Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מאנטאג יוני 16, 2008 9:27 am

סאכדעס האט געשריבן:מיללער, עס איז שוין נישט דא.
חבל על דאבדין

Advertisement

מיטוואך יוני 18, 2008 8:53 pm

אפדעיט:
צוליב מעכאנישע סיבות, איז געווארן אפגעלייגט דאס פגישה נומער צוויי, קיין קרית יואל, און ס'וועט לכאורה פארקומען אין איינע פון די קומענדיגע טעג אין קרית סקווירא הישן. פרטים יבואו.

ל'מילער: בקרוב קומט ארויס א סידי פון מיינע קליפס, און שם תמצא חן.
[צוליב די 'יאר' פון מיין יודענע ע''ה, האב איך געטוהן אפאר פעולות, איינס פונדעם אז כ'האב געהייסן אראפנעמען פון יא טאב דאס רוב קליפס, און ביזן ערשטע יארצייט האב איך נישט קיין חשק ארויסצוגעבן עפעס פריש'ס. אבער ס'קומט גוטע צייטן.]

מיטוואך יוני 18, 2008 9:07 pm

שוין העמיר ווארטן מיט געדולד אויף די סידי'ניו

מיטוואך יוני 18, 2008 9:48 pm

מ'קען שוין באלד זינגען, דעם ניגון,

ווער וועט מאכן די סידי'ניו? מנשה, לוסטיג. וכו'.

מיטוואך יוני 18, 2008 11:08 pm

זיידעניו
וויל גיין צו די סידי'ניו

ווי אויף דאווען איך אין סידי-רם
שטייצעך בקול רם

מיטוואך יוני 18, 2008 11:46 pm

קאפ שטיק, העלמיר מוזן ווארטן אויף אנאנדער געלעגנהייט.

וויאויך שיק מיר ס'סידי.

דאנערשטאג יוני 19, 2008 5:41 pm

און ווי ביניך? הערשט יעצט זעה איך דעם אשכול וואס האט אזויפיל אינהאלטרייכע תגיבות אין זיך און איך האב עס גארנישט באמערקט ביז עס האלט שוין ביים דריטן בלאט.


קאפ-שטיק, איך בין אויך איינע פון די צענדליגע טויזענטער וואס האבן הנאה געהאט פון דיין קליפ אויף יו-טוב (סתם פאר דיין אינפארמעישאן)

קרעמער; איך האב שטארק הנאה געהאט פון דיין באשרייבונג און פון זיין (?) 'יענער קוקט' ווארט.

און יא, מיר ווארטן אויף זיין סידי'עניו.

(אגב איך האב געסעיווט די בלאחבלי קליפ ביי מיר אין קאמפיוטער)

סאכדעס, די פלאנסט צו קומען פון מאנטריאל צום באגעגעניש?

דאנערשטאג יוני 19, 2008 7:41 pm

וואס טוהט (אידיש, ס'באלאנגט א ה' אדער נישט? איר ליינט אפילו דא?) מען נישט פאר א באגעגעניש מיטן קאפ שטיק?

דאנערשטאג יוני 19, 2008 8:10 pm

ס'נאך דא א געלעגנהייט דעם קומענדיגער זונטאג בייטאג, און אויב נישט, עוד חזון למועד..

רבותי זייט גרייט, כ'האלט שוין באלד! ביים הונדערטסטע תגובה..

פרייטאג יוני 20, 2008 9:01 am

קאפ שטיק, מיר זיינען גרייט.

צייטליך, דאכצאך אז יא, כ'בין סייוויי אין מאנרא אויף שבת.

זונטאג יוני 22, 2008 10:38 pm

איך פארבעהט מיט גרויס כבוד, פון הער מאשקע און רב סאכדעס, אפצוגעבן א שילדערונג פון אונזער קורצע אבער אינהאלטסרייכע פגישה.

זונטאג יוני 22, 2008 10:40 pm

גם אני מצטרף, צו בעטן א לענגערע רעפעראט פונעם באזוך.

קיינער זאל זיך נישט מוצא זיין מיטן צווייטן. מיר ווילן זעהן נוסח מאשקע און נוסח סאכדעס. וגם לרבות נוסח מנשה.

מאנטאג יוני 23, 2008 11:52 am

נאר סאכדעס און מאשקע זענען דארט געווען ?

מאנטאג יוני 23, 2008 12:10 pm

איזאק האט געשריבן:נאר סאכדעס און מאשקע זענען דארט געווען ?

מאנטאג יוני 23, 2008 2:31 pm

אוי, וואס ווילט עטס פון מיר? די גאנצע זיצונג (שטייאונג) האט אנגעהאלטן גאנצע 3 מינוט, און ווילאנג כ'האב ארויסגענומען מיין שווארצן בער אפצושרייבן נאטיצן, איז ער שוין לאאאאנג נישט דארט געווען...

אבער אין קורצן איז אזוי: ער זעהט אויס א גאנצן צייט ווי ער וויל אראפלייגן די טעלעפאן (אפשר מיט זיין באבע) ווייל ער דארף גיין דאווענען מנחה אין די שטיוולעך (סתם א בלבול המוחות); ער איז איין "שטיק" "קאפ"; ער איז נתפעל געווארן פונעם רייכקייט פונעם גאס וואו איך ארבעט, און ער האט שוין געמיינט אז איך וואוין דארט, גרייטנדיג זיך צו בעטן א שיינע נדבה...; ופרח לו איש הקאפשטיק.

