דינסטאג מאי 27, 2008 2:22 pm
צום אלעם ערשט, וואס וויל ער פון מיר? ער וויל א נושא, און איך וויל אים נישט געבן, האסט געהערט אזוינס? פארוואס עפעס? האט ער מיר אמאל עפעס געגעבן?
אוואדי נישט, סא פארוואס וויל ער אז איך זאל אים געבן? איך האלט נישט דערביי,- קען זיין אז ביז איר וועט דאס לייענען, וועל איך שוין האבן אויפגעגעבן, ווייל ווי איך פארשטיי
וועט ער דאס נישט א דורך לאזן אנע דעם, שלח העליך קענען דריקן ביז פירע, נאכדעם האלט איך נישט דערביי,
איך האף אז איר פארשטייט אליינס פארוואס, ווייל איך נישט, סא, קוידם וועל איך דאס לאזן ביי דעם. דהיינו איך האב נישט, און איך פלאן נישט צו האבן א קעפל,
אבער ווער ווייסט, -פערצופאל הייב איך שוין אן צו טראכטן פון איינס.
וועט עטץ דאך אוודאי פרעגן, וואס איז די גרויסע תורה פון מאכן א קעפל? וועליך אייך ענטפערן, כ'מיין איך וויל דאך נישט,נישט זיין ווי א משיב כהלכה,
ווי האט נען געהאלטן? יא איז אזוי, ווי באקאנט בין איך קיינמאל קיין שרייבער נישט געוועזן, ניין, און דערווייל האבעך נישט און פלאן צו ווערן איינס אויך נישט,
איר קענט זיך דאס אליינס איבערצייגן, קוקט איבער מיינע תגובות, איינס איז א שכוח, א צווייטע איז א יישר כוח, די דריטע איז א גם אני מצטרף,
און אויב קומט שוין יא אמאל ארויס א גאנצע שורה, איז עס אום-ליינבאר, זייער נישט צודערזאך און בבחינת נח מיט זיבן(עה, סאך מער) גרייזן,
סא, אז איך האב נישט געהאט וואס צו טוען, נאר צו דריקן דעם נושא חדש קנעפל, ברויך איך נאכנישט צו האבן קיין קעפל,
אבער ווער ווייסט? אפשר וועט זיך באלד נאך עפעס מאכן.
איז אזוי, ברשות, קיינער איז סייווי נישט דא, איך האב ענק אלע פארפאקט, ווער עס האלט נישט ביים לייענען מיינע בויך דריקענישן, קען זאפארט דריקן דעם גרינעם בילד,
וואס האט א ערא צו די לינקע זייט, אויסגעשניצט פונעם ווייסן קאליר אינדערמיט, און פטור אנייסעק, פערטיג ארויס,
קודם וועל איך אנפאנגן מיט אן הקדמה, נע, עס פעלט נישט אויס, די חברה דא האבן גוטע הענט, זיי כאפן גלייך וואס מען זאגט זיי, זיי ברויכן נישט קיין הקדמה,
אקעי סא, לאמיר צוגיין צום טאג טעגליכן רעדל, מיין שטייט אויף נאר ונאכדעם וואס דער סנוס באטען איז שוין פיר מאל געדריקט געווארן,
און אלע דריי אלארעמס פונעם סעל פאון האבן שוין געמאכט זייערע אומבאנומענע-פאר יענעם- קולות,
דער חברותא האט שוין געקאלט זיבן מאל און געלאזט צוויי וואויס מעיל'ס מיט זעקס אהאלב טעקס מעסעדש'ס,
אבער למעשה האט דער יצר טוב באזיגט, מען איז ארויס פון בעט, אפגעגאסן נעגל וואסער, געזאגט מודה אני, ארויסגעטראגן די נעגל וואסער,
געפוצט די ציין, אפגעוואשן די פנים, זיך אנגעטאן די טאג קליידער, זאקן, בענדל, שיך (אין מוקדם,צוויי מאוחר) געמאכט די פיאות, ארויפגערוקט דעם יונגעל'ס קאפל,
צוגעדעקט די מיידל מיט די דאכענע, געמאכט פאר די בעיבי די באטי, עטץ ווילטס טאקע אלעס הערן? ביסט משוגע געווארן אינגאנצן? ראשי פרקים קענעך נאך זאגן,
יא עס איז נאך געווען קאווע, יא מיין חבר האט נאך געווארט פאר מיר, יא איך האב מיך פארענטפערט, נישט די אמת'ע תירוץ,
די אמת'ע תירוץ איז אז איך האב נעכטן געליינט היימישע קרעטשמע ביז איינס אזייגער ביינאכט, יא די מקוה איז גוט געווען,
יא די בעל תפלה ליינט נישט שץ מץ'ס ארטיקל, יא יאיא
אקעי עס ווערט שפעט, ווי איך זעה דא, טרייט א יעדער איינער עפעס אויפצוטאן דא, לשמו ולזכרו, ולהנאת כל בני הקרעטשמע, ביים אהיימקומען היינט נאכן דאווענען,
