גריסן און שמועסן
פרייטאג יוני 13, 2008 8:55 am
איך האב נאכנישט פארגעסן דערפון, ווארט מיט געדולד.
Advertisement
פרייטאג יוני 13, 2008 10:02 am
איך פארשטיי נישט פונקטלעך, וואס איז די פשט פון די מיטינגען, וואס גייט מען דארטן רעדן, מגייט געבן טשאלענט און רעדן פון גלאבאלע ווארמינג ? אויב סיז אינטערעסאנט קום איך אויך.
פרייטאג יוני 13, 2008 11:31 am
וואו איז דאס געווען דער צוזאמענטרעף?
אין מיין בעקיארד?
פרייטאג יוני 13, 2008 12:02 pm
קוק דעך אים אויב טרעפסט דארט שריים פון די טשאלנט טעללער, אויב יא, זעט אויס ס'יז דארט געווען
זונטאג יוני 15, 2008 12:30 am
אקעי, פ' שלח לך אנשים וועט זוכה זיין אז דאס צווייטע קאנפרענץ וועט פארקומען אין איר וואך.
די אויסגאנג פון די פאראויסשטייענדע וואלן זענען גאר נייטיג אינעם רעזאלט פון די אפהאנדלונגען, דערפאר וועלן מיר אייך מוזען אביסל אפגעבן פונעם פארגאנגענעם אוידיענץ ביים בעל הפונדק שליט''א, און ווייטערדיגע פלענער לטובת אונזער 'מאשקע=טיקעט'.
געווען איז דאס אינעם מיטאג שטונדע, ווען מנשה האט זיך ענדליך דערשלאגן קיין פעסט, און האט זיך אוועקגעלאזט אויפן וויכטיגן מיסיע, זיך צו באגעגענען מיטן בעל הקרעטשמע ירום הודו.
נישט לייכט איז געווען דאס אנקומען צום בעל הקרעטשמע בכבודו ובעצמו, זייענדיג גאר פארנומען מיטן כלל און פרט לטובת די טויזענטע 'ראטל טרונקער' אין אונזער אלטוועלטליכע 'ספיריטשעל כשר'ע קראם'. אבער דאס ריכטיגע מינוט האט דערגרייכט, ווען ס'איז פארגעקומען די היסטארישע צוזאמטרעף, אין א רואיג שטילער ווינקעל אינעם רוישיגער פעסטער געזעמעל.
אבער ראה זה פלא, אויכעט דארט האט זיך דערשלאגען דער אנאנימער שפיאן פונעם אנדערן קאדידאטור פארטיי, [נאכנישט באקאנט צו פון אלטער צו פון אנדי] וואס האט באלמוטשעט און פראבירט אונטערלייגן פיסלעך אינעם וויכטיגער מיטינג, און האט שווער געארבעט צו מאכן אומרואיג דעם גרויסן שתדלנות לטובת דעם 'מאשקע טיקעט'.
דער בעל הפונדק האט קלאר געזאגט, אז ער נעמט בכלל נישט קיין שטעלונג אויף קיין איין זייט, און נישט נאר דאס, נאר אפילו די חניפות און שוחד וואס וועט געשמירט ווערן לטובת די אויסגאנג פון די וואלן, וועט ער גאר ניצן פאר זיינע אייגענע צוועקן, לטובת די צורך בדק הקרעטשמע, און איז נישט אחראי אויפן רעזאלט, נאר וועט בירגער גלייך אויכעט אנגעבן זיין גלייכבארעכטיגטע שטימע, און ס'זאל נישט ווערן קיין ווילדע געיעג נאך אייגענע אינטערעסן.
דערווייל האט ר' מנשה אויסגענוצט די געלעגנהייט, און אינטערוויא'ט דעם קרעמער שליט''א, בנוגע נאך פארשידענע כלל ענינים, וואס האט געהאט פאזעטיווע ווירקונגען, און דאס איבריגע איז פארהאלטן, אויפן אויספיר ווארט פונעם בעל הקרעטשמע וואס איז בארעכטיגט אויסצוזאגען די סודות פונעם מיטינג, וואס איז נוגע כלל הבאים ויוצאים בהבית הקרעטשמע הגדול הזה.
א גוטע וואך אלע פארטייען און ראסן.
מנשה
זונטאג יוני 15, 2008 1:41 am
מנשה, זיס און גוט. האף מיר אז א גינסטיגער ארטיקל אזוי ווי דאס, וועט קומען נאך אונזער אסיפה.
זונטאג יוני 15, 2008 1:41 am
יעצט ליגט די מייקראפאון אין מיינע פאדערשטע פאדעשוועס, אט הערט וואס האט זיך אפגעשפילט ביים געהיימען פארברענג אין איינע פון די וויליאמסבורגער שטיוולעך (אויסלייג דירעקט).
