Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

היסטארישע אוידיענץ און צוזאמ-טרעף

מיטוואך יוני 11, 2008 5:32 pm

אי''ה צומארגענס, ה' לסדר 'אל מול פני המנורה', וועט פארקומען דעם היסטארישער צוזאמטרעף פונעם 'צייט=שרייבער הקרעטשמע' רעבע רעב מנשה ששון ושמחה שליט''א, מיטן מייסד הפונדק הגדול והנשגב - הגאון הגדול לממשלת הקרעטשמע, העומד על המשמר מקוצים זרים ואביזרייהו, ה''ה מורה מורינו ר' הרוצה בעילום שמו.. קרעמער בלע''ז שליט''א.
פרטים יבואו

Advertisement

מיטוואך יוני 11, 2008 5:50 pm

ווי קומט דאס פאר?
וועט מען עס קענען מיטהאלטן, לעבעדיג אדער טויט?
וואס האט דאס מיט די וואלן, אז עס ווערט געמאלן אין א שטימע בודקע?

מיטוואך יוני 11, 2008 10:11 pm

על ראשון ראשון.
עס קומט פאר אויף פאפא קארנער ראצפערט.. [בעדפארט-ראדני]
א ריזן ציבור וועט עס מיטהאלטן [פונדערווייטנס..]
פון עלעווע עי עם, ביז איינצע פי עם.
די אישו וועט זיין שטארק אקטועל וועגן די וואלן אויסגאנג, ס'לוינט זיך יעדע פערזענליכע ערשיינונג, פון ביידע קאנדידאטורן, כל הקודם זכה, און זאגטס נישט מ'האט נישט גערופן..
די קרעטשמע ומלואה, בשם..
די שטימע וואלען אינעם קאמיטע בודקע

מיטוואך יוני 11, 2008 10:13 pm

ס'וועט לכאורה זיין א הערליכע אודיענץ, אבער מיט אונזערע וואלן האטעס לכאורה גארנישט, און ממילא האט מען דאס אריין געריקט אינעם פארברענגען, ווייל די אודיענץ, גייט טאקע זיין לויט די פלענער א הערליכע פארברענג. ענדזשויטס ענק.

מיטוואך יוני 11, 2008 10:50 pm

איך קים נישט, איך וויל זיך נישט ארויסגעבן

מיטוואך יוני 11, 2008 11:11 pm

אויב איינער פון די חבריא קדושה וויל פערזענליך ערשיינען, זאל ער זיך מעלדן. (קיינע אפילס)

מיטוואך יוני 11, 2008 11:29 pm

אז מ'קענעס צוזאם ברענגען מיט די קי, (מיט די צוויי הערנער אינצווישן.) איז אפשר דא פון וואס צו רעדן.

דאנערשטאג יוני 12, 2008 2:04 am

ואני אנה אני? באאאאא!

דאנערשטאג יוני 12, 2008 5:23 am

גוט מארנינג פרענדס! כ'האב שוין אפילו גע'חלומ'ט ווי ס'איז געווען א הצלחה..
אבער רבותי.. בי רעדי, אין עטליכע שעה! און די זאך איז דערנאך..

דאנערשטאג יוני 12, 2008 6:52 am

איך בלייב ביים חלום.

דאנערשטאג יוני 12, 2008 11:06 am

מנשה האט מיר געזאגט אז ארום 12 אזייגער איז ער דאהי, יעצט איז פינף נאך צוועלף און עס איז נישטא קיין זכר פון אים.

ער האט מיין סעלפאון נומער, אבער עס האט א מעלה אז עס קלינגט נישט און דריזלט נישט... לאמיר האפן אז איך וועל באמערקן זיין רוף.

דאנערשטאג יוני 12, 2008 3:05 pm

נו, וואסי געווארן

דאנערשטאג יוני 12, 2008 5:35 pm

וועלקאם בעק עווערי וואן!
די באגעגעניש איז געווען העכסט געלונגען, נאר צוליב צענזור סיבות, האבען מיר נאכנישט געקענט ארויסגעבן די רעזאלטאטן פונעם אוידיענץ אויסגאנג, און בכלל ווארטן מיר צו הערן דאס שלוס ווארט פונעם מייסד אליין.
ווארטס מיט אכטונג!

דאנערשטאג יוני 12, 2008 5:46 pm

אן אויספירליכע באריכט איבער די געהויבענע באגעגעניש - די ערשטע אין א סעריע - מיט אונזער אלעמען באקאנטן קאלעגע מר. מנשה לוסטיג, וואס איז היינט נאכמיטאג פארגעקומען אין איינע פון די פארשטופטע שטיוולעך אין וויליאמסבורג, וועט אי"ה נאכפאלגן ווען די צייט וועט ערלויבן.

האלט אייך געשפאנט.

דאנערשטאג יוני 12, 2008 6:21 pm

איך האלט מיך געשפאנט אבער ס'אטעם קען איך מער נישט האלטן

דאנערשטאג יוני 12, 2008 11:47 pm

איי, אלטע צייטן, סאכדעס טרעפט זיך מיט קרעמער, צייטליך מיט קרעמער, ווער נאך?

פרייטאג יוני 13, 2008 12:00 am

איך האלט פאר מיר, 'געשפאנט', איך לאזעם נישט ארויס ביז קרעמער, געט ארויס זיינע בויך ווייטאג.

פרייטאג יוני 13, 2008 12:03 am

בויך וויי? שיינע נאטיצן

פרייטאג יוני 13, 2008 12:27 am

בקרוב וועט פארקומען נאך א סעריע פון באגעגענישן, פארשטייט זיך צוליב די קריזיס אין די שטימ=טויבע בודקעס, ווי ס'וועט פארארדענט ווערן אסיפעס האסבארעס אינעם טעמע און דעריין.
ווער ס'וויל אויספלאנירן דעם באזוך פון מנשה אין מאנדרוי זאל זיך איינקלאפען דויהי

פרייטאג יוני 13, 2008 12:27 am

היינו קראך, קרעמערס בויך וויי איז שיינע נאטיצן, (נאר ווען עס קומט אונטערן פורם פון א טאג בוך)

פרייטאג יוני 13, 2008 12:31 am

נו, מיר זיינען אסאך אין מאנרוי, ווען ווילט איר קומען? דער קעניג האט דאך אויך באזוכט ביינונז יעמאלט, פאר ווער עס געדענקט.

פרייטאג יוני 13, 2008 12:59 am

אוי ווי מ'געדענקט, סאכדעס'ל.

קופטשיק, קאונט מי אין.

פרייטאג יוני 13, 2008 1:52 am

איך_הער האט געשריבן:איך האלט פאר מיר, 'געשפאנט', איך לאזעם נישט ארויס ביז קרעמער, געט ארויס זיינע בויך ווייטאג.


חחחחחחח
שוין ווייטער מאכסטע מיר לאכען

פרייטאג יוני 13, 2008 2:21 am

אקעי, ס'מאכט זיך עפעס..
מאשקע סאכדעס און טריאו, האלטן מיר שוין ביי מזומן וואס ווארטן אין קרית יואל.. ווער נאך..
ווער ס'וויל רעדן ערענסט, זאל מיר איבערלאזן אין אישי א נומבער ווי מ'קען זיך פארשטענדיגן

פרייטאג יוני 13, 2008 3:02 am

אין וואס טיצעך מיט מאנצי, עפעס א מפיל קינד?
שרייב א תגובה

Advertisement