גריסן און שמועסן
מאנטאג יוני 23, 2008 11:03 am
שוין נישט געשריבן א שיינע פאר יאר אין דער קרעטשמע (אקעי נישט ממש). למעשה קום איך צוריק און כ'זע א נייע וועלט. זי קוקט אויס אינגאנצן אנדערש ווי זי האט אויסגעקוקט אין מיינע צייטן. פילע נייע שטיבלעך, צענדליגער נייע שרייבערס אשר לא ידע את דיזער.
אפשר גיט מיר איינער א טור אין דער קרעטשמע און לאזט מיך וויסן גענוי וואס דא טוט זיך, און וועלכע צימערן ס'זענען געאייגנט פאר וועלכע טעמעס?
אויך, איך וואלט געקענט באשטיין צו וויסן מיט וועמען איך גיי דא צום טיש. ביטע, מיינע גוטע פריינד, גיט זיך צו דערקענען פאר מיר מיט אייערע נעמען דורך אלטערנאטיווע מיטלען. לאמיך שוין זען עפעס א היימישע צורה.
Advertisement
מאנטאג יוני 23, 2008 11:08 am
קודם פארצייל דו, ווי אזוי ס'איז אריבער אויף דיר, די גאנצע צייט, און וואס האט אייך געמאכט ווערן פארלוירן פון דא, און וואס האט אייך געמאכט צוריק טרעפן ס'פלאץ דא.
מאנטאג יוני 23, 2008 11:09 am
העלי דיזעל!
קום נאר אהער, שיין פארן אריינסטעפן אהער צו אונז, מיר האבן אויך איצט א שפאציר צווישן די אשכולות, כאפ אטן מיין נייע 'הויזן טראטגער' די גרויסע רויטע שלעקעס מיט א ברוינעם טעדי אויף אונטען. (געקריגן א פרעזענט פון מיין פרעצל - ווייסט וואס דאס איז? קענסט דיך נאכפרעגן ביינונז אין דארף) איך האב פלאץ פאר אייך, קום ארונטער מיר, אין מיר וועלן גיין פון 'שטיבאחלאח צו שטיבאחלאח'.
אטט אטט איז מאשקע דא מיט א הייסער טיי, לכ' דיין צוריק-קער <גוט געספעלט? סארי 'באחוואש' מיך נישט אין 'בלאחדריי' מיך נישט... איך בין נישט קיין שרייבער ולא בן שרייבער אני.
איך פלעג גראדע ענדיגן שנעל די 'שיינשרייבן' אין גיטע ה' אבער פון יענע יארן איז גארניקס געבליבן אין מיר, אויסער א שנאה צו מיין ראחבינער'ס.
אלזא; ביסט מיט מיר? דזשאטמפ אריין ביהיינד מי, וויל קאחנטיניו די טור.
לעצט פאראכטן דורך
אלטעבחורל אום מאנטאג יוני 23, 2008 11:09 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
מאנטאג יוני 23, 2008 11:09 am
שאמאלייכעם, וויזויהייסטענאר? אה! ערצעלונג! וועלקאם בעק! מיר ווילן הערן וואס איר צו פארציילן, ווי זענט איר געווען די פאר יאר וואס איר האט נישט געשריבן?
מיר קאנען אייך געבן א טור, מיר וועלן אייך וויזן ס'גאנצע קרעטשמע, (חוץ די פארשפארטע אשכול) זאגט נאר, א-וואו צילט איר? ווי ווילט איר גיין?
יהא ריטוירן'ך לברכה!
מאנטאג יוני 23, 2008 11:51 am
איכער האט רעכט, קודם פארצייל אונז דיינע וואנדערונגען, נאכער וועל מיר רעדן.
מאנטאג יוני 23, 2008 12:15 pm
מיך קענסטו דאך, אה-יא? נו, כאפ זיך אן אין מיין גארטל (וואטש, עס איז א דענטל-פלאס, מען קען זיך צושניידן) און לאמיר ארומשפרייזן פון טישל צו טישל, זיך צו באקענען מיט די ניי-געקומענע און אלט-געזעסענע.
מאנטאג יוני 23, 2008 2:07 pm
דיזע, שלום עליכם, וועלקאם בעק.
מעלדט אינז ווי נאר די כאפסט אן איינע פון די גארטלעך/הויזן טרעגער דא און מיר וועלן זיך צושטעלן צום שיינעם טור, לאמיר מאכן א טשו-טשו טרעין.
אגב, פלאנסטו נאר צו כאפן און טור און דערנאך אפרייזן צוריק פון ווי איר קומט, אדער פלאנסטו געהעריג דא צו פארבלייבן כאטש פאר א שטיקל צייט?
מאנטאג יוני 23, 2008 3:04 pm
דיזי, מיך דערקענסטו? ענטפער "איך ווייס נישט" און איך שאלטער דיך אויס פון דא...
מאנטאג יוני 23, 2008 3:07 pm
דיזע האסט א וויזע?.... (עס איז נישט מיין לעצטע עם הארצות היינט, די פינטלעך) אויב יא ווען לויפט עס אפ?