איך וועל אבער אנהייבן מיטן עצם צוזאמטרעף, וואס איז פארגעקומען ווי אפגעשמועסט אינמיטן העלן גאס, ווען איך האב צושפאצירט צו א געוויסע הויז אויף א געוויסע גאס וואו אונזער גאסט האט זיך דאן געפונען. נאך א דריזל-צוויי אינעם ריכטונג פון זיין פריוואטער טעלעפאן, איז ער ערשינען מיטן היט און רעקל פונעם פאדערשטן טיהר, ווען אין זיין רעכטע האנט האלט ער א קליין זעקל פון אן אפטייק.
מיר געבן זיך די הענט און הייבן אן צו שפאצירן געמיטלעך מיט א שטילשווייגענדע אומעט, ווי דער שטייגער פון צוויי ווילד-פרעמדע עלעמענטן וואס באגעגענען זיך אט צום ערשטן (פילייכט לעצטן? השי"ת זאל געבן געזונט און לעבן און מיר זאלן זיך קענען פרייען אויף שמחות איינער ביים צווייטן) באגעגעניש. פלוצלינג באמערק איך ווי ר' מנשה שטופט אריין די פינגער אינעם אפטייק זעקל, און ציהט ארויס פון דארט 1 לאלי-פאפ, וואס ווערט געהיימניספול אריינגעשליידערט אין די רעכטע הויזן קעשענע, ספאנטאן געט ער א שליידער דעם גאנצן זעקל מיט איר אינהאלט אין איינע פון די דערנעבנדיגע מיסט-קאנעס.
זייענדיג אן אדוואקאט פאר בל-תשחית מיום הוולדי, ווי עס זאגט עדות מיין פיל-פאכיגער געבוי, האב איך זיך נישט געפוילט נאר געגעבן א פלינקע בייג אראפ און אויפגעהויבן דעם זעקל וואס איז פונקט ארויסגעפאלן פונעם קאנע (ווייזט אויס אז מנשה איז נישט קיין געשולטער ספארטלער). 4 פולפארביגע לאלי'לעך אנטפלעקן זיך פאר מיינע אויגן, ירושה וואס ער האט נארוואס באקומען צוגעטיילט פון זיידן שליט"א, און האט דאס כלאחר יד געוואלט אוועקשטעלן אין די מיסט היל"ת. איבריג צו זאגן אז ביים אהיימקומען איז דאס פארוואנדעלט געווארן אין א מתנה טובה יש לי בבית גנזי וואס איך האב מעשה-טאטע אויסגעטיילט פאר מיינע קינדערלעך שיחיו, א גוטער טאטע אויף מנשה'ס זיידע'ס חשבון.
מיר האבן תיכף אנגעהויבן ווענדן אונזערע טריט אין ריכטונג פון א קרעמל/שטובל אויף בעדפארד עוועניו, וואו ר' מנשה האט געקלערט אז מיר וועלן פארברענגן רואיג און געמוטליך. ביים אנקומען האבן מיר תיכף באמערקט אז דער עיר קאנדישאן האלט נישט ביים קאאפערירן מיט זיינע קאפריזן, נישט דער סוויטש אויך נישט דער שבת זייגער האבן געוויזן לעבנס סימנים, האבן מיר זיך געמוזט באגיין מיט אויסטאן דעם היט און רעקל (עכ"פ איינער פון אונז).
די שמועס האט זיך אנגעהויבן על דא ועל הא, סודות התורה ורזין דאורייתא, מיר האבן דורכגעטאן פארשידענע נושאים, אנגעהויבן פון מנשה'ס אמאליגע פאפולארקייט אויף יו-טוב, און געענדיגט ביי זיין דורשט צו שרייבן תגובות מיט וואס דער עולם זאל זיך פאסמאקעווען, און האט נישט געפונען קיין אנדערע מקום מסוגל דערפאר נאר אין "היימישע קרעטשמע"!
בתוך הדברים האט מיר ר' מנשה איבערגעגעבן גאר א וויכטיגן געהיימניס, וואס איך וועל אראפגעבן בדרך משל: האט איר שוין אמאל געהערט דעם אויסדרוק "מענטשן קוקן"? א שטייגער איר כאפט א שפאציר אויפן גאס אין א קאלטע טאג אנע הוט און רעקל, און אייערע בני בית שרייען אייך נאך פון אויבן "וואס איז מיר דיר, מענטשן קוקן"! אדער עס גלוסט זיך אייך אמאל צו כאפן א געדאטשקע טאקע אין סאמע צענטערפונקט פון פאליש אינמיטן א גרינעם מיטוואך אויפדערנאכט, ווידעראמאל וועט איר הערן קריטיק מיט די שוין באקאנטע אויסדרוק "מענטשן קוקן". אמת?
