Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

נאר עלעף?????

מיטוואך מאי 28, 2008 4:58 pm

יא רבותי, נאך אפאר קלאפאטעס אויפן קיבאורד, נאך אפאר זעצעס אויפן ברייטן ספעיס קנעפל, א קליק אויפן שלח קעסטעלע, און אונטער מיין נאמען שרייבט זיך אויף א ברענד ניו טיטול, איך גיי ווערן א שר הא-עלעף, יא, נאכן ארבעטן אזוי ביטער שווער, ביז איך האלט שוין באכאשעם ביי 999 תגובות, כאפ איך א זעץ און איך פאל אראפ מאיגרא רמא לבירא עמיקתא, און איך גיי פאלן צו בלויז איינס העכער פון א שר העשר, א שר אחד עשר, יא, נאר עלעף.

נו, אפשר זאך איל מיר נישט באנארישן, און כלל נישט קוועטשן אויפן שלח, אפשר גייעכמיר אהיים און בלייב ביים חמש מאות (דאס איז דאך שוין יא א נומער, מער ווי עלעף...), און בלייבן א העלד, פארוואס פאר די נעקסטע טויזענט תגובות מוז איך טראסקען ביז עלעף?.

אמת טאקע, אז אויפן ערשטן מינוט וועט עס זיין בעסער, ווייל 1000 איז דאך נאר איינס (זירא מיינט דאך גארנישט) און עלעף איז צוויי איינזערס, אבער ווי נאר עס ווערט צו 1001 בין איך ווייטער נישט בעסער מיטן עלעף, איז אויב אזוי מה הועילו ארעדנארן בתקתנם.

דעריבער מוז איך מיר מיישב זיין צו איך זאל דריקן שלח, יא אדער ניין?

רבותי, איך קען שוין דריקן שלח?, ניין! קודם מוז ווערן געשריבן אביסל א שיינער לאנגער ארטיקל לכבוד השמחה הגודלה החביבה הנכבדה.

שוין, אבער אזוי ווי איך בין נישט ביכולת צו שרייבן טויזענט ווערטער, כמספר התגובות, וועל איך דא לייגן א שיינעם בילד, וואס רעדט מער פון טויזענט תגובות, און ממילא וועל איך שוין אינאיינוועגס אויך זיין מער ווי א שר האלף, איך וועל שוין האבן מיליאנען תגובות!.

און מערצעשעם א צווייט מאל, ווען איך וועל זיין מער אין די מאד/מוד, העט נאכקומען א לאנגס און א ברייטס למען ידעו ולמען זיידי, אז דער עולם וועט הנאה האבן פאר לאנגע יארן!, און דערווייל, זייטס מסתפק במועט, באגנוגטס ענק מיט אטא דעם בילד.



די מעמבערס פון "אידישע וועלט"
כאפן א טרונק אין "היימישע קרעטשמע",
פאר א סעודת פרידה פון די אלטע לאקאציע,
און א ברוכים הבאים צום נייעם לקאקציע,
נו, כאפט א מאַַשקע!
די געשמאקע וויין קומט גלייך פונעם קוואל ארויס!
עטעטשמענטס
ABC.jpg
לעצט פאראכטן דורך שמערי בערי אום דינסטאג ספטמבר 22, 2009 10:52 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

Advertisement

מיטוואך מאי 28, 2008 5:03 pm

WOW, סטאנינג, ביוטעפעל.

מיטוואך מאי 28, 2008 6:12 pm

אהא א ספעשיל מזל טוב

|{}+ |{}+ |{}+ לעבעדיג |{}+ |{}+ |{}+

מיטוואך מאי 28, 2008 6:15 pm

א מזל טוב, און די מזל טוב אשכול, א "שכוח" און א "קאמפלימענט" דא.

ווערי נייס!

מיטוואך מאי 28, 2008 7:29 pm

עלעוו פעמים ככה.

זייער גוט, יישר כח.

מיטוואך מאי 28, 2008 8:28 pm

[align=center]און דערנאך העלפן די געטרייע אידישע וועלט מעמבער אריין צו פאקן די פעקלעך אין מיין מובינג טראק.

אגב, קומט זיך מיר א מייזעל טויב פאר מיין נייע ביזנעס

שמעריס מאווינג אינק.[/align]
עטעטשמענטס
354.jpg
354.jpg (38.17 KiB) געזעהן געווארן 623 מאל

מיטוואך מאי 28, 2008 8:38 pm

און דאס???
עטעטשמענטס
567.jpg
567.jpg (47.12 KiB) געזעהן געווארן 617 מאל

מיטוואך מאי 28, 2008 8:49 pm

נעם א לענגערע טראק, די גאנצע קרעטשמע ווערט צוקראצט, תן שמונה.

מיטוואך מאי 28, 2008 9:28 pm

פלאי פלאים, ווי וואונט מאר.....

