בלאט 1 פון 2
יאגטס אפ פון מיר !
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 13, 2008 2:09 pm
דורך נערוועזער
שוין, פאר א גוט יאר האב איך ענדליך אויסגעפיגערט ווי אזוי מען מאכט א נושא חדש, אלעס נעמט דא אזוי לאנג !!
איך לייען שוין דא היבש לאנג, אבער איך האב מיך נישט איינגעסיינט ביז איצט ווייל דא איז מען צו רואיג, וואס גייט דא פאר ?? נישטא קיין איין נערוועזע מענטש דא ? איינער דארף דאך שרייען, די טענה אשכול איז גאנץ גוט, אבער אויך צו רואיג, אהער און אהין, דאס איז נישט דאס ריכטיגע, קען מען נישט עפענען א שרייען אשכול ווי מען זאל קענען שרייען און האקן אויף די טישן, און זיך רייסן די האר פון קאפ ?
פארוואס איז מען אזוי איינגעמאכט דא ? איך געווענדלך דריי מיך ארום מיט א פארקנייטשטע שטערן, די פויסטן פארשטייפט, און איך ווייס נישט וואס נאך, רעגטס מיך נישט אויף ! אויב שרייב איך דא וועט עס זיין גערעגטערהייט !! איך נעם נישט קיין אחריות אויף מיינע אויסבראכן.
שמייכעלטס נישט צו מיר, גארנישט, שטייטס ווייט פון מיר.
לאטס מיך אפ און פארטיג !!!! פארשטאנען ??? נעמטס מיך נישט ארויס פון די כלים !!!!
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 13, 2008 2:11 pm
דורך מיללער
גיי ארויס פון די מעשוגע..., פיץ אריין אין פארבערנגען, איך ווארן דיך נאכאיינמאל איך זעה דיך פאר מיין נאז אדער אויגן כאפסט איינס פון מיר אז די וואנט וועט די צוריקגעבן די אנדערע, אזוי נערוועז צו זיין? א חוצפה והעזה!
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 13, 2008 2:16 pm
דורך נערוועזער
פיץ אריין אין ווי ?? וואס מורמעלט ער דארטן דער מיללער ??? הא ??? ענטפער שוין!!
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 13, 2008 2:31 pm
דורך מיללער
אה האסט אפגעפוצט זייער פיין, גוט פאר דיר די נערוועזער קאץ, יעצט אז מזעמיר שוין דא אין פארברענגען לאמיר שרייען מיט פאטאס נערוועזערהייט, נערוועזער!!! וועלקאם עבאורד!!!!
ווי נערוועזער אלס בעסער, נעם נישט דיינע כדורים ווייל דאן זענען מיר אויס קאפעליוטש מאכער.
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 13, 2008 2:35 pm
דורך קרעמער
נערוועזער;
א זעץ אין רוקן.
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 13, 2008 2:36 pm
דורך שמערי בערי
אבער א שטארקע
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 13, 2008 2:38 pm
דורך נערוועזער
וואס גייט דא פאר ? ווער האט דאס געריקט ? איך וויל שוין וויסן, אז נישט וועל איך האקן מיין קאפ אין וואנט און אפבייסן אלע מיינע נעגל.
איך וויל דוקא שרייען אין די היימישע קרעטשמע !!!
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 13, 2008 2:40 pm
דורך שמערי בערי
שטיל!! רואיג!!!
טראגץ אים ארויס, איך קען שויניש דערליידן זייע קולות וברקים...
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 13, 2008 2:48 pm
דורך נערוועזער
איך וועל שרייען ביז בלוי ווערן, א חוצפה פון א רואיגקייט דא !! איך וועל דאס נישט צולאזן.
קרעמער האלט די הענט ביי דיר, לעצטע ווארענונג !!.
מיללער, איך האב גענומען די פילן, נאר איך האב פארטוישט די פארמיטאג פילן מיט די נאכמיטאג, עניוועי מיש דיך נישט אין מיינע געשעפטן.
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 13, 2008 5:56 pm
דורך וויכטיג מאכער
האלאו! דו נערוועזער, וואס ביסטע אזוי בלוי? האסט געשריגן הע? ס'וועטער גארנישט העלפן, קיינער שרעקצעך נישט!
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 13, 2008 6:17 pm
דורך איך_הער
איך וואלטעך נישט געראטן צו זיין אזוי נערוועז.