האט ער מיר ערקלערט - איך צווייפל צי ער לאזט מיר דאס ארויסגעבן, אבער תמכתי יתידותי אויף זיין פריערדיגע תגובה וואס לויטעט קלאר "דאס איבריגע איז פארהאלטן אויפן אויספיר ווארט פונעם בעל הקרעטשמע וואס איז בארעכטיגט אויסצוזאגען די סודות פונעם מיטינג וואס איז נוגע כלל הבאים ויוצאים בהבית הקרעטשמע הגדול הזה", און איך וועל דאס זאגן בבחינת מגלה טפח ומכסה ראזינקע - אז ער, און טאקע נישט קיין צווייטער ווי ער זעלבסט, איז דער "מענטש" וואס קוקט!
מיט דעם האט ער מיר פארענטפערט דאס וואס מאנכע קענען פרעגן אין א שוואכע מאמענט "וויאזוי קען א חסידישע אינגערמאן ארויפשטעלן קליפס פון זיך אויף יו-טוב"? "ער מאכט טאקע פרייליך טויזנטער אידן (- ר' מנשה האט מיר אנגעוויזן אז זיין קאמישע "באבי" ווידיאו אויף יו-טוב האט אויפגעטריבן צען-טויזנט בליקער אין געציילטע טעג -) אבער... "מענטשן קוקן" דאך"? יעצט אבער, אז מיר ווייסן אז ער זעלבסט איז גאר דער קוקער... מנשה הוא הרואה... איז דאך שוין גאר פארשטאנדיג אז ער זעלבסט האט נישט פון וועמען מורא צו האבן!
איך וועל ציען פון זיינע ווערטער א שטיקל מסקנא פאר אונז אלע: אויב ר' מנשה איז דער מענטש וואס קוקט - גלייבט מיר אויף מיין עהרן ווארט - קענט איר רואיג שפרינגן האפ-קאזאק אינמיטן נעילה אין צענטער פון באלעמער... ווייל לויט ווי איך האב אים קענען געלערנט, איז ער נישט מקפיד דערויף.
דאס איז בלויז איינס פון די צענדליגער וויכטיגע און נוצליכע כללים וואס זענען איבערגעגעבן געווארן פון מויל צו אויער ביי דעם אוידיענץ און צוזאמטרעף צווישן "קאפ שטיק" און אני השפל, ואידך פירושא זיל גמור.
דער עיקר: עס איז געווען א כינוס וואס איז געווען נאה להם ונאה לעולם, עכ"פ איך האב זיכער הנאה געהאט דערפון.
זונטאג יוני 15, 2008 1:45 am
איי זאגט זיך גוט, מנשה הרואה, מנשה איז גאר דער וואסס קוקט, נו אם כן, וואס אידען דער פראבלעם?
זונטאג יוני 15, 2008 1:47 am
מי גילה רז זה למנשה? אוי איז דאס גוט! א טיפע באהאלטענע געהיימניס, אייזן!!! איך קען נישט אויפהערן שמייכלען.
זונטאג יוני 15, 2008 3:53 am
כ'האף אז במשך די קומענדיגע צוויי וואכן וועל איך אויך פארשטיין דעם רז.
זונטאג יוני 15, 2008 11:17 am
יישר כחכם, ער' מנשה, און הרב קרעמער, פאר די נאטיצן פונעם געהויבענעם צוזאם טרעף, און מיט איין פרט מיינעך אז איך בין מאשקע אויפן זעלבן דרגא, (חוץ אויב ער מאכטצעך.) איך כאפ נישט אזוי שטארק, די פארטייטשונג פונעם רואה, אז איינער האט געדולד מיר דאס מסביר צו זיין, (כאטש געווענליך, וואלטעך ווען שטיל געבליבן אין אזא צייט, אבער נאכן זיך לערנען דא פון אסאך אירע אז מ'פרעגט איבער, און ס'שאדט נישט, און ווי אויך, אז כ'רעד מיך איין, אז ווען ס'איז א גוטס פונעם מייסד אליינס, אפשר ליגט דא עפעס וואס ס'איז ממש א שאד, פרעגעך יא.) זאל זיין אזוי גוט און דאס טוהן, ולתגובה גדולה יחשב.
זונטאג יוני 15, 2008 1:53 pm
גם אני הרואה.. לא הבנתי הדברים כי עמוק הם מאוד..
גם על השטיוולעך האמנתי שנכתבו בטעות............................
זונטאג יוני 15, 2008 4:09 pm
זייער שיין באשריבן קרעמער'ל, יישר כח.
