Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

היימישע סלאגאנען

מיטוואך יוני 11, 2008 5:43 pm

כ'וויל דא אנרעכטן מיט אלע קרעטשמעריסטן, א שיינע זאך!
דהיינו, יעדער וואס האט עפעס א אייגענס געלונגענע סלאגאן, צו בדיעבד א אומ'באקאנטער אויסדרוק, זאל עס בטובו הגדול דא ארויפברענגען, און מיט די צייט וועלען מיר זיך לערנען אין לעבן, 'ולאחיו יאמר חזק'
מנשה - דער סלאגאן ליבער..

Advertisement

מיטוואך יוני 11, 2008 5:47 pm

לעק נישט א שלאנג ווייל די וועסט ווערן פארגיפטעט

[קרעדיט = זיידעניו]

מיטוואך יוני 11, 2008 9:17 pm

די עיביליטי טו סוקסעס - איז טו סורווייוו די סטראגעלס.

[קרעדיט = אייגענע עקספיריענס]

דאנערשטאג יוני 12, 2008 1:02 am

ניינציג פראצענט איז אדער יא אדער ניין, ס'ווענד זיך..

פרייטאג יוני 13, 2008 3:47 pm

דא וועט איר געפונען היפש.

דינסטאג יוני 17, 2008 6:35 pm

פון אלעס אביסל איז נישט געפערליך

מיטוואך ספטמבר 24, 2008 12:51 pm

פאר נער ווייזט מען נישט קיין האלבע ארבייט...

אז מען באגייט זיך איז א האלבע פרנסה....

אזוי ווי ס'בחור'ט זיך אזוי בעל הבי'תט זיך...

מיט א נאר.. האט מען צער...

מיטוואך ספטמבר 24, 2008 1:51 pm

"טשעינדש" איז נישט קיין דעסטינעישאן... אזוי ווי "האופ" איז נישט קיין סטראטעגיע...

דזשוליאני האט עס געזאגט לגבי פאליטיק אבער מיר קענען זיך לערנען דערויף א מוסר

חכמה בגוים תאמין.... און אפי' אויב ס'איז א נערישער גוי.... א נער זאגט אויך אמאל א קלוג ווארט...

מיטוואך נובמבר 19, 2008 5:18 pm

אז איר פארליידט נישט קיין היץ, גייט'זשע ביטע ארויס פון קאך!

אז מען לייגט זיך מיט הונט, שטייט מען אויף מיט פליי!

אז מען לייגט ווי א פערד, קען מען נישט אויפשטיין ווי א לייב!

צו בארשט דארף מען נישט קיין ציין!

א געשאנקענעם פערד קוקט מען נישט די ציין!
שרייב א תגובה

Advertisement