און צווייטענס, ווי נערוועז מ'זאל נאר נישט זיין, אז מ'קומט אין א נייע פלאץ איז נישט איידל, זיך אזוי אויפצופירן, ווער רעדט נאך, אז צו די עלטערע חברים, מנהלים, אחראים, ברויך מען רעדן מיט דרך ארץ. פארשטיי אויפן ווינק פליז.
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 13, 2008 6:18 pm
דורך מאשקע
האלאו דו, רואיגער אביסל. אז דו ביזט נערוועז, דארף נישט די גאנצע וועלט ליידן. פארשטאנען?
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 13, 2008 6:20 pm
דורך דארפסמאן
הער אויס נארוועזער דא קענסטו שרייען וויפל די ווילסט אבער נישט אויף קיינעם נאר אויף דיר אליין אדער אויף די פיר ווענט
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 13, 2008 7:15 pm
דורך זיידעניו
קרעמער האט געשריבן:נערוועזער;
א זעץ אין רוקן.
אויטש די צווייטע האט געכאפט פון די וואנט אין בויך אויוויואאויאויאשטשטטששט (בעלי פלאפפפף בלע"ז)
עס איז שיעור געווען כריסו פתוח לרוחה
עוינעיז ערעב נערוועזער אויב די וועסט מאכן אזעלעכע יעלות וועל איך מיזן קויפן וואטע פאר די אויערן
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 13, 2008 7:49 pm
דורך אלעקסיי
נערוועזער, עס איז דיר נאך פארבליבען א שטיקל נאגל?
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 14, 2008 9:36 am
דורך נערוועזער
איך_הער האט געשריבן:איך וואלטעך נישט געראטן צו זיין אזוי נערוועז.
און צווייטענס, ווי נערוועז מ'זאל נאר נישט זיין, אז מ'קומט אין א נייע פלאץ איז נישט איידל, זיך אזוי אויפצופירן, ווער רעדט נאך, אז צו די עלטערע חברים, מנהלים, אחראים, ברויך מען רעדן מיט דרך ארץ. פארשטיי אויפן ווינק פליז.
חחחחחחח, דאס האט מיך געקאסט א לאך, אזוי ערענסט...
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 12, 2009 12:50 pm
דורך סתם_אזוי
נערוועזער! קומסט דיך אריין, און גלייך דערנאך פיצטו ארויס פון דא! וואס מיינט דאס? איז עס מענטשליך?! הא?! העכער! איך הער נישט! קום שנעל צוריק!
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 12, 2009 2:42 pm
דורך וואלוועלע
נערוועזער לאמיר דיר זאגן (דא האלט איך זיך נאך גאנץ רואיג, אבער מען קען זעהן צווישן מיינע ציין אז די בלוט קומט מיר ארויף און קאפ) אויב פארמאכסטו נישט דיין פיסק און דיזע מינוט טראג איך דיר ארויס פון דא צוזאמען מיט אלע דיינע מי טענהר'ס, וועסט אונז נישט דא איבערדרייען אונזער שטילע קרעטשמע, און יעצט פאק איין
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 12, 2009 9:31 pm
דורך נארישער
נערוועזער דיין מאמע האט דיך נישט אויסגעלערענט אז רעגן שאט פאר די שיך
קוק וויאזוי מיינע שיך קוקן אויס אדאנק דיין כעס
כ"ד נא נאר נארי נארישער
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 13, 2009 4:48 pm
דורך סתם_אזוי
נארישער. הער דיך אויף צו רעגן וועט דיין שיך ווערן גוט!
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 13, 2009 10:54 pm
דורך בונדאש
וואו איז ער אנטלאפן דער נערוועזער, יויש איך בענק מיך נאך אים, שוין נישטא ליידער אזעלכע נערוועזע ביי אונז, חבל על דאבדין ולא משתכחין כליפ כליפ כליפ
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 14, 2009 11:18 am
דורך סתם_אזוי
זייער גוט. איך האב נישט קיין געדולד צו נערוועזע מענטשן, און צו געשרייען.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 14, 2009 3:06 pm
דורך ראמני 08
דעמאלטס גיי אינעם שלאפן אשכול
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 18, 2009 6:44 pm
דורך פויער
ער איז שוין אויפגעשטאנען וויל ער זיין רואיג
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 19, 2009 8:17 am
דורך נערוועזער
שאאאאאא, איך בין געהעריג דא, הערטס אויף צו שרייבן דא די מינוט, אז נישט וועט נישט טויגן, איך וועל מיך נעמען קוויטשענען אז די אויערן וועט זיך ענק פארדרייען.