פון יעקב באהיט דיין ליב פאלק ישראל פון אלעם
בייזען ״אין דיינעם לויב״, שתיבת לויב הוא מלשון שבח ותהלה ולפ״ז אין ההמשך מובן כ״כ,
והנה בלשון דויטש לויב הוא מלשון מגן ומחסה ולפ״ז הדברים נאמרים כמין חומר באהיט דיין ליב פאלק
ישראל פון אלעם בייזען אין דיינעם לויב, דהיינו תחת צלך, ואח״כ מבקשין
אז דער ליבער שבח קודש גייט אוועק וכו׳ [מפי הרה״ח ר׳ מאיר יודא
וואזנער שליט״א], וכן יש בכמה סידורים הפסק אחר התיבות אין דיינעם לויב.
קובץ זרע יעקב

דינסטאג מאי 13, 2014 1:27 pm

דער נוסח וואס שטייט און אלטע קרבן מנחה סידורים
Capture.JPG

וואס מיינט לוין ? שכר?
דער נוסח וואס שטייט און אלע סידורים בשם דעם קד"ל ווי איז עס?
דאס איז דעם קד"ל אייגענע גירסא אדער פון פריערדיגע?

דאנערשטאג מאי 15, 2014 4:30 pm

וועלטליכע טעות אז א אקס ווערט ווילד פון א רויטע שמאטע, בכלל נישט, ער ווערט ווילד אויב מען צאהלט נישט צייטליך רענט פונקט אזוי....

דאנערשטאג מאי 15, 2014 4:37 pm

מיסטעיק,דו רעדסט פין א פערד ....

דאנערשטאג מאי 15, 2014 4:44 pm

רבי הערשל האט געשריבן:וועלטליכע טעות אז א אקס ווערט ווילד פון א רויטע שמאטע, בכלל נישט, ער ווערט ווילד אויב מען צאהלט נישט צייטליך רענט פונקט אזוי....

ער זעט בכלל ניט קיין פארבען
Bulls, along with all other cattle, are color-blind to red. Thus, the bull is likely irritated not by the muleta's color, but by the cape's movement as the matador whips it

ר גראם
ער רעדט פון אן אקס
אין די ספאנישע לענדער איז דא SPORT ווי איינער רייצט זיך מיט אן אקס און באווייזט
א קונץ אז ער שטעכט דעם אקס
en.wikipedia.org/wiki/Spanish-style_bullfighting

דאנערשטאג מאי 15, 2014 4:52 pm

קיקיון האט געשריבן:

איך ווייס, איך האב געמיינט דעם לענדלארד....

דאנערשטאג מאי 15, 2014 4:56 pm

דאס הייסט או אייוועלטליכער טעות! :oops: געכאפט :i"
שרייב א תגובה

Advertisement