גריסן און שמועסן
דינסטאג יוני 24, 2008 4:30 pm
איך קען דיך גאנץ גוט, אנדערש וואלט איך ניטאמאל אויפגעברענגט די טעמע בדרך צחות.
Advertisement
דינסטאג יוני 24, 2008 6:21 pm
בקיצור נמרץ, ס'איז געווען עפעס אינטערעסאנט, און איך דארפעס נאר מיטהאלטן ווי עפעס א נייעס פונעם מיטל אלטער, זאלעס זיין אזוי צום גוטן. (מ'קען מיינען אז כאנישט געזאגט פאר מאשקע, אז ער קען מיך רעכענען.)
מיטוואך יוני 25, 2008 8:53 pm
קאפטשיק, דו לייגסט אראפ אונזער באגעגעניש באלד לענגער ווי ס'האט פאקטיש געדויערט...
איכער, לייען איבער די אומשטענדן און זאג צי דו וואלסט געקענט מיטהאלטן.
פרייטאג יוני 27, 2008 1:47 pm
ביינונז פלעגט מען זאגן, תירוצים איז דא גענוג.
זונטאג יוני 29, 2008 2:01 am
אהה וואס שייך צו שרייבן איבער'ן פארברענג? הא? קאפטשיק? אונטערן שאטן פונ'ם גארטן האמיר זיך געזעצט, ארום אונזז האבן זיך געדרייט ביימער מיט'ן פולן שאטן, כ'רעד נישט קיין דמיונות איצטערט, כ'מיין עס אזוי ווי כ'זאג עס, אמת קאפטשיק?
אין אט דעם אנגענעמענם אטמעספערע איז מיר אויסגעקומען זיך צו באקענען, מיט אט דעם געהויבענעם טיפזיניגען פארשוין וואס פארשלייערט זיך אונטער דעם נאמען, מנשה לוסטיג, און האט א ניק קאפ שטיק אין היימישע קרעמטשע. כ'בין נאך אלס אונטער א טיפן רושם, א רשימה וואס וועט זיך נישט אזוי שנעל אפטוהן פון מיין מוח. דאס אמונה פשוטה וואס פארמירט זיך אונטער דעם קערפערליכן געבוי פון מנשה לוסטיג, איז נישט דא דאס בלעטל וואס זאל דאס קענען ארויסברענגן. כ'זאג בלעטל, ווייל א פעדער צו דעם איז זיכער נישטא. מ'זעמיר דורך די ביאוראפיע פון אונז ביידען, כ'מוז אייך זאגן, איך האב זיך באגראבן פאר בושה פון אט דעם ריזן גאטספארכטיגן פערזאן. כ'רעדט שויניש וואס דאס געדאנק וואס קרעמער האט ארויסבאקומען פון מנשה'ן איבער 'יענער'. איי קעמען זאגן יפה דורש יפה מקיים, ער אידאך א שטיק נישט קוקער וואס אנדערע זאגן. כ'מיין עס איז נישט צום באשרייבן.
איין געדאנק מוז איך נאך צולייגן, זינט מיין באגעגעניש מיט לוסטיג'ן, האט מיך געבאדערט א קלייניקייט, און מיט א שמועס מיט עמען, איז עס קלאר ארויס געקומען. וואס איז דען דער נפקא מינה צווישן לוסטיג און פרייליך? כ'ווייס אז ס'רוב פון די ליינער וועלן מיר זאגן היינו סכך, אבער פארט מוז מען דאך וויסן וואסעכילעק? אין לשון הקודש איז אויך דא די ביידע באגריפן, ששון = לוסטיג, שמחה = פרייליך. אלזא זעמיר צוגעקומען אזוי: פרייליך איז ווען מ'איז געווארן פרייליך פון א געוויסער ענין, ס'טייטש מ'הערט א גוטע בשורה, ווערט מען פרייליך. לוסטיג, איז א מציאות פון א זארגלאזער פערזאן, עמיציר וואס איז בעצם פול מוט לוסט, פול מיט האפענונג. ואכמ"ל.
זונטאג יוני 29, 2008 8:34 am
עה, כ'בין נישט אינעם מצב פון מ'זאל מיר מספיד זיין..
אבער יישר כח פאר די שבחים, און כ'האף צוזיין א אמת'ע יר''ש, און לוסטיג פרייליך תמיד, כ'בין לעת עתה אין לאנדאן, אבער כ'האף און כ'וויל מיך צוריקזען אין אמעריקא, אבער מ'וועט זעהן די קאסעקווענצן.