בלאט 1 פון 37

וואס איז דיין מוד היינט?

געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2008 3:52 pm
דורך וויכטיג מאכער
וואסידאס?! יעדן טאג קומט אן א פרישער מאטד, (אסאך ספעלענעס "מוד",)

איין טאג איז מאשקע אנגעזעצט, איין טאג איז ביי שמערלען נערוועס דעי, און אמאל שרייבט מען א נארטיקל, און אמאל נישט,

ווערטעך א פראבלעים, אז ווען זיי שרייבן נישט, ווייסט מין נישט וועלעכע מאד/מוד זיי זענען היינט, נו וואס טוטמען? כ'האב א נייצע, כ'עפן א אשכול, דא זאל יעדער שרייבן זיין מוד/מאד יעדן טאג, אזוי וועט יעדער וויסען,

אקעי, ביי שמערי, ווייסעך שוין יר איז אנגעזעצט היינט,

נו, אז ביי שמערי איז אנגזעצט, שרייבטערדעך א נארטיקל, איז יאנאש אטעמאטיש העפי,

די זעלבע איז מיט וויכי, היינט האטער געזעהן צייטליך'ס דערעכפאל, בינעך אין א גוטע מאד/מוד.

וואס איז ענקער מאד/מוד היינט?

געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2008 3:57 pm
דורך אלעקסיי
ביינונז האלט מען ניט פון די מאדעס. דאס פאסט פאר פאריזע קרעטשמע לייט.

געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2008 3:57 pm
דורך נערוועזער
שרעקליכע מוד היינט, איך ווייס נישט וואס צו טון מיט מיר.

געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2008 3:59 pm
דורך שמערי בערי
וועטער אויסקוק פון די וואך פרשת בחקתי:

זונטאג : נערוועז
מאנטאג : טיילווייז שיינען די זון (פנים בלע"ז)
דינסטאג : אנגעצויגן
מיטוואך : שיין און רואיג
דאנערשטאג : אויפן העכסטן גראד (ס'קומטאך שוין שבת)
פרייטאג: אביסעל בעסער
שבת : אה! מחי'!

געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2008 3:59 pm
דורך קעכער
באמת דארף זיין די שאלה וואס איז יעצט דיין מוד, ווייל איך קען מענטשען וואס זייער מוד טוישט זיך יעדע פאר מינוט.

געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2008 4:07 pm
דורך מאשקע
מיין מוד איז זייער גוט היינט.

פארוואס? אה, ווייל כ'האב פונקט געלייענט עפעס פון וויכטיג-מאכער היינט...

געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2008 4:12 pm
דורך scy4851
מאשקע האט געשריבן:מיין מוד איז זייער גוט היינט.

אוואי איז דיין מוד גוט,
ווייל ווען נישט, וואלסטו יעצט מגיב געווען אונעם אנגזעטצטען אשכול

געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2008 10:12 pm
דורך איך_הער
איינער, (כ'זאג נישט ווער.) האט מיך היינט געפרעגט ווי אזוי מ'סעפעלט, מוד, אדער מאד, האבעכעם געענטפערט, אז ס'ווענד זיך אין וואסארא מוד מ'איז.

למעשה, זעה איך, אז וויכי האט זיך גאנץ גוט אנייצע געגעבן מיט די מוד-מאד, אין איינוועגס בינעך שוין אויך אין א גוטן מוד.

ס'קען גאר זיין אז מ'דארף שרייבן מוהט, ווי זענען די שרייבער? (באלד פארטעס אריין אין שפראך.)

געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2008 1:02 am
דורך קרעמער
איך בין אין די מידע מוד, א גוטן מועד.

געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2008 11:16 am
דורך זיידעניו
אדם מיעד לעולם

געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2008 2:24 pm
דורך וויכטיג מאכער
פארפאלן, איכער אז דו ביסט גוט ביסטע גוט,

האסטמעך אריינגעלייגט אין א גוטע מוהט, מאד, מוד. בקיצר יו "מעיד" מיי דעי.

קרעמער האט געשריבן:איך בין אין די מידע מוד, א גוטן מועד.


קעמער, א בעסרן, היינט אידעך כאלעמויד "פייסעכשייני".

געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2008 2:29 pm
דורך שמערי בערי
וויכטיג מאכער האט געשריבן:היינט אידעך כאלעמויד "פייסעכשייני".

דאס האט מיר געמאכט א גוטע מאד.....

געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2008 2:45 pm
דורך וויכטיג מאכער
שמערי בערי האט געשריבן:דאס האט מיר געמאכט א גוטע מאד.....


דאס מאכט מיך אביסעל א שלעכטע מאד, ס'הייסט היינט קומט נישט קיין ארטיקל!

געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2008 2:46 pm
דורך שמערי בערי
ניין, אן ארטיקל פון א גוטע מאד וועט מעצעשעם נאך-פאלגן

געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2008 2:55 pm
דורך וויכטיג מאכער
מיין מאד איז שוין בעסער געווארן, כאטש ס'רעגנט.

געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2008 3:00 pm
דורך שמערי בערי
אזוי זעהט אויס די פענסטער פון קאר...

ברררררררר... אנגעזעצט........

געשריבן: מיטוואך מאי 21, 2008 2:10 pm
דורך וויכטיג מאכער
היינט ווייסעך נאכנישט מיין מוד, ווען כ'וועל ליינען קרעטשמע, האפעך כ'וועל זיין אין א גוטע...

געשריבן: מיטוואך מאי 21, 2008 3:00 pm
דורך שמערי בערי
אביסל שלאף טוישט די מאד מקאצע לקאצע

געשריבן: מיטוואך מאי 21, 2008 3:26 pm
דורך וואס
נו וודאי, ביסט דאך אויפגעווען א גאנצע נאכט נעכטן.

געשריבן: מיטוואך מאי 21, 2008 6:08 pm
דורך scy4851
נע..ער רישט זיך פאר מארגען...ליל ששי

געשריבן: מיטוואך מאי 21, 2008 6:26 pm
דורך שמערי בערי
וואס האט געשריבן:נו וודאי, ביסט דאך אויפגעווען א גאנצע נאכט נעכטן.

וואס באלד דיר פיי?

געשריבן: מיטוואך מאי 21, 2008 6:28 pm
דורך וויכטיג מאכער
נאכן ליינען קרעמער'ס שפעקילאציעס, וועם מ'קעין גייט נעמען פאר פרעזידענט, און שאצי'ס ארטיקל, בינעך געווארן אין א גוטע מאד/מוד,

אבער ווען כ'האב געזעהן אז שאצי איז נאך ווייט פון פארטיג, בינעך געווארן אין א זייער גוטע מוד/מאד.

געשריבן: מיטוואך מאי 21, 2008 6:29 pm
דורך שמערי בערי
פאר וואס די ערשטע מאל איז די מאד פאר די מוד און די צווייטע איז פארקערט?
א ליטווישע כאקירע

געשריבן: מיטוואך מאי 21, 2008 6:32 pm
דורך וויכטיג מאכער
ס'ספעשעל, ס'מאכט מיך אין א גוטע מוד.

געשריבן: מיטוואך מאי 21, 2008 6:41 pm
דורך שמערי בערי
בקיצור, זייט איך בין אין קרעטשמע איז אלעמאל גוטע מאד (חוץ אמאל אמאל).
אבער למען האמת מאכט די קרעטשמע אלעמען אלעמאל פריילעך.

מצוה גדולה להיות בשמחה תמיד!


וויאזוי שטייט? ואהבת וכו' בכל מאדיך
סיי וועלכע מאד מ'איז