האט מען כדרכי גענומען די פאסט, ווער עס ווייסט וואס דאס מיינט, און ווי אזוי דאס ארבעט, קען דאס מסביר זיין, ווייל איך האב שוין נישט קיין כוח,
עס איז א מורא'דיגע טעכנעלאגיע, מען ברויך נישט האבן קיין JNET דערצו, עס איז מורא'דיג באטעמ'ט און פראקטיש,
איז אזוי, קומט דארטן אן פארשידענע זאכן, נאך דערצו ווען צוויי טאג איז שוין גארנישט אנגעקומען, למשל שאפראנער מלוה מלכה, צוויי יטב לב דינער'ס,
אפאר רעבעצין'ס מאכן פארטיס, א בולעטין מיט א שאפערס רוט, מיט א משניות צעטל לע"נ די רעבעצין וכו' צווישן די אלע זאכן איז אויך דא ליידער ליידער
בעוונותינו הרבים ביללס, יו עס טוט וויי צו רעדן דערפון, אבער דאס איז דער פאקט, א יעדע זאך גייט אויף זיין באשטימטע ארט, דאס און גארבעדש, און דאס דארט וגו'
און די בילס ברויך מען צו באצאלן, יא אזוי ווי דו הערסט, א קיצור( עס ווערט שוין עכט שפעט) דערזעט מען זיך מיט א קרעדיט קארד ביל וואס מען ברויך שוין היינט צו באצאלן,
יא היינט, ווייל אויב נישט, וועלן זיי מיך שינדן דעם טאש, ברוך איז דאך נישט פויל מען גייט ארויף אנליין, מען שלעפט ארויס דעם טשעק ביכל ,
מען ברויך דאך האבן דעם אקאונט נאמבער כדי צו קענען באצאלן, און ווערט דער חורבן, און דאס האט מיך געמאכט עפענען דעם נושא חדש,
די ביל איז $1552.15 אבער אוןדי באנק איז נאר דא $87.57 וואס טוט מען? נישט קיין פראבלעם, מען האט פארשאפט דאס געלט,
יא, עס איז פון די זעלבע אקאונט ו8וי איך האלט (נישט) מיין געלט, אבער איך האב מיין אקאונט דארט, אבער יעצט ווי קומט דאס ק"ץ איבערן וואסער?
ברויך מען אנקומען און די באנק וואס איז באלד צוויי מייל פון דא בעפאר פירע, און זיץ דא און שרייב, הזאת נאמי? איז דאס נארמאל?
לדעתי, אזא שטאט, נאמאר א דארף, וואס האט שוין קרוב צו 450 מידגלידער, וואלט ווען שוין געמעגט האבן א אייגענע באנק,
איך מיין אז און צענטער פון שטאט איז נאך דא פלאץ פאר דעם, שטעלט אייך פאר, דעפאזיט? נא פרא..... אריין קרעטשמע,
לאון? מארטגעדש? האום עקוויטי? קרעדיט קארד? נאו פראבלעם אריין און קרעטשמע, איך מיין אז עס איז גאנץ א גוטע פעסילעטי פאר די מיטגלידער,
איך וואלט ווען נישט יעצט געדארפט סטאפן צו שרייבן ווייל איך ברויך נאך לויפן און באנק, איך וואלט עס ווען געקענט שרייבן, ווייל סטעיאינג און די ליין,
אויף דערוויילך האטס מיר א גוטן טאג,
ברוך.
נאופס ער לאזט זיך נישט, ער וויל א נושא, איינער האט עפעס א גוטס?
דינסטאג מאי 27, 2008 2:39 pm
יא! דער נושא זאל זיין 1552.15 - $87.57
ווייל ווי עס שיינט איז דאס די גרעסטע פראבלעם
דינסטאג מאי 27, 2008 2:42 pm
העי העי העי, דו ביסט גאנץ גוט דו, גארנישט אזוי שלעכט ווי דו מאכסט עס מיט דיין עניוות.
עכ"פ בעסער פון מיר קענסטו זיכער, אבער דו האסט אריינגעלייגט א שיין ביסל הומאר אין דיין נייעם אויפטו.
א "פרישע שטערן"
דינסטאג מאי 27, 2008 3:46 pm
העי, דו נישט גוטע שרייבער, ווען דו קומסט צירוק פון באנק, קענסטו ווייטער שרייבן, כ'גלייך צו ליינען אזעלעכע נישט גוטע ארטיקל'ן.
דינסטאג מאי 27, 2008 5:06 pm
ברוך, דער אויפטו, ןןייסעך נישט ווי פריש ס'איז, דו ביסט אנבעליוועבעל פריש!
יעצט נאכאמאל, פאר איך שלח, לאמעך מאכן א סך הכל, וואס האט דא ברוך געוואלט.
ער איז נישט קיין שרייבער, (עה!) קוק נאר אן דעם ארטיקל! בכלל נישט שרייבעריש.
א שטיקל טאג בוך, נאר ראשי פרקים, אקעי נישט געפערליך.
רשות, דו האסט אונז פארפאקט? ווי א טאטעלע האסטע געבעטן רשות ביים אריינסיינען.
