גריסן און שמועסן
דינסטאג יוני 24, 2008 7:57 pm
[align=center]די דעבאטע פון 08'[/align]
[align=center]צווישן די קאנדידאטן פון ביידע פארטייען, הילערי קלינטאן און רודי זשוליאני, בעפאר די נאציאנאלע עלעקשאנס...
[איר געדענקט נאך???].[/align]
מאדארעיטאר: סענאטאר קלינטאן, צום ערשט וויל איך דיר שטעלן א פראגע איבער די אישו פון דיין מאן ביל קלינטאן, וועלכע אמט וועט ער באקומען אין א צוקונפטיגן קלינטאן אדמיניסטראציע?
קלינטאן: פארוואס פרעגסטו מיר די ערשטע שאלה?
מארארעיטאר: אוקעי, מעיאר זשוליאני, וואספארא פאזיציע וועסטו געבן פאר ביל קלינטאן אין א קומענדיגע זשוליאני אדמיניסטראציע?
זשוליאני: ער זאל זיין דער 42'סטער פרעזידענט פון אמעריקע...
מאדארעיטאר: דאסמאל פרעג איך א שאלה פון ביידע, וואס איז אייער פאזיציע איבער העלט-קעיר אישוס?
קלינטאן: (הייבט אן א לאנגע קאמפליצירטע ערקלערונג, וואס יכלה הזמן והם לא יכלו, און פירט אויס מיט טריאומף:) דעריבער איז אוודאי וויכטיג פאר יעדן אמעריקאנעם צו שטימען פאר מיר!
מאדארעיטאר: מעיאר זשוליאני?
זשוליאני: עם.. וואס מיינט עס...? אה, איך מיין אז עס איז פיל וויכטיגער צו היטן אמעריקאנע פון טעראריסטן מיט ביקסן וואס מארשירן (האט איר שוין געזעהן מיין וועב-סייט?) ווי צו געבן העלט קעיר. אלענפאלס, העלט קעיר פאר טעראריסטן איז זיכער די גרעסטע פראבלעם.
מאדארעיטאר: און בנוגע אי-ליגעל אימיגראציע?
קלינטאן: (ענטפערט א חשבון פון פינעף און צוואנציג תירוצים איינס נאכן צווייטן, ווידער, יכלה הזמן והם לא יכלו).
זשוליאני:וואס הייסט? די טעראריסטן זענען דאך נאר אי-ליגעל אימיגראנטן, נו? וואס דארפט איר מער פון דעם?
(זשוליאני'ס טעלעפאן קלינגט, ער הייבט אויף: העלא... יא... וואס מאכסטו...? (אזוי פריינטליך...) יא.. איך האלט יעצט אינמיטן א וויכטיגע דעבאטע... אוקעי, איך וועל רעדן צו דיר)
זשוליאני:עם.. יא... אנטשולדיגס וואו האלטן מיר...?
ווער עס וויל קען שפינען די פאנטאזיע עס צוצוענדיגן...
Advertisement
מיטוואך יוני 25, 2008 6:54 pm
דיען
גוט גוט
אדער ווי דער באס זאגט "וואויל"
גיי ווייטער!!
דאנערשטאג יוני 26, 2008 2:12 am
הואערד, איך מיין אז יעצט קענסטו שוין צוריק ארויסשטעלן דיין קאנדידאטור, אז מ'האט שוין געקנט אויסקלויבן אבאמא, וועסטו זיכער קענען געוואונען
דאנערשטאג יוני 26, 2008 8:33 pm
דאנערשטאג יוני 26, 2008 9:01 pm
נישטא קיין קלינטאן, נישטא קיין זשוליאני, א אלטער זעצער רייסט זיך ארום מיט א שווארצן מוסלעמענער ווער עס זאל זיין פרעזידענט אין 2008
'אידער וועי' זעמיר אונז אויף געהאקטע צרות...
מאנטאג יוני 30, 2008 2:27 pm
און ווע האווערד דיען מיט דשאן קערי האבן זיך געריסן איז געווען עפעס בעסערס?
די אמעריקאנע עולם האט אנגעהויבן א נייע סטראטעגיע!
נישטא מער קיין אישוס, קיין גארנישט, יעדע שוטה אזוי ווי איך און קערי און אבאמא קענען ווערן פרעז. ניין נישט מקעין, ער איז כאטש א באזעסענער, אמעריקאנע האבן אין די לעצטע יארן אויסגעקליבן נאר בהמות פאר פרעזידענט, דער עיקר דארף מען קענען שרייען טשעינזש אדער נו דעי פאר רעמאקרעטס און געווינען, וועמעס נאז עס איז בעסער דער געווינט, אבאמא האט גארנישט געזאגט קיין אישוס, ער רעט פלעינע שטיסעם
און יעדער וואט פאר אים
אמירקע איז משוגע מאטארע כי לעולם חסדו
מאנטאג יוני 30, 2008 5:07 pm
פייער אפפער האט געשריבן:נישטא קיין קלינטאן, נישטא קיין זשוליאני, א אלטער זעצער רייסט זיך ארום מיט א שווארצן מוסלעמענער ווער עס זאל זיין פרעזידענט אין 2008
'אידער וועי' זעמיר אונז אויף געהאקטע צרות...
דא ביינונז אין קרעטשמע איז אויך אזוי, א אלטער-בחור רייסט זיך ארום מיטן מאשקע...
אבער משא"כ דא וועט יא זיין גוט, מיטן אטלער-קראכער
גייט ארויס וואוטען פאר אלטער08'!
דינסטאג יולי 08, 2008 5:55 pm
א וועלט דרייצעך,
ס'מערסטע האב איך הנאה געהאט פון די צווי קאנדידאטן.... יויש זכרונות.....