מאנטאג יוני 23, 2008 2:53 pm

א מין באגעגעניש...

מאנטאג יוני 23, 2008 3:00 pm

מאשקע, אום האסטו אויך איינגערעדט אז די וואוינסט נישט דארט און די האסט נישט קיין געלט??

לאמיר האפן אז סאכדעס האט זיך יא נאטעצירט מער פונקטן ווי דיר.

מאנטאג יוני 23, 2008 3:14 pm

צייטליך, כ'האב אויסגעפלאצט...

כ'האב געמיינט אז איך וועל אים אויך קענען טרעפן, שוין, זאל זיין אזוי.

מאנטאג יוני 23, 2008 3:23 pm

חחחחחחח צייטליך...

מאנטאג יוני 23, 2008 8:56 pm

צייטליך איך אויך.

דינסטאג יוני 24, 2008 8:16 am

טאקע היסטעריש

דינסטאג יוני 24, 2008 12:29 pm

איך כאפ נישט.

דינסטאג יוני 24, 2008 12:34 pm

דו ביסט טאקע אומשולדיג.. ווייל דו דארפסט פארשטיין אז דאס היסטאריע האט געשלאגען ווארצלען, בעיקר ביים זיך באגעגענען מיטן מייסד הקרעטשמע החרדי.
און די נאכפאלגענדע פגישות, זענען טאקע אויכעט געווען היסטאריש, אבער טאקע נישט פארן אלוועלטליכע קרעטשמע היסטאריע, ווי פריוואט פארן קומץ חברים וואס שרייבן זיך ארום דא.
די באגעגעניש איז געווען היבש אינטערעסאנט, ווען מנשה האט זיך ארויסגעלאזט בואכה קרית יואל, א שטאט וואס זאגט אסאך פאר מנשה, זייענדיג א אפשטאמיגער פונעם סאטמארן חינוך [בעקיפין..]
אונזער מאשקע האט אסאך 'טייערע' און אויסגערעכענטע סקונדעס אוועקגעגעבן פארן לוסטיג גרופע.. ווען אפילו ווען מנשה איז שוין געווען אין פארענט פון זיין ביורע, האט ער אויכעט קוים זיך ערלויבט ארויסצוכאפן - שוין זייענדיג זיכער אז כ'בין שוין טאקע ממש דארט. דאס צייגט דאס איבערמאס ארבעט וואס קומט פאר אין די אינערליכע רייהען, פונעם מאשקע קאמפיין, וואס וועט ווארשיינליך זיגן אין די ענד אף די דעי..
מיר האבען אויפגעטוישט וויכטיגע אינפארמאציע אין קאויד'ס.. און האבען זיך בליץ שנעל געזעגענט, נישט וועלנדיג אז די שפיאנען וואס דרייען זיך שטענדיג אונטער די פיס, זאלן נאך דערווישן די סודות המלוכה, פון וועלכע אנאנימע קאנדידאטן און זייערע שליחים און פראיעקטן מיר ארבעטן דא אן.
אבער ס'איז געווען קורץ און שארף, געלונגען און סוקסעספול.
ווידער די קומענדיגע טרעפונג בלע''ז, וואס האט געזאלט פארקומען מיט אונזער ליבע 'סאכדעס', האט שוין פארבערייט מערערע סבלנות.
ווען אין א שטילע אטמאספער, האבען סאכדעס און לוסטיג זיך גע'חנפעט און פארברענגט, כדרך היימישע יודען, און גוטע ברודער, ווען מיר באקענען זיך פון דער נאנט. און ס'ווערט מקוים, ווי דער בעל השמועה ומאמר עומד לפניו ממש..
אין די טיפע און אנגענעמע פארברענג, איז אויסגעשמועסט געווארן וויכטיגע יסודות הדת.. און אלעס איז צוריקגעקומען צום פינטל 'אלע יודען זענען ברודער'.
די סאכדעס קאנעקשאנס האלט נאך אן! ווי מ'זאגט עד היום הזה - מיינט אין די מינוט וואס איר לייענט די שורות. און ס'גייען העפטיגע און פיבערדיגע פארבערייטונג אויף ווייטערדיגע קאמפיינען פארן מאשקע טיקעט. [ביז אלטער און אנדי וועלן זיך לאזן איבעצייגן, אז זיי האבען אויכעט עפעס גוטס צוצוזאגען... פארן כלל הקרעטשמע.]
זייט געזונט שטארק און פרייליך, און אנגענעמע באגעגענישן.

דינסטאג יוני 24, 2008 2:35 pm

יעצט כאפ איך הערשט וואספארא קאנטראסט עס האט פאסירט ביי די באגעגעניש פון קאפ-שטיק מיט סאכדעס, ווען נישט די קרעטשמע גלייב איך וואלט געגאנגען שטויסעס...

דינסטאג יוני 24, 2008 4:09 pm

כבוד ידידי הרב קרעמער שליט''א
אויב דו קענסט מיך גוט, ווייסטו אז איך וואלט קיין שטויסעס נישט געשאנקן פאר כאטשיג ווער, ווייל 'בשיטה' נוץ איך מער מויל ווי הענט און פיס, און בכלל בין איך נישט סענסיטיוו [ליידער..] צו קעגנזייטיגע מיינונגען.
שרייב א תגובה

Advertisement