אה! דו זיכסט א קעפל, איכער האט א ספעשעל סיורטש ענדזשען פאר דעים.
האסט פארשאפט $1552.15, פון ווי פארשאפטמען דעיס? פאוואס פרעגעך? וויל כ'זוך אויך, כ'דאף האבן זייער וויכטיג $1552.15!
הא! ברוך שעלט א גוטס! ביי מיר וויל ער נישט קיין נושא!
דינסטאג מאי 27, 2008 5:08 pm
מאכסט מיר שפירן ווי א נאר פארן עפענען נעכטן די פאסט קעסטל און אראפלאזן די אויגן ווען עס איז מיר גארנישט אנגעקומען...
יעצט זאגסטו מיר אז די פאסט איז נעכטן נישט געגאנגען.
עניוועי, די ארטיקל איז דירעקט יא גוט געווען, און איך ווארט נאך צו הערן אנא נכנס כל הפשתן הזה, וויאזוי דו האסט באצאלט דעם באלאנס מיטן געפלאצטן באלון.
דינסטאג מאי 27, 2008 7:14 pm
גם ברוך יהי'.
הערליך, כ'האב זייער שטארק הנאה געהאט.
מיטוואך מאי 28, 2008 9:13 am
און ביי מיר אין באנק איז ניטאמאל דא קיין $87.57
אבער נאכ'ן ליינען דעם אשכול, שפיר איך מיך פיל בעסער.
מיטוואך מאי 28, 2008 9:56 am
ברוך אתה בקרעטשמע, אזא גוטע בייפאל, זייער גוט באשריבען.
דאנערשטאג מאי 29, 2008 8:02 am
א באנק אין א קרעטשמע??? זייט ווען זיצט מען אויף בענק אין א קרעטשמע? אלץ האט מען זיך באנוצט נאר מיט בענקלעך! אז עס גייט דיר שווער דאן מאך אויף א בענקל אבער נישט קיין בענק!
יישר כח פארן מהנה זיין מיט אזא זיסע איידיע.
דאנערשטאג מאי 29, 2008 3:25 pm
א גוטן טייערע חברים, שכוח פארן נעמען די מי, און דורכבליקן, מיינע פאר שטותים, וואס איך האב געשריבן און אזעלכע אנגעצויגענע מינוטין, ברויכענדיג צו כאפן די באנק,
און נאכדערצו צולייגענדיג אפאר ווערטער, וואס ווייזט אז יא, איך האב עס געליינט, און ווער רעדט נאך פון א קאמלימענט? עס גוט פשוט צו אפעטיט אונעם הייסן וועטער,
אבער מיט באדויער טוען מיר מעלדן, אז ניין עס איז נאכנישט באשלאסן געווארן, דעם נאמען פארן אשכול, פארוואס? זייער פשוט.
פון איין זייט איז נאכנישט דא גענוג אפליקאציעס, און פון די צווייטע זייט האבן מיר א גרויסע אויסוואל און עס וועט נעמען אפאר..... ביז די קאמיטע וועט באשליסן וועלכע צו נוצן,
איז לאמיר עס קודם דורכגיין, איז אזוי עס איז דא אזוינע וואס מישן זיך נישט , פיין!! אבער ווי איז דאס געהערט געווארן, נישט ארויסצוהעלפן מיט א נאמען פארן נושא?
איך וועל זיי דן זיין לכף .... אז זיי טראכטן נאך, אבער זיי וועלן נאך לאזן הערן זייער מיינונג ואלו הן: הצרי והציפורן ניו! ווי בין איך פארקראכן? אקעי
מאשקע (ראה"ק) איך הער (סעקרעטאר) טריאו (הנהלה) איך ווייס אז עטץ זענטס מורא'דיג פארנומען מיט אייערע שטעלע'ס אבער............
וויכטיג מאכער, אויף דיר בינעך שוין ברוגז, איך בעט ברחמים, און ער קומט מיר זאגן אז איך בעט נישט אים?
סאכדעס, האט עס שוין געפרינט, און ער וועט שפעטער לאזן וויסן.
ש"ץ מ"ץ,1552.15 -$87.57 נאט טו בעד.
איזאק, פרישע שטערן, -עס איז א באנק, נישט א שטערן.- אבער עס איז נאך א אפשען,
קרעמער, אנא נכנס כל הפשתן הזה, יא, דעס האט ער געזאגט,
יצמח, אזא גוטע בייפאל, קען זיין אז דאס וועל איך נוצן, נאכנישט באשלאסן,
אנדי, בענקל, גוט, אז דו ווילסט עפענען א בענקל גאו אהעד, לאז אבער די באנק ווי עס איז,
סא איז באשלאסן ביי די מיטונג אז מען גייט מאכן א מיטונג ווען מען גייט מאכן דעם קומענדיגע מיטונג וואו מען וועט באהאנדלן אויב מען זאל מאכן נאך א מיטונג.
דאנערשטאג מאי 29, 2008 8:18 pm
אויף וואס זוכסטו א נאמען פארן אשכול, אדער פאר די באנק?
די באנק קען הייסן באנק אבאמא. (ער הייסטעך ברוך.)