מיטוואך מאי 28, 2008 11:32 pm

שמערי בערי האט געשריבן:[align=center]און דערנאך העלפן די געטרייע אידישע וועלט מעמבער אריין צו פאקן די פעקלעך אין מיין מובינג טראק.

אגב, קומט זיך מיר א מייזעל טויב פאר מיין נייע ביזנעס

שמעריס מאווינג אינק.[/align]


שמערי, איינער פון דיינע חברה (איך מיין אז ס'איז PHPBB) טרינקט אויפ'ן דזשאב. מעקסיקאנער וואס ער איז!

מיטוואך מאי 28, 2008 11:42 pm

שמערקע בערקע

איך בין יא געווען גערעכט. די ברכה אויף דיר איז שמח תשמח

אדער אשר ברא שמערי בערי

דאנערשטאג מאי 29, 2008 11:34 am

שמערי בערי, ווען כאגעזאגט מאזלע טאוו פאר דיר אינעם מזל טוב אשכול, האבעך גארנישט געקלערט אז כ'וועל עס מוזן שרייען הויך. און כ'שריי, מזל טוב.

דאנערשטאג מאי 29, 2008 11:39 am

רעג דיך נישט, ווייל אן דע רעיט יו אר גאאינג, האלסטו ביז 30 טאג ביי אלפיים, און דאס איז שוין יא עפעס.

דאנערשטאג מאי 29, 2008 12:23 pm

שמערי עס קוקט אויס ווי די טראק גייט באקימען א פלעט טייער

דאנערשטאג מאי 29, 2008 12:25 pm

שמערי, דיינע פיקטשערס זענען מבהיל.

דאנערשטאג מאי 29, 2008 1:06 pm

איי די בילדער, די לאזונגען, די אלעס! שמערי בערי איז גוט!

דאנערשטאג מאי 29, 2008 1:09 pm

מזל טוב און ישר כח מאכסט מיר שמייכלן טעגליך

דאנערשטאג מאי 29, 2008 2:03 pm

שמערי בערי! איך וואלט פארגעשלאגן די זאלסט האבן א פראגראם, אין א באזינדערע אשכול,
מיטן נאמען "יצא אדם לפעלו"
יעדע מעמבער אין קרעטשמע ביי זיין ארבעט,
א בילד, ווי מאשקע פירט זיך איבערן טאג אלץ ראה"ק,
א בילד, ווי וויכטיג מאכער, איז וויכטיג,
א בילד, ווי קרעמער אין געשעפעט,
א בילד, ווי זייניו גייט אן מיט זיין זקנה,
א בילד, ווי איך הער, הערט טאקע יא
א בילד, ווי צייטלעך איז טאקע צייטלעך
א בילד, ווי קעכער קאכט,
א בילד, דארפסמאן אין דארף,
ועוד ועוד, יעדעם צו זיין צייט, עס מוז נישט זיין אלע אין איין טאג,
יעדן טאג א אנדערע
כדי דער עולם זאל זין טאקע זעהן אין זייער לעבנס שטייגער,
א דאנק פון פאראויס.....

דאנערשטאג מאי 29, 2008 2:08 pm

די היימישע וועלט פון די אידישע קרעטשמע.........


א ריזיגן יישר כח פאר ר' ארענדארל זאל זיין געזונט און פריש, פארן אהער שטעלן אזא רחבותדיגן מקום נאך די שטארקע צוקוועטשעניש וואס האט געהערשט ביז איצט אין די אלטע קוטשמע.
עטעטשמענטס
5678.jpg
5678.jpg (70.24 KiB) געזעהן געווארן 547 מאל

דאנערשטאג מאי 29, 2008 8:25 pm

שמערי, די בילד איז ריזיג שעבעריזיג.

ארענדאר, דארפסט אלעס איבער מאכן, קוק ווי שיין שמערי שטעלטעס אהער, יעצט עט דיין אויסשטעל שוין נישט האבן קיין טעם.

מאנטאג יוני 02, 2008 5:04 pm

מאשקע האט געשריבן:שמערי, איינער פון דיינע חברה (איך מיין אז ס'איז PHPBB) טרינקט אויפ'ן דזשאב. מעקסיקאנער וואס ער איז!


נאו סטויג נישט נישט....

בילד

מאנטאג יוני 02, 2008 5:11 pm

פשי..הא.. כ'מיין אז מ'שמועסט פון א נייעם לאגא פארן קרעטשמע דאך, קאן דאס רואיג זיין דאס לעצטער בילד פונעם ריזן 'קרעטשמע לאקאל'.
ס'דאך אזא הרחבת הדעת.. איך זאג אייך ס'פעלט אויס צו אטעמען.. ס'קומט א זומער..
שרייב א תגובה

Advertisement