הער אויס, אדער לייען אויס בעסער, דער קרעטשמע זייט דו האסט איר פארלאזט, האט זיך געוויס נישט דערשראקן, כך הוא דרכה של קרעטשמע דור הולך ודור בא-בא, וזרח השמש (יא זארעך תרתי משמע) ובא השמש, יעדע שטיק צייט ווערן מיטגלידער מיסטריעז פארשווינדען איינער איז דעתו לחזור און א צווייטער האט זיך געזעגנט לעלם ולעלמי עלמיא, די קרעטשמע גייט אבער אן.
נאכמער, שטודיעס צייגן אז פאר יעדע ניק וואס ווערט פארלוירן, ווערט מקוים דער הע'ניק' תע'ניק' אפי' מאה פעמים, עס איז ניקים נבוט לצפרא וסגיא טרשותא (חחח שוין פארגעסן דעם אקדמות), בקיצור, עס איז שוין אויסגעוואקסן א דור אשר לא ידע את דיזע ולא את הערציילונגען שלו, מאנכע געדענקן שוין נישט בנינו בן-הרחמן אנדערע וויסן נישט פון קיין נ. פענסטער, טייל האבן נישט קיין אנונג פון מענטש/מענטשעלע ווידעראום איז דא וואס דערמאנען זיך נישט פון קיין יין-שרף, חיים חייקל, גרויזאמער, בענעדיקט אא"וו.
איך זאל זיי זאגן אז ס'פעלט זיי נישט? ניין, וויאזוי שרייבט דער פאטאגראפירער "יו דאונט נאו וואט יו אר מיסינג" אבער פון די אנדערע זייט איז זיך די קרעטשמע צוואקסן על כל גדותיו אזש מ'רעדט שוין פון מופן (ווארט מיט שפאנונג אויפן נייעם טעיפ 'קרעטשמע'לע מופט', אופס פארגעסן דאס וועט מן הסתם זיין אין 'היכל הנגינה'), עס זענען היינט פארהאן אפטיילונגען פאר; שיעורים, דברי תורה, תולדות הצדיקים, אוצר הספרים, ארטיקלען און באהאנדלונגען אויף מער אן ערנסטע פארנעם (היימישע קרעטשמע), לייכטע ארטיקלען און סתם פירקלערייען (פארברענגען), עניני בחירות ראשי הקהילה (שטום בודקע), עקסטערע אפטיילונגען ארויסצוהעלפן איינער דעם צווייטן, א שטיבל צו שמועסן איבער נגונים ונגינה, דורכצוקייען נייעס און נייעס קוועלער, אן מקום פאר ספארטס אינטערעסירטע (מאך דיך נישט ווי די וייסט נישט אז 'מהאטלט מיט ספארטס אין א קרעטשמע).
פאר עני אדער גיידענס כאפ דיך אן אין איינע פון די אויבנדערמאנטע פאסיקעס, שלעקעס, טרעגער, גארטלעך אדער שיך-בענדלעך און צאי לך בעקבי הסוס.
מאנטאג יוני 23, 2008 4:00 pm
פלא והפלא אויך ביי די פאריגע וואלן האט דיזער זיך באוויזען הארט פאר די וואלען און געשריבען עפעס מער פון צוועלעף תגובות
נאטיג פערסאנעל
מאנטאג יוני 23, 2008 4:01 pm
כאטש יאך בין שויניש אזוי ניי דא אין קרעטשמעלע, דאך, פון די אלע ניק'ס וואס דו האסט דא דערמאנט געדענק איך נאר בן הרחמן און גרויזאמער, די אלע אנדערע האבן שוינאגעפיצט פאר איך בינאנגעקומען
מאנטאג יוני 23, 2008 9:03 pm
דיזע דיין אלטע חתומה איז געווען פיל בעסער פון די איצטיגע.
עו ספיקינג אף חתומות, ר' יעקב דוב איר קענט נאכאמאל אנפאנגען מיט אייערע חתימות.
מאנטאג יוני 23, 2008 9:41 pm
כנה'לע,
געדענקסט נאך די חתימות עפאכע? ס'האט אנגעהויבן וועפן האב איך אויפגעגעבן.
מאנטאג יוני 23, 2008 9:43 pm
דיזע, דיזע, עםם ווען האבעך דיך געזעהן ס'לעצטע מאל? עממממ... כ'דענק שויניש... עניוועי, קוידען וועלקאם בעק, עס איז אונז א פרייד אז דו באזוכסט אונזער דערפל. חחחחחחחחחחח כ'זאג דערפל, וואס ווער ווען? מ'רעדט דא פון א שטעטל, און שוין גארנישט קיין שטעטל, מ'רעדן מיר פון א ... נו, זאג שוין... אההה א שטאט............. ביינוז אין דאר.. איימעסארי, ביינונז אין שטאט, איז שוין היינט דא מכל טוב וטוב, מ'דארף שויניש גיין אין נאנטן שכינות'דיגען שטעטל פאר נויטוויכטיגע פראדוקטן, נאופס, דאס אישוינישייך היינטיגע צייטן....
עניוועי, ווען דו ביסט געקומען ס'ערשטע מאל, האסטו אויך נישט געוואוסט וואס טיצעך, נו, נאך אביסל וועסטו אריינקומען אין גיער..
דינסטאג יוני 24, 2008 8:16 am
איך ווייס אויך נישט