גריסן און שמועסן
מאנטאג מאי 19, 2008 2:52 pm
וואסידאס?! יעדן טאג קומט אן א פרישער מאטד, (אסאך ספעלענעס "מוד",)
איין טאג איז מאשקע אנגעזעצט, איין טאג איז ביי שמערלען נערוועס דעי, און אמאל שרייבט מען א נארטיקל, און אמאל נישט,
ווערטעך א פראבלעים, אז ווען זיי שרייבן נישט, ווייסט מין נישט וועלעכע מאד/מוד זיי זענען היינט, נו וואס טוטמען? כ'האב א נייצע, כ'עפן א אשכול, דא זאל יעדער שרייבן זיין מוד/מאד יעדן טאג, אזוי וועט יעדער וויסען,
אקעי, ביי שמערי, ווייסעך שוין יר איז אנגעזעצט היינט,
נו, אז ביי שמערי איז אנגזעצט, שרייבטערדעך א נארטיקל, איז יאנאש אטעמאטיש העפי,
די זעלבע איז מיט וויכי, היינט האטער געזעהן צייטליך'ס דערעכפאל, בינעך אין א גוטע מאד/מוד.
וואס איז ענקער מאד/מוד היינט?
Advertisement
מאנטאג מאי 19, 2008 2:57 pm
ביינונז האלט מען ניט פון די מאדעס. דאס פאסט פאר פאריזע קרעטשמע לייט.
מאנטאג מאי 19, 2008 2:57 pm
שרעקליכע מוד היינט, איך ווייס נישט וואס צו טון מיט מיר.
מאנטאג מאי 19, 2008 2:59 pm
וועטער אויסקוק פון די וואך פרשת בחקתי:
זונטאג : נערוועז
מאנטאג : טיילווייז שיינען די זון (פנים בלע"ז)
דינסטאג : אנגעצויגן
מיטוואך : שיין און רואיג
דאנערשטאג : אויפן העכסטן גראד (ס'קומטאך שוין שבת)
פרייטאג: אביסעל בעסער
שבת : אה! מחי'!
מאנטאג מאי 19, 2008 2:59 pm
באמת דארף זיין די שאלה וואס איז יעצט דיין מוד, ווייל איך קען מענטשען וואס זייער מוד טוישט זיך יעדע פאר מינוט.
מאנטאג מאי 19, 2008 3:07 pm
מיין מוד איז זייער גוט היינט.
פארוואס? אה, ווייל כ'האב פונקט געלייענט עפעס פון וויכטיג-מאכער היינט...
מאנטאג מאי 19, 2008 3:12 pm
מאשקע האט געשריבן:מיין מוד איז זייער גוט היינט.
אוואי איז דיין מוד גוט,
ווייל ווען נישט, וואלסטו יעצט מגיב געווען אונעם אנגזעטצטען אשכול
מאנטאג מאי 19, 2008 9:12 pm
איינער, (כ'זאג נישט ווער.) האט מיך היינט געפרעגט ווי אזוי מ'סעפעלט, מוד, אדער מאד, האבעכעם געענטפערט, אז ס'ווענד זיך אין וואסארא מוד מ'איז.
למעשה, זעה איך, אז וויכי האט זיך גאנץ גוט אנייצע געגעבן מיט די מוד-מאד, אין איינוועגס בינעך שוין אויך אין א גוטן מוד.
ס'קען גאר זיין אז מ'דארף שרייבן מוהט, ווי זענען די שרייבער? (באלד פארטעס אריין אין שפראך.)
דינסטאג מאי 20, 2008 12:02 am
איך בין אין די מידע מוד, א גוטן מועד.
דינסטאג מאי 20, 2008 10:16 am
אדם מיעד לעולם
דינסטאג מאי 20, 2008 1:24 pm
פארפאלן, איכער אז דו ביסט גוט ביסטע גוט,
האסטמעך אריינגעלייגט אין א גוטע מוהט, מאד, מוד. בקיצר יו "מעיד" מיי דעי.
קרעמער האט געשריבן:איך בין אין די מידע מוד, א גוטן מועד.
קעמער, א בעסרן, היינט אידעך כאלעמויד "פייסעכשייני".
דינסטאג מאי 20, 2008 1:29 pm
וויכטיג מאכער האט געשריבן:היינט אידעך כאלעמויד "פייסעכשייני".
דאס האט מיר געמאכט א גוטע מאד.....
דינסטאג מאי 20, 2008 1:45 pm
שמערי בערי האט געשריבן:דאס האט מיר געמאכט א גוטע מאד.....
דאס מאכט מיך אביסעל א שלעכטע מאד, ס'הייסט היינט קומט נישט קיין ארטיקל!
דינסטאג מאי 20, 2008 1:46 pm
ניין, אן ארטיקל פון א גוטע מאד וועט מעצעשעם נאך-פאלגן
דינסטאג מאי 20, 2008 1:55 pm
מיין מאד איז שוין בעסער געווארן, כאטש ס'רעגנט.
דינסטאג מאי 20, 2008 2:00 pm
אזוי זעהט אויס די פענסטער פון קאר...
ברררררררר... אנגעזעצט........
- עטעטשמענטס
-

- images.jpg (4.26 KiB) געזעהן געווארן 1560 מאל
מיטוואך מאי 21, 2008 1:10 pm
היינט ווייסעך נאכנישט מיין מוד, ווען כ'וועל ליינען קרעטשמע, האפעך כ'וועל זיין אין א גוטע...
מיטוואך מאי 21, 2008 2:00 pm
אביסל שלאף טוישט די מאד מקאצע לקאצע
מיטוואך מאי 21, 2008 2:26 pm
נו וודאי, ביסט דאך אויפגעווען א גאנצע נאכט נעכטן.
מיטוואך מאי 21, 2008 5:08 pm
נע..ער רישט זיך פאר מארגען...ליל ששי
מיטוואך מאי 21, 2008 5:26 pm
וואס האט געשריבן:נו וודאי, ביסט דאך אויפגעווען א גאנצע נאכט נעכטן.
וואס באלד דיר פיי?
מיטוואך מאי 21, 2008 5:28 pm
נאכן ליינען קרעמער'ס שפעקילאציעס, וועם מ'קעין גייט נעמען פאר פרעזידענט, און שאצי'ס ארטיקל, בינעך געווארן אין א גוטע מאד/מוד,
אבער ווען כ'האב געזעהן אז שאצי איז נאך ווייט פון פארטיג, בינעך געווארן אין א זייער גוטע מוד/מאד.
מיטוואך מאי 21, 2008 5:29 pm
פאר וואס די ערשטע מאל איז די מאד פאר די מוד און די צווייטע איז פארקערט?
א ליטווישע כאקירע
מיטוואך מאי 21, 2008 5:32 pm
ס'ספעשעל, ס'מאכט מיך אין א גוטע מוד.
מיטוואך מאי 21, 2008 5:41 pm
בקיצור, זייט איך בין אין קרעטשמע איז אלעמאל גוטע מאד (חוץ אמאל אמאל).
אבער למען האמת מאכט די קרעטשמע אלעמען אלעמאל פריילעך.
מצוה גדולה להיות בשמחה תמיד!
וויאזוי שטייט? ואהבת וכו' בכל מאדיך
סיי וועלכע מאד מ'איז