דער ווארט איז זייער טיף אבער אין די זעלבע צייט זייער אמת, מענטשן האבן אלץ מורא אז 'יענער' קוקט ווען אינדערזעלבער צייט האט 'יענער' מורא אז 'דו' קוקסט, קומט דאך אויס אז באמת איז דער 'יענער' רוב מאל 'דו' נו דאן איז וואס איז דא צו זיך שעמען.
והדברים הם עמוק עמוק והמנשה הטוב יכפר אם שגיתי.
זונטאג יוני 15, 2008 4:12 pm
יאנאש, דאס האב איך אויך געטראכט, איך האב אבער נישט פארשטאנען, פארוואס קרעמער האט דאס ארויף געסטעמפעלט דווקא אויף מנשה, ס'איז דאך מיט יעדן אזוי. עניוועי, כ'בין צופרידן מיט דעם פשט, און אויב קרעמער, עט זייער שטארק וועלן מוסיף א תגובה, האטער דא א גוטן טשענס.
זונטאג יוני 15, 2008 7:25 pm
איך-הער;
עס איז טאקע מיט יעדן אזוי, אבער אונזער ר' מנשה "לעבט" מיט דעם געדאנק.
א שטייגער ווי דער קדושת לוי האט געזאגט ביים צוריקקומען פון רבי ר' בער: די דינסט זאגט טאקע אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט, אבער איך "ווייס" דאס.
זונטאג יוני 15, 2008 11:01 pm
איך קום שוין צום מסקנה, און אונזער בעל הפונדק איז א בעל רוח הקודש, ווייל כ'האב אין דעם נושא נישט געשפראכן מיט עהם, און ער האט שוין פון מיינע מחשבות געדרינגען גאר פוהל..
[אגב, הרב קרעמער ירום הודו, וואס עפעס שרייבט איר 'פילייכט דאס לעצטע באגעגעניש', וועלכע סיבה טיילט אפ, אז מ'זאלן זיך נישט וועלן נאכאמאל באגעגענען, דו ווייסט דעם כלל, אז איינמאל מ'טרעפט א מענטש, הערט מען נישט אויף עהם צו טרעפן טאג און נאכט.. פאר להכעיס..]
נאך עפעס טוהט מיר באנק, אז דער ליפא איש הפשוט, האט אויפן נייעם טעיפ זיינעם דעם 'יענעם' געדאנק, און יאמרו המינים אז מיר האבען עס פון עהם געגאנבעט.. ווילען מיר אויסשרייען, ניין!!! מיר קענען אליין דעם 'יענעם' פארשטיין.
בכל אופן לחיים לחיים..
זונטאג יוני 15, 2008 11:11 pm
איין זאך דער יו-טוב שטיקל מיט'ן באבע זאל זיך מיען, וועל איך נישט אזוי שנעל פארגעסן, ווען איך האב עס צום ערשטן מאל געזעהן האב איך ממש גע'חלש'ט פאר געלעכטער ביז הייסע טרערן און קאלטע שפייאכטס.
מנשה,
איר האט מיך דאן משמח געווען, אם אתה משמח את שלי אני משמח את שלך, די שמחה זאל משפיע זיין נאר שמחה ביי אונז אלע.
זונטאג יוני 15, 2008 11:14 pm
אדרבה, דו קענסט מיך, ווער ביסטו..
זונטאג יוני 15, 2008 11:21 pm
ניין איך קען דיך נישט, איך האב נאר געזעהן דיין יו-טוב און צאמגעשטעלט מיטן אודיענץ
זונטאג יוני 15, 2008 11:34 pm
יא יא, אסאך אידן האבן הנאה געהאט דערפון. (נאר דאן האמיר געמיינט אז איינער האט עס ארויף געלייגט שלא ברשות בעלים)
אויב איז אמת וואס קרעמער האט געשריבן בין איך דיינס א פארברענטע חסיד.
זונטאג יוני 15, 2008 11:42 pm
יעך גלייך נישט געברענטע.. געווייגטע מהיכי תיתי..
זונטאג יוני 15, 2008 11:44 pm
געוואגטע אדער געווייקטע?
זונטאג יוני 15, 2008 11:47 pm
געבראקט.. געווייקט, און זאפטיג..
הע ס'פלעגט א אלטער חסיד זאגען, די חסידים מיט זייער נאסע בעקיטשעס, וועט מען אין גהינום נישט אריינלאזן.. זיי וועלן פשוט פארלעסן דאס פייער..
[ר' משה בטלן ז''ל]
מאנטאג יוני 16, 2008 12:18 am
אגב, איך זוך דעם לינק צום דערמאנטן 'באבי' עפיזאד.
מאנטאג יוני 16, 2008 12:45 am
מיללער, עס איז שוין נישט דא.