Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

חי ראטעל

דאנערשטאג מאי 22, 2008 12:23 pm

דעם אשכול איז געווידמעט סיי פאר די וואס ווילן טיילען ח"י ראטעל, און סיי פאר ווער עס וויל טרינקען חי ראטעל.

פאר שטייט זיך אז דער אשכול איז נאר פאר ל"ג בעומר.

Advertisement

דאנערשטאג מאי 22, 2008 12:35 pm

איך ווייס נאך נישט עד היום וואס ראטעל מיינט.

דאנערשטאג מאי 22, 2008 12:41 pm

חי' מושקע ווייס איך וואס עס איז, אבער פון וואו דער ראטעל האט אריין געבלאנדזשעט אינדערמיט ווייס איך נישט.

דאנערשטאג מאי 22, 2008 12:51 pm

אקעי, דא האט איר א ווערייעטי:

18 גרעיפ דשוס

18 וויין

18 ביר (אין פעסלעך)

טרינקט און זייט אייל מחי', איינער קען נאך ברענגען שנאפס?
עטעטשמענטס
1818181818.jpg
1818181818.jpg (52.75 KiB) געזעהן געווארן 699 מאל

דאנערשטאג מאי 22, 2008 12:53 pm

דאס איז שיין שמערי, דו ארבעסט ביי קדם ?

דאנערשטאג מאי 22, 2008 12:54 pm

ר' שמערל
די גלעזלעך האט איר פארגעסן!!!!!!!!!!

דאנערשטאג מאי 22, 2008 1:11 pm

וואס האט געשריבן: דו ארבעסט ביי קדם ?

ס'עפעס?
אז איינער געט לחיים אין שול אויף שליוואוויץ ברוינפן, ארבעט ער ביי שליוואוויץ?


פארשלאפן דא האסטו גלעזלעך, גענוג?
עטעטשמענטס
gggggggggg.jpg
gggggggggg.jpg (71.94 KiB) געזעהן געווארן 688 מאל

דאנערשטאג מאי 22, 2008 1:25 pm

אקעי
די זיבעטע גלעזל פון רעכטס די פינעפטע שורה פון אונטן איז מיינס, קיינער זאל עס ביטע נישט נוצן.
מיט דאנק פאר די קאאפאראציע.

דאנערשטאג מאי 22, 2008 1:59 pm

און ווען די ביסט פארטיג טרונקען , זיי מוחל און וואש עס אויס, איידער די לייגסט עס צירוק

דאנערשטאג מאי 22, 2008 2:07 pm

ראטעל איז א נאמען פון א מאס, אזוי ווי ליטער, גאלאן, וכדומה.

דאנערשטאג מאי 22, 2008 2:12 pm

ר' אלעקסיי
דאס ווייס איך, אבער אין וועלכע שפראך?

דאנערשטאג מאי 22, 2008 3:15 pm

שמערי, כ'מודער געבן א קאמפלימענט, דיינע פיקטשערס, זענען מעכטיג!!

ביידעוועי, אהער מיט א גלעזל ביר, לחיים לחיים!! לע"נ ר' שמעון בר יוחאי, בן??? וואסי זיין טאטעס נאמען?

שכוח יצמח, פארן צושטעלן די ח"י ראטל.

דאנערשטאג מאי 22, 2008 11:11 pm

איינער זאגט מיר פריער ביי די ל"ג בעומר סעודה אז ער געדענקט נאך ווען חי' ראטל איז געבוירן געווארן..

פרייטאג מאי 23, 2008 3:25 am

מ'זאגט אז דערפאר איז שלמה המלך געווען אזוי רייך, ווייל זיין פאטער האט ערפינדן דעם פאטענט פון מלוה מלכה'ס. איך וויל אויפזוכן דעם זון פון דעם ערפינדער פון חי ראטל, איך מיין ער שטייגט שוין באלד איבער שלמה'ס רייכטום.

מאנטאג יוני 02, 2008 12:33 am

ואמרתם כה לח"י רוטל.

מאנטאג יוני 02, 2008 10:41 am

זעהר א זיסער אשכול.

מיטוואך מאי 09, 2012 2:47 am

סאכדעס האט געשריבן:זעהר א זיסער אשכול.

מיטוואך מאי 09, 2012 12:42 pm

אולי וואלט כדאי געווען צו טיילן חי רוטלעך תגובות בו ביום...

מיטוואך מאי 09, 2012 5:52 pm

איינער פרעגט מיר פריער ער וויל טיילן ח"י רוטל און ער ווייסט נישט ווי זיך צו ווענדן...

אויב דער עולם קען ארויס העלפן,

די נומערן פון הכנסת אורחים אונטער די מערה?
דער וואס טיילט אינעם חצר, דאכט זיך שניצר?
ר' חיים לייב ווייס?
ר' אלעזר אנשין?
???

דאנערשטאג מאי 15, 2014 5:14 pm

אשרינו מה טוב חלקינו, בהילולא דבר יוחאי

דאנערשטאג מאי 15, 2014 5:21 pm

מזל טוב!! "חי' ראטל" איז א כלה געווארן!! צו החתן "שלום זכר"...

דאנערשטאג מאי 15, 2014 5:21 pm

יונהלע האט געשריבן:מזל טוב!! "חי' ראטל" איז א כלה געווארן!! צו החתן "שלום זכר"...

מזל טוב ווער איז געווען שדכן?

דאנערשטאג מאי 15, 2014 5:32 pm

שמערי בערי האט געשריבן:איינער קען נאך ברענגען שנאפס?

דא האט איר אים [אים מיט זיין ניק] - כאפטס אים שטארק אן פאר ער רייסט זיך אויס
בילד
בילד
יעצט קענאך איינער ברענגען שמערי'ן?

פרייטאג מאי 16, 2014 11:36 am

יוראפ האט געשריבן:
שמערי בערי האט געשריבן:איינער קען נאך ברענגען שנאפס?

דא האט איר אים [אים מיט זיין ניק] - כאפטס אים שטארק אן פאר ער רייסט זיך אויס
בילד
בילד
יעצט קענאך איינער ברענגען שמערי'ן?


נישט געוויסט אז זיי זענען געפארן אויף יוראפ...

זונטאג מאי 18, 2014 2:31 pm

נו, ווער וויל א גלעזעל, לכבוד התנא ר' שמעון ?
שרייב א תגובה

Advertisement